היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס איבעראשען זייערע קעלבלעך, שושן פורים

זאליס איבעראשען זייערע קעלבלעך, שושן פורים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1843270

שמח_תשמח » 16/3/2006 04:52

ענדליך, ענדליך האבן די זאליס איינגעזען אז די ארונים זענען יא גערעכט, און זיי האבן היי יאר נישט צולייגט אהרן טייטלבוים און די אלע קעלבלעך זענען געבליבען מיטן צונג אינדרויסן.
זייט עס איז זיי געלונגען צו באקומען א סטעי דרייען זיך די זאליס ארום אז אוי גייט מען צופיקסן די ארונים דעם פורים, עס איז דאך א מצוה ליצנותא דעבודה זרה וכו', אבער זעט אויס אז די איינע מאל האבן זיי יא איינגעזען וואס פארא לאזערס פאר די וועלט זיי זענען ווען זיי טוען דאס.....
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

13Hooper » 16/3/2006 07:53

זייערע לאיערס האבען זיי געווארענט אז דאס קען זיי שאטען  ווען מען וועט צייגען פאר די קארט ווער עס לייגט ציגרינד דעם יוגענד אין די קהילה
ווייטער דער איד האלטען זיי אז דאס איז א פריוואטער געשעפט זאל ער מאכען חוזק פין סאטמער

עכטע_נייעס » 16/3/2006 15:38

ס'איז נישט אמת

יעדע צווייטע ווארט איז געווען דארט וועגן די ארוינים

בא_ללמד » 16/3/2006 18:08

לא דובים ולא יער.

ס'איז נישט אריבער קיין איין מינוט וואס די אהרונים זענען דארט נישט דערמאנט געווארן, במישרין אדער בעקיפין.

מקוה_איד » 16/3/2006 18:45

כאב אזוי געקלערט, אז ביי רבינו זי"ע אלע בדיחות און שפעטערייען וואס מ'האט געזאגט שושן פורים, האט עס אלס געמיינט די עמלקים פונעם דור, די עגל הזהב, די מדינה הטמאה, אפי' אסאך ווערטליך האבן אויבערפלעליך עפעס אויסגעקוקט ווי סתם א וויץ, האט מען אלס געוויסט אז עס ליגט דערין א לצינותא דעבודה זרה, און דער רבי האט עס אלס געכאפט אין געהאט א נחת.

אויפן זעלבן דרך גייען די זאליס, נאר פונקט קאפויע, די אלע לצנות וואס זיי מאכן נישט קיין נפק"מ פון וועם, אפי' פון די ציונים, אפי' זיי ברענגען אראפ א שרון, ווייסן אלע דארט אז מ'מיינט נאר (ר') אהרן ט"ב, דער PUNCH LINE איז אלס נאר (ר') אהרן,  און דער קלוגער רז"ל כאפט עס אויפן פלאץ, און רייסט זיך פאר געלעכטער!

תוקן על ידי - מקוה_איד - 16/03/2006 19:12:28