היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בני ברק: פאליציי ערקלערט ווער איז בעל הבית

בני ברק: פאליציי ערקלערט ווער איז בעל הבית

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1842621

יענקעלע11 » 15/3/2006 17:54

כא, כא, כא,
באטרא איז מסביר באריכות, אין חא"ס,
וויאזוי זיי האבן געווינען די לעצטע געראנגל
אין בני ברק, ער מאטערט זיך זייער שטארק
צו איבערצייגן דעם עולם אז זיי האבן יא געווינען,
טראץ דעם וואס די פאליציי האט פארטריבן די גארדס
און געווארנט דעם רב ר' אלי' כ"ץ, אז נאך איינמאל ער
וועט אנדרייען אזעלעכע שטיקלעך קען ער ווערן ארעסטירט.
דאס בית המדרש איז געווען געפאקט, און דער אלעד'ער רב
שליט"א, האט געפירט די זאך, דער פלעי איז געשפילט
געווארן על אפם וחמתם פון די מחרחרי ריב,  
בשעת ר' אלי' איז נעבעך געזעצן אינדערהיים מיט א מנין
דערביטערטע יונגלעך אבל וחפי ראש,

באטרא, YOU ARE A BUNTCH OF LOSER'S.........

יענקעלע11 » 15/3/2006 17:57

SORRY,
איך האב נישט באמערקט אז איין סאטמאר
האט שוין געפענט א אשכול איבער די דאזיגע טעמע,
מנהלים איר קענט דאס צוזאמען שמעלצן.

שפיטצער06 » 15/3/2006 18:07

איך האב פריער געהאט אנגעגרייט אן אשכול די מעשה ווי אזוי איך האב געהערט פון איינעם און ב"ב איך האב נישט געהאט צייט צו עפענען די אשכול און ס'איז שוין די אן אשכול לייג איך עס דא

ב"ב פאליציי משה חיים ווייס איז בעה"ב

נעכטן איז און בני ברק פאר די אהרוינים געווען זייער א פרייליכער פורים, נאכדעם וואס די זאליס האבן געוואלט שטערן די יערליכער "פלעי" און ביהמ"ד הגדול,

די מעשה איז געווען אזוי נעכטן נאכט 6:30 האט מענדל וואלערשטיין געדונגען גארד'ס און זיי געשטעלט ביי די טירן און האבן נישט אריינגעלאזט קיין מענטש און ביהמ"ד ווייל די זאליס האבן געוואלט שטערן די פלעי כרגיל אז די זאליס ווילן שטערן יעדע ארוינישע זאך אבער ר' משה חיים ווייס האט גערופען די פאליציי און די פאליציי האבן פארטריבן די גארד'ס און זיי געזאגט אז ר' משה חיים ווייס איז דער בעה"ב, און די פלעי איז פארגעקומען מיט אזא שמחה שוין יארן נישט געווען אזוי און די זאליס זענען געווען אזוי זייער פארווייטאגט

עכטע_נייעס » 15/3/2006 18:34

דער ליגענער יוסף90 שרייבט דארט אז די פאליציי האט געזאגט אז די ארוינים מעגן נישט חוזק מאכן פון די זאליס

צום סוף שרייבט ער אז די ארוינים האבן געשאלטן און זיי האבן חוזק געמאכט פון די זאליס

האבן זיי יא געמעגט אדער נישט????????

שפיטצער06 » 16/3/2006 05:06

דער שוטה יוסף90 מיינט אז ער וועט שרייבן מיט נאך ניקס די פאלטשע מעשה וועט מען עם גלייבן
 וויל איך עם זאגן אז די וועלט איז נישט אזאליכע נארנים ווי די מיינסט
 
דאס שרייבט ער

פעשי

נעבעך! משה חיים ווייס דער "פולמאכטיגער" לאנגיעריגער מנהל האט געמוזט בעטן דעם ציבור זיך צו שלאגן מיט די "פאר" אפגעפרעגטע זאליס, וואס האט ער אזוי מורא פון אזא "קליינע" צאל מענטשן. עס איז געווען זיס צו זדעהן ווי יחזקאל ראטער זאגט איבער די מעסעדזשעס סטראשונגען פון איצי ראזענבערג, אבער לשווא, ס'האט עם גארנישט געהאלפן.
 
נעכטן אינמיטן נאכט 3:00 אזייגער האט דער טעראריסט און שמוציגער יונגערמאן XXXX פון די הויפט שלעגער פון ר' חיים הערש מייזליש געמאכט "פאני קאלס" פאר הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א מנהל המוסדות דירושלים און פון די מנהלים הכללים פון אלע סאטמארער פארמעגענס און בני ברק. דער שוטה האט נעבעך פארגעסן צו קאלן אויף אן אופן אז מ'זאל זאל נישט זיין נומבער, און אויף סעלך איז ארויפגעקומען דעם נומער

  3:57 נשלח ב 16/3/2006

באטרא

געוואלדיג איז געווען אז די פאליציי האט אנגענומען דעם רב'ס (מהר"א כ"ץ) מיינונג אז ליצנות מאכן פון רבנים גייט אריין און גדר פון פאארלעצונג פון די "הסתה" געזעץ
 
אוי איך לאך נאך איצט ווי די פאליציי האט געזאגט פאר משה חיים ווייס אז דער רב זאגט אז דאס ווואס די ביסט מנהל פון די מוסדות דרייסיג יאר און די צאלסט "ארנונה טעקס מאכט דיך נאכנישט בעל הבית אויפ'ן ביהמ"ד מיט די פארמעגענס.

