היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » רעפערענדום אויפן עתיד פונעם פורום

רעפערענדום אויפן עתיד פונעם פורום

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1844567

גראף » 17/3/2006 03:20

היות 'ווילי-יונג' האט אין אן אנדערן אשכול פארגעשלאגן צו ברענגן 'נארמאלע' 'רואיגע' 'נייעס' פון חסידישע מחלוקת, וויל איך גרינדן דעם אשכול מיטן ציהל אז דער עולם וואס דרייט זיך דא - און ווי מיין פריינט 'דיפלאמאט' האט שוין ארויסגעברענגט אין דעם דערנעבנדן אשכול "דרייען זיך דא אדורך הונדערטער אידן טאג טעגליך" - זאל שרייבן זייער מיינונג איבער דעם עתיד פון דעם פורום.

דער עולם זאל אפגעבן זייער שטומע מיט נומערן, ווי פאלגענד:

1. דער פורום זאל פארבלייבן אויף איר יעצטיגער אייגנארטיגער צוזאמשטעל, וואו נאר עכט וויכטיגע און אינטערסאנטע נייעסער פון די גאנצע וועלט און - להבדיל - די אידישע וועלט ווערן פראמינענט באריכטעט און איבערגעשמועסט.

2. מען זאל לאזן ברענגן 'נארמאלע' 'רואיגע' נייעס פון חסידישע קהילות וואס אמפערן זיך.

זעלבסט פארשטענדליך אז איך האב נישט קיין דעה אין דעם הנהלת הפורום, אבער די הנהלה וועט איינזען וואס דער רצון פון רוב עולם איז, און איך גלייב אז זיי וועלן אונז נישט אנטוישן, נאר זיך צושטעלן צום ווילן פונעם פאלק...

יאגעלע » 17/3/2006 16:52

2

כאטש נישט אלס איז עס רואיג און נארמאל.

מען דארף שטעלן תקנות וואס מען זאל זיין שטרענג דערויף, און ווער עס וועט נישט איינהאלטן זאל נישט האבן דריסת הרגל דא!


איך האב יעצט אביסל שפאצירט אין די אנדערע צוויי הויפט פורומ'ס און איך זע אז דא זענען דא צוויי זייטן וואס הארגענען זיך ארום. מען דארף האבן א פורום וואס מען זאל שרייבן מער אמתע נייעס און נישט אויסגעזויגענע שטותים וואס קיינער זאל נישט גלייבן און איז קוים גוט פאר א פורים צייטונג. תוקן על ידי - יאגעלע - 17/03/2006 17:02:53

shia550 » 17/3/2006 20:41

לדעתי זאל מען עס לאזען כמו שהוא.

חסידשע נייעס האבען גענוג פורומ'ס,

עס איז דא א שטיקל דימענד פאר שטילע פורומ'ס ווי אונז האב מיר

ליכטיג » 17/3/2006 23:00

אז קולל מבשר מיט לוח הציבור האבען שוין פארשטאנען אז זיי קענען נישט שרייבען וועגען די סארט קהילות אנן מה נענה אבתרייהו?

מאירקע » 17/3/2006 23:25

1

bush2008 » 19/3/2006 05:57

1

hi2all » 19/3/2006 22:34

1

הצלה2006 » 19/3/2006 22:57

1
---------
---------------
--------------------
--------------------------
---------------------------------
--------------------------------------------
----------------------------------------------------
----------------------------------------------------------------
--------------------------------------------------------------------------
===========================================
=================================================
========================================================
==============================================================
====================================================================
==========================================================================

איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296

aush » 20/3/2006 04:21

1

1

1

קרינסקי » 20/3/2006 19:50

2

אבער מיט  שטארקע קאנטרול.

ווילי_יונג » 20/3/2006 20:51

2

זאל זיין קאנטראלירט.

אויב איינער איז עובר אויף די תקנות זאל ער נחסם ווערן תומ"י

התאחדות » 20/3/2006 22:06

איך זאג נומער איינס
באלד עט סאכדעס זאגן

סאכדעס » 20/3/2006 22:07

איך ווייס נישט צי מ'קען מיר נוצן פאר נאך א וואוט כ'מיין אלעס וואס הרב התאחדות האלט בדיעה, בין איך מיט איהם אלל דע וועי, סאו אויב יא דאן וואוט איך אויך פאר נומער איינס

קרעמער » 20/3/2006 22:16

סאכדעס/התאחדות/וכו' וכו'
מען קען נישט שטימען מער ווי איינמאל!

