היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » קליפ פון די גרויסע וואלברוז'ער חתונה אין ירושלים

קליפ פון די גרויסע וואלברוז'ער חתונה אין ירושלים

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1844586

שלמה_זלמן » 17/3/2006 04:35

דא האט איר א לינק צו די חתונה פון בן האדמו"ר מוואלברוז שליט"א פון ירושלים. דער וואלברוז - ירושלים רבי, הרב נתנאל חיים הכהן טורנהיים שליט"א איז אן ערליכער איד און א פועל ישועות. זיין בילד איז שוין געווען כמה פעמים אין דער בלאט און אין ארץ ישראל'דיגע צייטונגען. די חתונה איז פארגעקומען לעצטן חודש שבט. קוקט און האט'ס הנאה. מ'זעט אין דעם קליפ דעם תולדות אברהם יצחק רבי, סדיגער'ער רבי, הרב דושינסקי און נאך אסאך חשוב'ע אידן פון ירושלים.

http://video.google.com/videoplay?docid=5416512850101152500&pl=5416512850101152500,-2227294307473271967,-1130811754946164773,75805137088414508,


דער רבי איז יעצט דא אין אמעריקע און שטעלט צוזאם געלט צו דעקן זיינע חובות. ער בעט שטארק אז מ'זאל אים אינזינען האבן ביד רחבה. זיין אדרעס אין ירושלים איז ת.ד. 243 ירושלים. ארץ ישראל.



שלמה זלמן

יואלי_USA » 20/3/2006 17:37



וולבערוז'? מאימתי?


אין ארץ ישראל איז דא נאר איין רעבע פון וולבערוז'. האדמו"ר מליקעווע-וולבערוז' שליט"א.