נאכן הערענדיג אזעלעכע ווערטער פון די פאליציי, איז נישט קיין וואונדער וואס משה חיים האט גערעדט אוי, ר' דוד מאיר טאהלער מיט ר' מענדל וואלערשטיין (וואס איך מיין אז לעת עתה זענען זיי נישט קיין רבנים). 

תוקן על ידי - כל_העולם - 17/03/2006 18:50:03

faird » 16/3/2006 07:02

איין זאך וואס מנובל בן יוסף (א קיצור פון צוויי פון זיינע נעמען בןמנובלאב און יוסף90) זאגט ענק נישט איז, אז ס'איז נישטא נאך א פלאץ אין די וועלט וואו די אהרונים זענען אזוי שטארק ווי אין בני ברק.

ווען מען קומט אריין אין שיכון סאטמאר בני ברק אטעמט מען אהרוניזם, מען לעבט אהרוניזם, מען עסט אהרוניזם, מען שלאפט אהרוניזם. מען זעט נישט קיין זאלי פאר די אויגן, ווייל אויב איינער איז יא א זאלי מאכט ער א שטרענגען סוד דערפון, פשוט ווייל עס איז דא אזוי ווייניג זאליס דארט אז ס'איז א בושה צו זיין א זאלי.

עס איז אזא בושה צו זיין א זאלי אז די איינציגסטע וואס שטעלן זיך ארויס אלץ זאליס זענען אפאר פאלנע משוגעים, נישט נארמאלע מענטשן און קראנקע פעדאפיילס וואס זענען שוין געווען מיט אנדערטהאלבן פיס אין חד גדיא, און זייערע בילדער זענען געווען אויסגעשמירט אין די ציוניסטישע פרעסע.

און די וואס קוקן זיך צו פון די זייט און זעען וואספארא סארט מענטשן די זאליס זענען באשליסן דאן צו שטיין ווייט פון זיי און צו ווערן אהרונים.

אבער הרוצה לשקר ירחק עדותו, וועגן דעם פארציילט אונז מנובל בן יוסף מעשיות פון בני ברק, ווייל מיר זענען דאך אלע דא און מיר זענען נישט אזוי באקאנט וואס ס'טוט זיך דארט.

פארוואס איז ער אזוי פארנומען מיט בני ברק? ווייל ער וויל אונז זאל מיר זיין פארנומען מיט בני ברק און דעריבער נישט רעדן פון ירושלים, וואו די אהרונים האבן זיך אויפגעבויט א פעסטע קהלה און וואקסן אין בליען, אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט אין ערגעץ.

די אהרונים אין ירושלים האבן א מעכטיגן אפאראט זיך צו בויען ביי די יונגע יונגעלייטלעך. מען שטעלט פאר זיי צו שיעורים און חברים און מען ווארימט זיי אן צו אידישקייט מיט די תורה'ס פון רבי'ן און פון רב. מען זעט ממש יעדע וואך וויאזוי נאך א יונגערמאן לאזט איבער די זאלונים און ווערט אן אהרוני, ווייל די יונגעלייט זוכן ווארימקייט, נישט פראסטקייט.

מנובל בן יוסף האט אבער זייער מורא אז מען וועט רעדן דערפון, וועגן דעם פארפירט ער אונז קיין בני ברק, וואו עס איז דאך קיין שום שאלה נישט אז די אהרונים זענען 125 פראצענט בעל הבית, כדי אונז זאל מיר נישט רעדן פון זיינע צרות אין ירושלים.

שפיטצער06 » 17/3/2006 18:32

יוסף90 טוישט מעשה און ח א ס. ער שרייבט אזוי

באטרא

פון בני ברק קומט איצט א באריכט אז די געמיטער איז זייער אנגעצויגן.

און די אהרונים פלאנען צו בלאקירן דעם ביהמ"ד און נישט אריינלאזן געוויסע אידן דאוווענען.

און צוגאב, איז זייער שונד בלאט "קול התאחדתינו" מיט מחאות אויפ'ן ברענגען גארד'ס ביום הפורים.

עס קוקט אויס אז עס גייט זיין א לעבעדיגן שבת די וואך.

נחי'ה ונראה.