איך שטום:
1

issac135 » 20/3/2006 23:29

1

דיפלאמאט » 21/3/2006 18:41

אלס מנהל משנה איז מיר פיל בעסער, גרינגער און רואיגער אויסצוקלויבן נאמבער איינס.

אבער עס איז קלאר אז דער פורום האט נישט קיין צוקונפט (וואס דארף מען מער אז אלע גוטע שרייבער האבן אפגעפיצט פון דא?) ווען עס איז דא אזא שטרענגע צענזור, און מען קען נישט דורכלופטערן נייעסער פון קהלות קדושות בישראל.

מען רעדט נישט פון שרייבן נעמען און באשמוצן יחידים. דאס איז דאך אלעמאל געווען א שטרענגע תקנה. אבער צו שרייבן אזוי ווי געווענליכע נייעסער איז נישט אין קאנטראסט צו די תורה און הלכה.

אויב וועט מען עס צוריק טוישן צום אלטן סיסטעם, וועט מען אבער מוזן דורכגיין א בחינה אויפן ספר חפץ חיים...

DRYNITZ » 21/3/2006 21:09

number 2

איך וועל אי"ה אנהייבען צוריק צו שרייבען דא בקרוב.

קושקע » 21/3/2006 22:10

פון וואס איז די מדובר דא?
 די אהרן - זלמן לייב מחלוקה אין סאטמאר?

אויב יא, שטום איך 2 תוקן על ידי - jewboy - 21/03/2006 22:32:51

לאוולי » 22/3/2006 00:52

מיין וואוט גייט אויסמאכן?

אויב יא, נאדיר.

_-'2'-_

געבראקס » 22/3/2006 01:01

2 און פארשטייט זיך נאר אויב מען איז נישט מזלזל און כבוד רבנים

ווילי_יונג » 22/3/2006 01:14

איך האב שוין אפגעגעבן מיין שטומע, איך וויל נאר מיטטיילן מיין מיינונג וויאזוי עס וואלט זיך אויסגעשטעלט שיין.

מיין פארשלאג איז אז דער טאן זאל געגעבן ווערן פאר די יסודות למשל

1. נישט שרייבן קיין טיטלן ביי קיין נאמען נישט לטוב אין נישט לרע (חוץ ר', וואס דאס זאל זיין REQUIRED)
2. ווען מען וויל אנרופן איינע פין די קהילות זאל זיין 1. קר"י 2. ווימ"ס נישט קיין צונעמען וכדומה
3. מען זאל נישט באשמוצן קיין שום יחיד פערזענליך אפילו נישט די צוויי רבנים אדער זייערע אנהענגער, באגלייטער
4. אז איינער האלט נישט די תקנות זאל ער תיקף נחסם ווערן אז די מנהלים זאלן נישט דארפן אזוי שווער ארבעטן.

איך בין מוסר מודעה אז די תקנות וואס איך שלאג פאר איז בלויז לגבי "דעם" פורום אז מען זאל קענען נארמאל דיסקוסירן צווישן זיך אין מעלדן נייעסן. איך פאר מיר וועל ווייטער אויסגעבן מיינע בויך קוועטשענישן אין אנדערע פורמים ווי איך בין נישט געבונדן צו די אלע תקנות... דא וועל איך אבער האלטן די תקנות הייליג.

תוקן על ידי - jewboy - 22/03/2006 15:24:44

לאוולי » 22/3/2006 01:31

זייער גוט געזאגט    [בילד – נישט אפגעהיט]   יעצט לאמיר נאר זען אויב JEWBOY איז אויך מסכים דערמיט.

איןהכינמי » 22/3/2006 01:37

אלץ איינער ואוס איז אמאל געווען מאחורי הקלעים שטים איך 1

בענעדיקט16 » 22/3/2006 02:58

דיפלאמאט שרייבט:
 עס איז קלאר אז דער פורום האט נישט קיין צוקונפט (וואס דארף מען מער אז אלע גוטע שרייבער האבן אפגעפיצט פון דא?) ווען עס איז דא אזא שטרענגע צענזור, און מען קען נישט דורכלופטערן נייעסער פון קהלות קדושות בישראל.

