היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » א שיינער קליפ לכבוד פורים

א שיינער קליפ לכבוד פורים

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1843273

משנה_למלך » 16/3/2006 05:27

איך האב באקומען א צייט צוריק  א שיינער זיסער קליפ פון א פריינט.
האב איך געוואלט מעסאמייאך זיין דע חשובע מעמבערעמבס פון דעם פורים.

אבער אזויווי בא וואוינוי סייני הרבים היידפאק האט נאך נישט די אפציע ארויפצושטעלן
ווידיאו קליפס, סירטונים, קוים וואס בילדער קען מען מיט שווערע באגרעניצינגען ארויפצאדענען.

דערפאר ווער עס דארף עס זאל מיר שיקן א אימעיל און איך וועל שיקן פאר יעדע צען אויף א מאל.

איך ווייס נישט, אבער ווען א יך האב עס באקומען האב איך זייער געלאכט און געלאכט.

קען זיין פאר ענק איז עס נישט אינטערעסאנט, אדער האט זיך עס שוין געדרייט דא אמאל.
וואטעווער, איך וויל עס שיקן און ווער עס דארף עס זאל מיר שרייבן,

BTW איך האב עס שוין אויפגעלאדנט אויף גוגל וידיאו אבער זיי האבן עס נאכנישט קאנפירמירט.
עס נעמט דארט א יאר און א מיטוואך.


יוי יוי, איך רעד עפעס אזוי צימישט דא, אזוי אהער און אהין ...
ווווואאאאאאא וואאאאאאאא וואאטשטטטטש .......
איך בין נאך אינטערן איינדריק פון עד דלא יידע.

נאטורליך » 16/3/2006 16:21

לייג עס אויף yousendit.com

משנה_למלך » 17/3/2006 05:42



נאטורליכערהייט דארף איך דיר זאגן שכוייח.

נאר אזויווי היינט איז אלעס אומנאטורליך = ארטיפישעל   [בילד – נישט אפגעהיט]
 
וועל איך זיך מוזן באגנוגענען מיט זשאסט ' שרייבן '

א גרויסן דאנק,

איך האב יעצט ארויפגעלייגט דא האט איר דעם לינק .

קומט צוריק זאגן וויאזוי עס איז אריבער....


http://s37.yousendit.com/d.aspx?id=1GJE3202U24XE2SRGQSX8GCT81

hi2all » 17/3/2006 17:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

משנה_למלך » 20/3/2006 04:21

עסט זענס נארמאלע מענשטן ?

א מענטש א חבר אייערע פלאגט זיך אפ ער לייגט ארויף א שיינער קליפ אויף ערגעץ אין דעם ברייטן געוועבעכץ, און בעט זיך מען זאל עם קומען זאגן א גוט ווארט שיין געווען הנאה געהאט, און גארנישט קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג ממש,,,

178 צפיות - אקעי ביי 98 האט עס געהאלטן פאר'ן ארויפשטעלן דעם לינק - און 1
תגובה ??? !!!!!!!!!
איך שריי    !!!!!!!
 יא הויעך  !!!!!!!!!

וואו זענט עטס  ????????.

פארגינטס יענעם א גוט ווארט !!!!!!!1

3x0 » 20/3/2006 04:25

צוואנציג צפיות זענען געווען פון מיר, דא האסטו צוואנציג מענטשעלעך.

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

hi2all » 20/3/2006 17:00

יעצט דערמאן איך זיך אז איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם, די מעשה איז, אז ביז ווילאנג מ'דאנלאוד עס, קוקט מען שוין אנדערע אשכולות ממילא פארגעסט מען צוריק צו קומען און ארויסווייזן דאנקבארשאפט.

איך בעט דיר איבער איך טוה זיך פאר דיר באדאנקן פון די טיפענישן פון מיין הארץ, פאר די הנאה וואס דו האסט מיר גורם געווען.

שנאפס » 20/3/2006 18:44

איך האב דעם קליפ שוין באקומען כאטשיג 10 מאל אין אימעיל און עס איז מיר נישט געוועהן אינטערעסאנט. דאס האסטו געוואלט הערן?!

קרעמער » 20/3/2006 19:11

משנה-ללמך..;
גם אני מצטרף לדברי שנאפס, עס טוט מיר זייער וויי צו ברעכן די נייעס פאר דיר חבר לעבן, אבער דער קליפ איז אלט ווי דוראסעל אליינס, און איך האב דאס שוין זייער לאנג צוריק געזען, ואתך הסליחה.

jewboy » 20/3/2006 19:26

מצטרף לדברי קרעמער.

סיזייער א אלטע קליפ.

נאטורליך » 20/3/2006 20:26

כיהודא ועוד, דער קליפ האב איך געזעהן שוין אפאר יאר צוריק.
עכ"ז קומט דיר א הערצליכען דאנק פאר'ן זיך מטריח זיין. ברענג אונז ווייטער אינטערסאנטע קליפ'ס.

קרעמער » 20/3/2006 22:10

מענין לענין באותו ענין

וואס איז געווען די ערשטע קליפ וואס איר האט געזען אויפן נעט?

אדער - וואס איז געווען די בעסטע קליפ וואס איר האט נאר אמאל געזען בכלל?

jewboy » 20/3/2006 23:47

די ערשטע קליפ דענק איך נישט, באט די ערשטע בילד יא.

כ'וועל עס אי"ה מארגן אפיר זוכן אין מיין ארכיון און כ'וועל ענק מיט-טיילן.

3x0 » 21/3/2006 20:35

איך געדענק נישט וואס עס איז געווען מיין ערשטע, אבער דעס איז געווען פון די ערשטע און פון די בעסטע.

מען זעט א פרוי.

http://s55.yousendit.com/d.aspx?id=051GW5DIQZEWL1LGUBBI0NR3AK

משנה_למלך » 22/3/2006 04:29

יעצט בין איך א לאכעלע וויינעלע .

שכוייח היי טו אלל, און 3X0 פארן זיך באדאנקן.
און פאר די איבריגע וועל איך זאגן,
עטס מיינט איך בין טאקע אזוי צוריקגעבליבן ...
איך האב שוין באקומען דעם קליפ עט ליעסט א יא ר צוריק אוב נישט מער.
נאר יעצט האב איך עס געוואלט ארויפלייגן לכבוד פורים מהנה צו זיין.
שוין אז ס'יז נישט באשערט איר זאלט הנאה האבן, איז נישט ...


קרעמער ;
מיין ערשטע קליפ אויף די אינטערנעט איז געווען דאס ........



[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 22/3/2006 05:48

משנהללמך;

יעצט לאך איך ווי א זיבעלע...

==
מיין ערשטע קליפ איז געווען די היינט שוין באקאנטע קליפ וויאזוי אן עראפלאן לאנדעט אויף די דאך פון א קאר אינמיטן א הייוועי (איינער ווייסט פון וואס איך רעד?), א חבר האט דאס מיר אריינגעשיקט אויף אימעיל, אבער היות איך האב דאן פארמאגט דייל-ארויף האט דאס גענומען בערך אנדערטהאלבן שעה אראפצולאדענען, און זינט דאן האב איך געבעטן פון מיינע חברים זיי זאלן מיר פריוואט א טובה טאן, און אויפהערן שיקן קליפס אדער בילדער.

3x0 » 22/3/2006 16:07

קרעמער,

יא, איך מיין אז איך ווייס פון וואס די רעדסט, מען זעט דארט צום סוף ווי א עלטערע פרוי ווייזט זייער נישט א איידעלע זאך מיט די פינעגר?

kraitchmer » 7/2/2008 08:12

יפה בעתו