מער איינצעלהייטן מוצש"ק. עד כאן פון עם

איז וואס איז געשעהן זענען די ארוינים יא בעה"ב אדער נישט

איך האלט אז יוסף90 וויל מוצ"ש געווינען אז די ארוינים האבן נישט געקענט ווארפן

מבני_בניו » 19/3/2006 04:12

זעט אויס אז סאיז גארנישט געווען, און סגייט אריין אין די לאנגע ליסטע פון יוסף 90 חלומות אויף היידפארק.

שפיטצער06 » 19/3/2006 05:57

יוסף90 איז אויסמענטש און ח.א.ס.

ער שעלט מהאט באשייגעצט הרב כץ שליט"א און ביהמ"ד

די זאליס זענען דאך בעה"ב ? ווי אזוי האט מען געקענט

ער שרייבט דארט נעמען פון אינגעלאט וועל איך עס נישט אריבער ברענגן דא ווייל דא און דעם פורום טאר מען נישט

שפיטצער06 » 19/3/2006 07:27

אזוי שרייבט יוסף90 און ח.א.ס איך האב עס געדארפט אסאך צוניזירן

אהרונים און בני ברק באגייען זעלבסטמארד

באטרא

אהרונים אין בני ברק געפערליך צושפילט ביזן טויט פרייטאג

די אהרונים פון בני ברק זענען די וואך שבת געווען צושפילט עד לב השמים, א גאנצן פרייטאג זענען זיי געווען בייז אויף יעדן אנגעשריגן און נאכגעשריגן יעדן איינעם וואס גייט נישט בתלמם.

דער שונד בלאט "קול התאחדתינו" האט אריינגעדרוקט 2 מחאות מיט קללות קעגן מרא דאתרא הגאון הגדול רבי אלי' כ"ץ שליט"א, און האבן עם באטיטולט מיט'ן תואר "מחרחר ריב", וועלכער האט געוואלט פארמאכן א ביהמ"ד ווי די קאמאניסטן.

די מחאות זענען געווען אונטערגעשריבן די "פורים" קהלה פון בערל פרידמאן מיט זכרי' ברוינער מיט מושקה שעהער, און מיט א סימבאל פון "מרכז" מוסדות בני ברק.

ליל שבת

שבת ביינאכט פאר "כגוונא" האט איינער פון די טערארריסטן אנגעהון "חסדי ד'" צוזאמען מיט נאך 20 יונגעלייט.

נאכן דאווענען האבן די טערארריסטן אנגעהויבן זינגען "וכל קרני רשעים אגדע, אבער די מערהייט פונעם ציבור איז אריבער – ווי יעדע וואך – גוט שבת פאר'ן רב שליט"א. איינער פון אונזער יונגעלייט האט זיך ארויפגעשטעלט אויפ'ן "ארון קודש" אין זיך גענומען פאטשן שרייענדיג פאר די אהרונים, העכער! העכער!

דערנאך האבן די באנדע טעראריסטן באגלייט דעם מרא דאתרא שליט"א צוזאמען הרבני הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער שליט"א זינגענדיג דעם ניגון "וכל קרני רשעים", און האבן באגלייט דעם רב שליט"א ביזן האטעל מיט זינגען ניגון.

עלטערע יונגעלייט תלמידי חכמים האבן זיי געבעטן זיי זאל אפשטעלן זייערע אומווערדיגע אקציעס וועלכע מאכט זיי אייגענע שאדאנס, אבער זיי האבן נישט אויסגעהערט די תוכחת מוסר פון אייגענע מענטשן, און ממשיך געווען און מבזה זיין דעם מרא דאתרא שליט"א בבזיון מחפיר.

שבת צופרי מיט סעודה שלישית האט דער מרא דאתרא שליט"א געדאווענט בבית מדרשו פון אביו גאב"ד ריסקעווא זצ"ל, אבער דער ציבור אנ"ש האט געדאווענט נארמאל צופרי און ביהמ"ד און אלעס איז אנגעגאנגען כרגיל.

ביי סעודה שלישית נאכן דאווענען האבן די באנדע טעראריסטן ווידער באגלייט הרבני הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער שליט"א מיט "וכל קרני רשעים", און ער איז זיי געשטאנען און געלאכט פנים, תוקן על ידי - שפיטצער06 - 19/03/2006 7:33:30

שפיטצער06 » 19/3/2006 07:38

נאך פון יוסף90

פון צווייטן זייט איז געווען קולות פון יונגעלייט "ר' אהרן טייטלבוים שר"י", ממש ווי אין די גוטע צייטן ביי הרב החסיד זיכה ומזכה את הרבים, רב הפעלים, כביר המעש ר' יוסף וואלדמאן שליט"א פון קרית יואל אדער נעבן צעהלים'ער ביהמ"ד און וויליאמסבורג.

מ'דארף געדענקען דעם גרויסן "חטא" פונעם מרא דאתרא שליט"א, וועלכער האט ערקלערט זיין "דעת תורה" קעגן מאכן דעם "פלעי" און ביהמ"ד הגדול אויף א גוי'אישן אויפן , אויסגעשטעלט ווי א טעאטער מיט קאלירטע לייט'ס, מאכענדיג ליצנות פון רבנים ותלמידי חכמים, און האט זיי געשטעלט די צווי תנאים פאר'ן געבן רשות צו מאכן דעם "פלעי".