און איך בין באליידיגט[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 22/3/2006 04:03

איך וואוט

נומער 2
אבער מיט דריי תנאים
1) נישט שרייבען קיין שום זילזול אויף כ"ק מרן  רבינו הגה"ק מסאטמער שליט"א

2)  נישט שרייבען קיין נעמען פין פערזענליכע מענטשען  וואס זענען נישט קיין פובליק מענטשען

3) האבן א פאראנטוואליכער מענטש ווער עס האט א קשירה מיידית לאתר צו קענען אראפנעמען זאכען וואס זענען כנגד תקנון הפורם

ווילי_יונג » 22/3/2006 06:09

נאר אזוי JEWBOY

איך האב געזעהן וואס קושקע האט געשריבן אין וואס מען האט אפגעמעקט.

טאקע דאס מיין איך מיט שרייבן דא נארמאל אין אין אנדערע פורמים זאל זיך יעדער אויסגרעבעצן זייערע דיטעילד שגעון'ען. איך טו אויך אזוי... איך שרייב אויך עקסטרעם צו מיין זייט מיט טיטלען וואס איך באטיטל דעם צד שכנגד אבער "דא" בין איך גרייט צו זיין נארמאל.

קושקע: די איידיע איז דא צו האבן שמועסן אויף גאר א הויכן ניווא מיט רעספעקט צי די אנדערע צד. איך האב קיין שום טענות אויף דיין געשרייבעכץ אבער עס איז גוט צו האבן אן עלעגאנטע פלאץ ווי "דא" צו שמועסן נארמאל!

תוקן על ידי - jewboy - 22/03/2006 15:26:39

אלעסאמת » 22/3/2006 06:38

ווילי יונג

איך האב געזעהן וואס קושקע שרייבט ווער עס וויל זעהן זאל גיין צו כל העולם כולו א לינק וויל איך נישט לייגן ווייל די מנהל וועט עס אראפ נעמען

און ווילי יונג די זאלסט מיר ביטע אנטשילדיגן איך זעה נישט גארנישט שלעכט און זיינע ווערטער איין זאך זעה איך יא אז מ'קען נישט צוריק קומען דא שרייבן

קרעמער » 22/3/2006 06:55

און איך זעה עפעס אנדערש:
וויפיל פורומים עס זאלן זיך נאר נישט עפענען, וועט איר אלץ צוריקקוקען אונטער זיך ווי א קאזע "וואס טוט זיך אין חדשות אנ"ש"!

bloozer04 » 22/3/2006 08:26

1

findodort » 22/3/2006 15:19

ווילי_יונג איך האב  אויך גארנישט געמיינט!
איי וואז דזשאסט קידינק

כשריקע » 22/3/2006 19:20

נומער צוויי 2 פארשטייט זיך, נאר מיט א קאנטראל, נישט בארעדען יחידים, אדער סתם השמצות "אפילו" אויף רבנים....

ערנסט » 22/3/2006 19:40

איך בין אוועקגעגאנגען פון פורום תיכף נאך די פריצייטיגע און פלוצלינגע גסיסה פון די פורום, איך האב נישט געוואלט בלייבען ביז די פטירה, אבער יעצט קוקענדיג זע איך אז עמיצער איז נתעורר געווארען צו אנגיין ווייטער, קלער איך אז מיט א שטיקעל קאאפעראציע פון די מנהלים, קען מען האבען א שיינע קאנטראלירטע לעבעדיגע פורום איך שטום פאר "2"

זיידיאנטשי » 22/3/2006 19:48

כאטש כוויל באמת שטימען נומער צוויי, זאגט מיר מיין אינסטינקט אז סאיז א שאד די צייט, ווייל זייט די 'יונגווארג' האט זיך אנגערוקט איז געווארן א חורבן אז נארמאלע שרייבער האבן זיך געשפירט ווי אויפן סאבוועי

די איינציגסטע אופן וויאזוי סקען ארבעטן איז נאר דורך א שטרענגע הנהלה וואס גיבט זיך אפ דערמיט יומם ולילה (אזויווי אין בח"ח) וואס פון עקספיריענס קען כאייך זאגן אז ספארלאנגט אסאך צייט כח און געדולד, און דאס איז נישט עפעס וואס זעהט אויס אז סוועט געשען אזוי שנעל, עכ"פ איך זעה נישט אז דאס זאל פאסירן לעת עתה

אויב אזוי - גייט מיין שטימע פאר נומער איינס

(נו.. נו... בחירות... אוי געוואלד!)

