רבותיי, ס'איז נישט קיין געלעכטער.
דאס געזונט-מיניסטעריום דא אין ישראל איז אינגאצן צעחושט.
דער ראדיא און די נייעס-וועבזייטלעך האלטן אין איין מעלדן אז
די עפידעמיע איז פון דאס געפערלעכע סארט H5N1, און
פינף פערזאנען זענען אין די לעצטע שעות גענומען געווארן צו
די שפיטעלער מיטן חשש אז זיי זענען אנגעשטעקט געווארן.
וואס זאגט איר? ס'איז כדאי איך זאל מיך איבערקלייבן צו אייך?
זאגט נאר, וויפל קאסט צודינגען א בעיזמענט נעבן נוטריק?
שלום מתת'
איך גלייב נישט אז מען קען דארט דינגען א בעיזם, ס'שוין ענדערש צו קויפן א בעיזמ.
ווי איז נוטריק?
שבת שלום
jewboy
נו, ווי אזוי הייסט די געגענט אין בארא-פארק, ביים 13 עוועניו ווי די באן פארט אויף די בריק?
נישט נוטריק, צי ניוטריק אדער עפעס אזוי? און ווי אזוי ווערן אנגערופן די קעלערס-וואוינונגען,
נישט בעיזמענס אדער עפעס ענלעך?
אויב איך בין זיך טועה, איז זייט אזוי גוט און העלפט מיר ארויס.
מאטעס;
די גאס הייסט "ניו יוטריק", און די קעלער וואוינונג הייסט "בעיסמענט". אבער פארוואס קלייבסטו אויס בארא פארק? מיר ווילן דיר האבן ביי אונז אין וויליאמסבורג!
הרב קרעמער
ס'איז מיר אנגענעם צוהערן אזעלעכע דיבורים, א דאנק אייך.
צוריק מיט א פאר יאר בין איך געווען אין וויליאמסבורג, און פון
דארט געדעק איך נאר, די ריזיקע עראפלאנען וואס האבן געהאלטן
אין איין פליען איבער די קעפ. ווען כ'האב געזען און דערהערט ווי
עס פליט איבער מיר אזא גרויסער עראפלאן פלעג איך זיך ארופבייגן.
א גוטן שבת.
אפשר קימסטו קיין קרית יואל?
ערשט בין איך מיט וואטס אפ אויף איין מיינונג אז מאטעס זאל גיין אויף קרית יואל
שנית די גאס הייסט ניו יוטריקט, און נישט ניו יוטריק אזוי ווי קרעמער האט געשריבן
hi2all;
עס הייסט אפשר "אפיציעל" ניו יוטרעקט, אבער זאגן זאגט זיך דאס ארויס "יוטריק".
איך מיין אז "סקאנעמאנק" אין מאנרא הייסט אפיציעל "סקאנענמאנק"...
זשובוי [בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער-
הייטו אלל; איז גערעכט אז די גאס הייסט ניו יוטריקט,
אבער איך מיין אז דו האסט ווידער א טעות ........
די גאס ווערט גערופן 'אפיציעל' ניו יוטשריקט .... די T איז נישט סיילענס .