די באנדיטן די טעראריסטן אנגעפירט דורךXXXX האבן אנגעפיפן דעם מרא דאתרא שליט"א וועלכער האט געטאן כדת של תורה מעמיד זיין דת ישראל וקדושתה על תילה, און איצט וויינען זיי אז ער איז א מחרחר ריב, און דער ר' חיים הערש מייזליש דער דעעש'ער בנן של קדושים איז געווען נוכח ביי דעם "פלעי" און איצט שטעלט ער אוועק א פנים אז ער ווייסט נישט פון וואס מ'רעדט, אזוי ווי זיין פעטער ר'אהרן טייטלבוים וועלכער ווייסט קיינמאל נישט פון וואס מ'רעדט נישט ביי יוסל וואלדמאן און נישט ביי די הליכה לערכאות.

די פאליציי האט ערקלערט מוצאי פורים אז די גארד'ס זענען געברענגט געווארן געזעצליך, און די גארד'ס זענען אוועק נאר נאך ווען יחזקאל ראטער האט זיך מתחייב געווען פאר פאליציי אז ער וועט נישט מאכן קיין "הסתה" קעגן רבנים. דער סך הכל פונעם שבת:

1) די אהרונים מיט'ן מאכן דעם "פלעי" זענען צושפילט און צורודערט עד לב השמים.

2) זיי האבן פארלוירן קאנטראל אויפ'ן ביהמ"ד, ואיש כל הישר בעיניו יעשה קעגן זייער רצון, אריינגערעכענט ברענגען גארד'ס.

3) און בני ברק ווי ר' אהרן טייטלבוים טענה'עט אז דארט איז ער פולקאם בעל הבית שלאגט מען זיך היינט צו טאג ערגער ווי אין ראדני פאר 3 יאר.

4) קיינער האט זיי נישט געקענט מבזה זיין אזוי גוט ווי זיי אליין זעלעבסט

5) זיי האבן געוויזן פאר די וועלט אז און בני ברק איז נישט ר' אהרן טייטלבוים דער שליט יחד עד כאן פון יוסף90

דער סך הכל וואס איך זעה פון זיינע ווערטער אדער האט יוסף90 געכאפט א נערווען אטאק אדער זענען די ארוינים ב"ה די לעצטע וואך זייער שטארק געווארן און ב"ב

תוקן על ידי - שפיטצער06 - 19/03/2006 7:44:13

SIM89 » 19/3/2006 11:35

הרב כץ איז נישט געקומען אויך צו שחרית היינט אינדערפרי.
ער איז אויסגעשפילט אינגאנצן.

נעבעך אויף אתמימות דיגער איד, וואו ער וועט געשלעפט דורך אפאהר נערנים וואס האבן איהם באגראבט אינגאנצן.

עכטע_נייעס » 19/3/2006 17:54

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר

ווי זענען די גארדס????

די פאליציי האט דאך זיי אוועק געשיקט פון די פלעי נאר ווייל מען גייט נישט מאכן קיין גענאר פון די רב דארט ווייל ער איז דאך בעה"ב

און דא ווארפט מען ארויס די רב עכט נישט ביי א פלעי און די גארדס קומען נישט צוריק ווי זענען זיי??????????????????

און נאך וואס איך פארשטיי נישט אויב רוב צוביר איז געגאנגען זאגן גיט שבת געהעריג פאר וואס קומט ער מער נישט דאווענען???????

יענקעלע11 » 19/3/2006 18:29

לויט די קללות פון באטרא אין חא"ס
זעט אויס אז חיסורי מיחסרי והכי קתני....

דער סך הכל פונעם שבת:

1) די אהרונים מיט'ן מאכן דעם "פלעי" זענען די וואס האבן צושפילט און צורודערט די זאלונים עד לב השמים.

2) זיי די זאלונים האבן פארלוירן קאנטראל אויפ'ן ביהמ"ד, ואיש כל הישר בעיניו יעשה קעגן זייער רצון, אריינגערעכענט ברענגען פאליציי אוועק צו שיקן זייערע גארד'ס.

3) און בני ברק ווי ר' אהרן טייטלבוים טענה'עט אז דארט איז ער פולקאם בעל הבית שלאגט מען זיך היינט צו טאג מיט די זאלונים ערגער ווי אין ראדני פאר 3 יאר. און זיי פליען פון דארט ווי די הינט...

4) קיינער האט זיי נישט געקענט מבזה זיין אזוי גוט ווי זיי אליין זעלעבסט

5) זיי האבן געוויזן פאר די וועלט אז און בני ברק איז נישט רבי' אהרן טייטלבוים שליט"א אליין דער שליט נאר ער מיט ר' משה חיים ווייס שליט"א זענען בעל הבית ביחד

יוסעלע טעות לעולם חוזר...

