פאקטיש.
אויף וויפיל איך פארשטיי, האט באראש אויך מודה געווען, אז אויב איך זאל אננעמען אז ר' בערל פרידמאן איז זיכער פרעזידענט, דאן איז ר' בערל בארעכטיגט אנצופירן אלע אנגעלעגנהייטן אינעם ביהמ"ד, און דער לאגיק זאגט אויך אז אפילו אויב דער רבי זאל ווען יא באמת זיין בעה"ב, איז דאך אודאי נישט פראקטיש אז דער רבי זאל א גאנצן טאג זיצן און זיך אויסקריגן מיט ר' בערל אויף יעדע שטות, נאר ר' בערל איז דער וואס פירט, און אויב דער רבי איז נישט צופרידן פון אים ווארפט אים דער רבי ארויס.
און במילא לויט מיין ארימען פארשטאנד, אויב וואלט באראש דן געווען איבער די ליובאוויטשער קעיס, מוז נישט זיין אז ער וואלט געאורטיילט אנדערש ווי הארוואקי, אז וויבאלד די אגודת ח"ח זענען די אומצווייפלדיגע בעלי בתים פונעם בנין זענען זיי די בארעכטיגטע אפצומאכן וואספארא טאוול עס זאל דארט הענגען, און אלסדינג ארום.
דאס זעלבע וואלט הארוואקי נאך אלץ געקענט זאגן ביי אונז, אז וויבאלד עס איז נישט קלאר ווער עס איז דער בעה"ב פונעם ביהמ"ד, איז עס א רעליגיעזע פראגע [אפגערעדט מיט די אלט-נייע תורה פון די "דיינים"], און א ריכטער האט נישט וואס אריינצורעדן דערין.
דאס זאגט מיין שכל, אז דו האסט עפעס דערקעגן, אדרבא, פתח פיך ויאירו דבריך.