עפשטיין » 22/3/2006 20:06

זיידייאנטשי

אין בחדרי חרדים איז גארנישט אזוי גאלד, אויב די שרייבסט עפעס קעגן מנהל'ס אינטרעסן ווערט עס באמת אויסגעמעקט, אבער אויב די שרייבסט לטובת זינע אינטערסן קענסטו שרייבען די גרעסטע שמוץ קעגען יחידים אין עס בלייבט דארט.

לדעתי מאכן מיר זיך סתם נאריש.

א מנהל קען נישט פירן קיין שטרענגע פורום נאר אויב ער האט א אינטרעס איינעם צו בויען, אבער וויבאלד JEWBOY איז באמת א ריינע נשמה אן קיין אינטרעסן איז דאס נישט פאר אים.

מאה_אחוז » 22/3/2006 20:06

על אף וואס איך בין קאם קאם דא א שרייבער, האב איך אויך מיין רעכט צו מצביע זיין און איך בין בוחר: 2 ווייל אז נישט איז דער פורום במילא אין סכנה פון נעדר ווערן אינגאנצן

meshug » 22/3/2006 21:53

אם כבר אז # 2

אקשן עד הסוף.

העלפ_פליז » 22/3/2006 22:16

1

moshe06 » 22/3/2006 23:14

1 איז דער אויסוואל, צילוב צוויי סיבות,

איינס, ווייל רוב וואס האבן געשריבען אז זיי וואטען פאר 2
ווי למשל, דרייניץ, עקשטיין, ווילי יונג, כשריקע, וכדומה שרייבען איז זייער פורום זייער ווילד קינדעריש אין אגרעסיוו
אין עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פליצלינג ווען זיי גייען קימען דא צי דעם פורום וועלן זיי יא אנהייבן צי שרייבען נערמאל
נאר איינע פין די צוויי זאכן גייט געשען , אדער גייען זיי בכלל נישט שרייבען דא , אדער גייען זיי שרייבען אזוי ווי זיי זענענן ציגעווינט, כנ"ל
דאס הייסט אויף דעם זעלבן וועג ווי אזוי זיי שרייבען יעצט, אין אויף דעם זעלבן וועג וואס מען האט געשריבען דא ביז מען האט אלעס אויסגעמעקט, אין דאס וויל דאך קיינער נישט דא
דאס איז איין סיבה פאר וואס איך וואט פאר 1, נאך א סיבה איז

צוויי, עס וועט זיך לכאורה שוין סיי ווי נישט אויסארבעטען
ווייל די די ארונים זענענן שוין מער ווייניגער מסודר אין זייער פורום וואס זעט דערווייל אויס {פאר זיי..} אז עס פארט גאנץ גיט
אין זיי וועלן לכאורה קיינמאל נישט צרויק קימען דא, פארוואס יא????
די זאליס זענענן די וואס ווילען אז מען זאל דא שרייבען פאליטיק, ווייל זייער פורום האט זיך עפעס פארהאנקערט,
אבער כידוע אז מיט נאר  געציילטע שרייבער וואס וועלן שרייבען חסידשע נייעס נאר פין איין זייט איז אויך נישט אינטערסאנט
מילא איז שוין בעסער אז מען זאל בלייבען אזוי ווי עס איז יעצט
ווייל די אנדערע וועג איז ערגער

תוקן על ידי - moshe06 - 22/03/2006 23:20:27

קרןהתורה13 » 22/3/2006 23:57

2 ווייל זינט'ן פארלאזן דעם פורום האב איך פארלוירן דעם חשק צו שרייבן... כאטש די וועלט זאגט צוריק גייט א קאזע, האף איך דאך אז עפעס וועט זיך שוין מאכן...