גוטזאגער » 19/3/2006 21:48

אפשר קען איינער בעטן יאסעלע זאל מיר מסביר זיין בעסער וואס דא איז געשען.

די פלעי איז פארגעקומען ווי געהעריג, טראצדעם וואס די זאלונים האבן געברענגט גארדס

מען האט חוזק געמאכט פון ר' זלמן לייב, טראצדעם וואס מען האט צוגעזאגט אז מען וועט נישט עובר זיין אויף הסתה

מען האט באזינגען די זאלונים אין די גאסן, טראצדעם וואס די אהרונים זענען נישט מער ווי 5 פראצענט פון די סאטמארע אידן אין בני ברק

הרב כ"ץ איז מיט גרויס בושות געצווינגען געווען צו דאווענען ערגעץ אנדערש, טראצדעם וואס די שוהל באלאנגט פאר אים

אבער די זאלונים האבן געווינען...

פעלט עפעס פונעם פאזל וואס איך ווייס נישט? תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 22:08:52

יענקעלע11 » 19/3/2006 21:55

אכן נודע הדבר

יעדער ווייסט דאך, אז איך וויל חלילה נישט עובר זיין אויף גילוי,
איך בין דאך אלץ זייער נזהר אין איינהאלטן די תקנות,
אבער טראכטן הויעך איז דאך נישט בניגוד התקנות,
על כן טראכט איך אז...
באטרא איז (געווען) מרת דייטש ע"ה (ר' סענדער דייטש'ס אלמנה),
יוסף90 איז (געווען) ר' זלמן בינער ע"ה,
ווייל זייט די צוויי זענען נפטר געווארן,
הערט מען נישט אין חא"ס פון באטרא אדער יוסף90,
כאטש עס איז דא אזויפיל נייעס אין בני ברק,
און זיי האבן דאך ווייטער געווינען כדרכם...
ת.נ.צ.ב.ה.

שורשנגח » 19/3/2006 21:57

יענקעלע11 [בילד – נישט אפגעהיט] 

יעצט אין קורצען דער שבת אין בני ברק.

פאר כגוונא האט דער ציבור מיט גרויס עקסטאז אנגעהובויען צי זינגען "חסדי ה'" דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטאן אין ציונישט געמאכט די פלענער פון די רשעים, דער גאנצער ציבור האט מיט העכערע געפילען געלויבט און געדאנקעט דעם רבוש"ע.

נאכן דאווענען האט זיך דער ציבור ארום געשטעלט ארום דעם תימן'נער טאלער וואס ער איז דער גרעסטער מחרר ריב, און מען האט אנגעהויבען צי זינגען תימן'נע ליסטיגע ניגונים לכבוד זיין אבות אבותינו הקדושים...

ער האט אנגעהויבען צי שפאצירען צו ר' אלי' כ"ץ אין ער האט זיך געשטעלט לעבן אים, אזוי אויך האבן זיך געשטעלט לעבן אים זיינע צוויי גבאים, דער קווינס תלמיד יואל ערענטאל, און יואל יאזעף וואס ביידע האבן זייער שיינע הדרת פנים, מיט הערליכע שיינע געשניטענע בערד, א יופי פון א בערדעל, דער עולם האט אנגעהויבען צי זינגען וכל קרני רשעים אגדע מיטען העכסטען טאן, און זיי ארויסבאגלייט אינאיינעם ארויס פון שיל, ווי זיי זענען געלאפען ווי די אויגן טראגען זיי.

צופרי איז טאלער נישט געקומען דאווענען צוזאמען מיט ר' אלי' כ"ץ זיי האבן זיך געזעצט שבעה אינאיינעם, ביי שלש סעודות איז דער תימן'ער טאלער צוריק געקומען, מען האט אים ווידער ארויסבאגלייט מיט בזיונות עצומות, און אים באזינגען לפי כבודו.

היינט זענען זיי מער נישט צוריקגעקומען אין שול, און דער עולם האט אפגעאטמט, און איז פיל מיט פרייד אז מען איז פטור געווארן ווי די שלענג.

מיכעלע שלעזינגער האט היינט אנגעריפען הרב כהן פון די געוועזענע הנהלה פון בני ברק, אין ער האט אים געזאגט אז די רב רז"ל הייסט אז מען זאל נעמען שוין 10 אינגעלייט אין צוריק גיין מיט טאלער און הרב כ"ץ אין שול, הרב כהן האט אים געזאגט אין קען דיר נישט העלפען איך האב נישט קיין 5 מענטשען וואס זענען גרייט עס צו טאן, מיכל האט אים געוארענט אז טאמער ער וועט עס נישט טאן וועט ער אליין אריבער פליען און עס טאן... תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 22:12:40

faird » 19/3/2006 22:10

די זאלונים זענען שרעקליך צושפילט און צופידלט נאך די מעכטיגע דורכפאל וואס זיי האבן געליטן אין בני ברק. דער תימנ'ער טאהלער האט היינט געזאגט פאר דעם "יוגנט פריינט" דאווידאוויטש און היימליך מיט די ארויסגעשטעקטע ציין אז ער וועט ווייזן פאר די אהרונים וואס ער קען.

טאהלער האט אויסגעזאגט פאר זיין חבר דאווידאוויטש, אז דאס ברענגען די גארדס איז געווען די מעכטיגע באמבע פון וואס משה פריעדמאן רעדט שוין פאר אפאר וואכן. מען האט זיך נאר מיאוס פאררעכנט מיט צוויי זאכן.

ערשטנס, פאר קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז משה חיים ווייס וועט גיין צו די פאליציי און אויפווייזן אז ער איז בעל הבית, און די פאליציי וועט אוועקשיקן די גארדס.

צווייטנס, די זאליס האבן זיך געכאפט אז הרב כ"ץ מיט זיינע קינדער, מיט טאהלער, מיט דאווידאוויטש און מיט היימליך באטרעפן נישט קיין גאנצן מנין, און אויב ווארפן די זאלונים ארויס אלע אהרונים פון שוהל בלייבן זיי מיט א גרויסן ליידיגן בנין אן קיין מתפללים.

דערווייל איז שוין דריי תפלות וואס הרב כ"ץ טרעט מער נישט אריין אין שוהל. ער האט ענדליך איינגעזען אז זיין רבנות איז נישט מער ווי א טיטול אן א מיטל, און ער קען גארנישט טאן אן די רשות פון די לעגאלע בעלי בתים פונעם שיכון.

ווארהייט » 19/3/2006 23:09

די נאראנים האבן זיך אריינגעלייגט אין א קראנקן בעטל. זיי האבן זיך גענומען צו בני ברק, א שטאט וואו זיי זענען זיכערע פארלירער, און זיי זענען טאקע ארויסגעגאנגען גרויסע פארלירער.

ווען זיי וואלטן געהאט נאר אביסעלע שכל, אביסעלע שכל...

jhhoruyr » 21/3/2006 16:59

איך בין נישט געווען דא פאר 3 וואכן און היינט קום איך אן צום ערשטן מאל זע איך וויאזוי די זאליס ובראשם יוסעלע90 איז נעבעך צושפילט אויף טויזענט. איך זאג אייך איך קען נישט אזויפיהל לאכן וועגן בויך ווייטאג.

דא האט איר קלארע און אמת'ע פאקטן פון בני ברק, די גאנצע הלוך ילך וואס עס איז פארגעקומען אין די פארגאנגענע טעג.
(איך בין מקדים פאראויס אז איך שרייב דאס נאר פאר ווער עס וויל וויסן די אמת, און איך וועל נישט ענטפערן אויף קיין שקרים איבער די נושא)

ומעשה שהי' כך הי':*:namespace prefix = o />


הכנה לפורים

צוויי וואכן פאר פורים האט שוין די גאנצע קהילה אין ב"ב געוואוסט פון די בשורה טובה אז אויך היי יאהר וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע "משתה היין" און "פורים שפיל" אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה אין שיכון קרית יואל, פונקט אזויווי פאר אַ יאהר ווען עס איז געפראוועט געווארן דער יו"ט פורים מיט גרויס שמחה און פראכט, מיטן באטייליגונג פון די גאנצע קהילה ובראשם דער רב הקהילה רבי אלי' כ"ץ שליט"א דער ראש הישיבה רבי חיים צבי מייזליש שליט"א און הרב הגאון רבי חיים שלום קליין שליט"א.

ווי פארשטענדליך קענען די געציילטע פארביטערטע זאליס אין ב"ב נישט אראפשלינגען אזא שיינעם מעמד, וואו זיי קענען זיך נעבעך נישט באטייליגן (יעדער מיט זיין ביטערן פעקל..), דעריבער האבן זיי באשלאסן אז היי יאהר גייען זיי דאס צושטערן, דער תימנ'ער טאלער האט גלייך זיך פארבינדן מיטן לאנגן משה (בן פראדל) און איהם ארויסגעברענגט די חורבן פון די מעמד פורים וואס איז פאר אַ יאהר געווען אַ טויט-קלאפ פאר די זאליס, און היי יאהר וועט דאס נאך מער אפטהון ווען זיי קענען זיך נאכנישט צו זיך קומען פונעם גרויסן נידערלאגע ווען די הנהלת המוסדות האט באקומען די פערמיט צו בויען אויפן לעצטן ליידיגן שטח אין שיכון קרית יואל.

דער לאנגער משה האט גלייך איינגעשפאנט פערד און וואגן און געקאלט צו הרב אלי' כ"ץ אז ער זאל צושטערן דעם מעמד אום פורים, ער האט איהם נעבעך פארפלאנטערט מיט לעכערליכע אויסריידן מיט וועלכע איסורים צו פארמיידן דעם מעמד, (אזאלעכע תנאים וואס מען האט דאס איהם נאכגעגעבן, אבער דער לאנגער משה האט נישט נאכגעלאזט).