סאכדעס » 23/3/2006 00:40

מיט גרויס ווייטאג און בדויער האב איך געליינט די ווערטער קעגן די געשמאקע טייערע פארום בחחמ"א וואס חוץ וואס סיז שקר וואס דער שרייבער האט געשריבן, איז דאס נישט אויסגעהאלטן צו באשמוצן א פארום, וואס פילע צענדילגער אידן האבן הנאה ביזדערווייל פון דעם, און בעז"ה אויף ווייטער, הגם די ניק מיט וואס איך שרייב איצט איז נישט קיין שרייבער דארט, אבער מיין אויבערהאר התאחדות איז דאך יא דארט א שרייבער, און ממש אלעמאל טוה איך די ארבעט פאר איהם, און איך שרייב די תגובות פאר איהם דארט, און וואו אויך לייען איך די מוסטערהאפטיגע און וואונדערליכע אשכולות, וואס מערן זיך ווי די פיש אין וואסער, אידן העלפן ארויס אנדערע אידן מיט אזא גוטע הארץ, קיין איינמאל האט מען נאך נישט געמעקט קיין תגובה וואס איך האב געשריבן, אפילו דאס איז געווען קלאר א קעגן די אינטערעסע פון איינע פון די מנהלים, איך שרייב דאס דזשאסט ארויס צו געבן א קול מחאה,  ודי בזה כעת.

moshe06 » 23/3/2006 01:11

קרן התורה, מיט די פילע רעספעקט,

שיק מיר אין אישי דיין נייע ניק וואס די האסט גע'ענפענט פארן אנדערן פורום

יישר כח

moshe06 » 23/3/2006 01:18

טויזענטער טויזענטער הלבנת פנים ומחלוקות ולשה"ר איז ב"ה פארמיטען געווארן אדאנק דעם קליגען שריט פינעם מנהל דא עס אפצישפארן פאר פאליטיק

אזוי אז פין דעמלאטס אן שרייבט זיך יעדע חסידות, קרייז עקסטער ביי זיך עס עס איז נישט דא מער די אלע טעגליכע שלעגערייען וואס עס איז געווען ביז דעמלאטס

עס איז א שאד נאכאמאל אנציהייבן יענעם אלטען טשעפטער פין די מחלוקות'ן

אין פאר די אלע וואס זאגן אז מען קען יא שרייבען נערמאל אין איינגעהאלטן
גייטס אריין אין זייערע ניקים קיקטס ווי אזוי זיי שרייבען יעטץ ווען אלעס איז עקסטער אפגעטיילט אין ווי נידריג זיי שרייבן יעטץ
דאפאלט ערגער וועט זיין ווען מען וועט צוריק אנהייבן צי שרייבען דא!!!

עס פעלט נישט אויס

יאמאמיי » 23/3/2006 01:33

איך בין שוין לאנג נישט געוועזען דא ווייל איך קען נישט ליינען די וויכטיגע נייעסען . סאו וועל איך וואויטען
2

סאכדעס איך לאך נאך יעצט
קיינער האט ניטש געמיינט משפחה נאר בחדרי חרדים

משה רעד נ ישט צו די זאך א מנהל קען עס קאנטראלען און ארויסווארפען אלע וואס שרייבען קעגען דיין רבי

yeedle » 23/3/2006 19:41

ווען איך קוק מיט א קאלטע בליק מיין איך אז קיינער האט נישט פארדינט פון זיך באשמוצען דא.

שרייבען פאליטיק אן א אפענע פארום איז זעלבסטמארד פאר ביידע צדדים.

אין דאס גייט פאר סאטמאר, באבאב, צאנז, מיט אנדערע קרייזען וואס מיינען אז זיי ווערן שענער מיט וואשען מיסט אין רשות הרבים.

איך שטים # 3 נאר שרייבען אין א פארמאכטע פארום ווי פון דא און דארט.

ווילי_יונג » 23/3/2006 20:10

אין א אויסטויש מיט דעם געערטען מנהל האט ער מיר קלאר געמאכט אז ער וועט בשום פנים ואופן נישט מסכים זיין דא צו מעלדן "פאליטישע" נייעס.

ער וויל נישט נעמען קיין מחלוקת אין לשה"ר אויף זיין פיקל.