מפני כבודו וויל איך נישט דא ארויסשרייבן איבער די פרטים און דין ודברים פון הרב אלי' שליט"א,
ווער עס ווייסט דאס פארשטייט פונקטליך פארוואס...


יום הפורים

פורים ביינאכט האבן די זאליס זיך ארומגעדרייט אין ב"ב און זיך געשוואוירן אז יהי' מה שיהי' די כינוס פון פורים גייט בכל מחיר נישט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון, דערביי האבן זיך די שליחים געשושקעט אז עס איז גרייט אַ פארטיגן פלאן דערויף.

די ציבור האט אבער זיך נישט פארגעשטעלט וואספארא אומגלויבליכע מיטלען זיי וועלן נוצן אויסצופיהרן די רצון פון זייערע שלעכטע משלחים, און בו בזמן ווען די בני הקהילה זענען געזעצן פורים נאכמיטאג איש ובני ביתו און געפראוועט די סעודת פורים בשמחה וטוב לבב, האבן די ביטערע פערשוינען באשטעלט אַ גאנצע מחנה פון גארד'ס ארומצונעמען די בית המדרש הגדול און פארשליסן די אלע טירן מיט דיקע שלעסער און קייטן, אין יוצא ואין בא רח"ל.

אויף ווער עס זאל מיטקומען מיט די גארד'ס האט זיך געטהון א גאנצע עפאכע,
דער תימנ'ער טאלער האט געטענה'ט אז עס פאסט נישט ער זאל מיטקומען מיט זיי ווייל ער איז דאך דער "הרבני הנגיד", ער האט אבער געזארגט אז דער פרישער מגולח יואל'י עהרנטאל זאל מיט זיי קומען, אבער פורים מיטאג האט ער זיך אפגעזאגט ווייל מ'האט אים פון שטוב נישט צוגעלאזט, גענוג וויפל די שוועסטער ליידט שוין וועגן די נארישע מעשים פון איהר מאן (אהרן הערש היימליך),

וירא כי אין איש האט דער לאנגער משה אויפגעהויבן אַ טעלעפאן צו חיים מרדכי יאזשעף (זיין פעקל איז ווייל ער איז אלס בחור פארשיקט געווארן פון ישיבה...וד"ל) און ער האט איהם געצווינגען צו קומען ווייזן פאר די גארד'ס וואו די ביהמ"ד איז, דער שלימזל איז נעבעך געקומען און אזויווי אפאר אינגלעך האבן איהם באמערקט האט ער אפגיאגט און געלאזט די גארד'ס אליין אויף די וואסער.

מוצאי פורים

אַ שאקירונג האט באנומען דעם ציבור ווען זיי האבן אנגעהויבן צו קומען ביינאכט אין ביהמ"ד צו לערנען, דאווענען מעריב און דערנאך מיטהאלטן די פייערליכע כינוס הקהילה, ווען פאר זייערע אויגן האט זיך ענטפלעקט אַ שוידערליכן בילד, פרייע בלוט-דארשטיגע בריונים שטייען ארום די שערי ביהמ"ד און זענען מטיל אימה אויפן ציבור נישט לאזנדיג אריינגיין, די זעלביגע בארבארישע בילד האט זיך אפגעטהון פון אונטער'ן ביהמ"ד ביים אריינגאנג צום עזרת נשים וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער פרויען און מיידלעך צו מיטהאלטן דעם גרויסארטיגן כינוס נאה, און צו זייער שאק זענען זיי פארטריבן געווארן מיט גסות און אכזריות ה"י דורך די פרייע רוצחים.

אידן פון פרעמדע קרייזן וועלכע זענען שוין צענדליגע יארן קובע תורתם ותפילתם אינעם סאטמארער ביהמ"ד, זענען געבליבן שטיין געפלעפט נישט קענענדיג גלייבן וואס זיי זעהן מיט די אייגענע אויגן, אז נישט מער און נישט ווייניגער די סאטמארער ביהמ"ד איז אפגעשפארט דורך ציונים גסים ושפלים, און דאס איז נישט אין די צייטן פון די קאמעניסטן גרועים שבאומות.

עלטערע אידן און בעה"ב מנכבדי הקהילה וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט מיט מסירות נפש פאר'ן אויפבוי פונעם ביהמ"ד, זענען געשטאנען און צוגעקוקט מיט אנגסט דאס אומגלויבליכע אז אַ מחנה פון גארד'ס האלטן זיי אפ מיט בראטאלישקייט אריינצוגיין אין זייער בית המדרש, און דאס איז נאך אויפן באפעל פון אידן וועלכע פאררופן זיך אלס די סאטמארער חסידים.

עס איז נישט דא גענוג בייזע ווערטער ארויסצוברענגען די חילול שם שמים וואס איז פארשאפן געווארן פון דעם מחזה מחריד איום ונורא, די בזיון איז נאך געשטיגן פיהל-פאכיג ווען די גארד'ס אליין האבן זיך געטראפן אין אַ פאסטקע צוזעהנדיג אז מ'האט זיי פשוט אוועקגעשטעלט פארטרייבן מענטשן פון די אייגענע ביהמ"ד, און זיי האבן פראבירט צו רופן די יעניגע וואס האבן זיי באשטעלט אבער יענע שרייען אז זיי קענען יעצט נישט קומען אבער זיי זאלן זיך נישט לאזן נאר אפהאלטן די אריינגאנג בכל חומר.

אינצווישן האבן די ציבור אנגעהויבן צו שטראמען אין די מאסן און דער געטרייער עסקן הר"ר הערשל האלצער הי"ו האט איינגעהאלטן דעם ציבור פארשפרעכנדיג אז ביז געציילטע מינוטן ווערן די גארד'ס פארשיקט, אזוי אויך האט ער שטרענג אנגעזאגט דעם הויפט פון די גארד'ס אז ער זאל וויסן אז ער שפילט זיך מיטן געזעץ און ער זאל זיך נישט וואגן צו הייבן אן האנט אויף קיינעם דער הויפט האט צוגעשטימט,

די ציבור האט פארשטאנען דעם וואונק... און האבן אויפגעבראכן די שלעסער און ארויפמארשירט אין ביהמ"ד, אינצווישן האט דער הויפט באקומען שארפע טעלעפאנען פון די זאליס פארוואס זיי לאזן אריין די אנשי שלומינו, און יענער האט גענטפערט אז ער זעהט אז דא איז נישט קיין שטח הפקר דא איז דא אַ בעה"ב און ער האט גערופן די פאליציי.

אזויווי די פאליציי איז אנגעקומען האט ר' הערשל האלצער זיי צוגעפיהרט צום שטוב פונעם מנהל המוסדות ר' משה חיים ווייס הי"ו און דארט האט זיי דער מנהל געוויזן אלע נויטיגע דאקומענטן אז ער איז דער ריכטיגער מנהל המוסדות און ער האט די בעלות אויפן שיכון קרית יואל, די פאליציי האט פארשטאנען די גאנצע עסק און ביז געציילטע מינוטן איז מקויים געווארן עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום, די פאליציי זענען אריבער געקומען אין ביהמ"ד און פארטריבן די גארד'ס בבושת פנים צוזאמען מיט זייערע לעכערליכע פאפירן אז מענדל וואלערשטיין (פון ירושלים) איז דער מנהל המוסדות.

אינצווישן ביז די גארד'ס זענען אוועק האט נאך דער לאנגער משה איבערגעדרייט וועלטן און געהייסן פאר הרב כ"ץ אז ער מוז מעלדן פאר די פאליציי אז אויב וועלן די הנהלת המוסדות קומען אונערחתמענען אפאר תנאים מיט איהם, וועט הערשן אַ רואיהגקייט אין ביהמ"ד, ער האט טאקע מיטגעשיקט איינע פון זיינע בענאקעס (ל"ע) יודעלע כץ אז ער זאל גיין באפעלן משה'ס באשלוס, ווי פארשטענדליך האבן די חברי הנהלה נישט נאכגעקומען דעם לעכערליכן פארלאנג און געזאגט פאר די פאליציי אז די וועג צו רואיהגקייט איז נאר דורך פארשיקן די גארד'ס, ווייל דא איז נישטא קיינער צווישן די הונדערטער מענטשן וואס זענען עפעס קעגן דעם מעמד, אזוי האבן זיי טאקע געטהון, פארשיקט יודעלע כץ און די אלע גארד'ס און אוועק געפארן.

עס איז איבעריג צו שילדערן די שמחת פורים וואס האט זיך אויסגעגאסן אויפן ציבור ווען עס איז צושטאנד געקומען ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, און די לאנג-געפלאנטע אקציע וואס די פארביטערטע מחרחרי ריב האבן אויספלאנירט טעג און וואכן איז געגאנגען לטמיון און איז צוגאנגען געווארן אין מינוטן ווי אַ זייפן בלאז, עס איז צונישט געווארן ווען די שערי ביהמ"ד זענען געפנט געווארן לרווחה.

משתה היין

מיט אַ קול רינה וצהלה האט די ריזן ציבור אריינגעשטראמט אין ביהמ"ד הגדול און אנגעפיהלט דעם חלל הביהמ"ד וועלכע איז געווען אויסגעשורה'ט מיט לאנגע רייעס פון טישן און בענק, עס זענען באזעצט געווארן דורך די בעה"ב נכבדים און אונטער זיי די אברכים חשובים איש על מחנהו ועל דגלו, לענגאויס די זייטן פונעם ביהמ"ד האבן זיך געצויגן הויך שטאקיגע פארענטשעס וועלכע זענען אנגעפיהלט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה, און אויפן אויבנ-אן האט זיך געצויגן אַ בימת הכבוד באשיינט דורך רבני ופני הקהילה מרביצי תורה און רמ"י הישיבה שליט"א.

די ציבור האט אנגעהויבן צו זינגען און צו טאנצן מיט גרויס שמחה וצהלה, די עקסטאז איז געשטיגן ווען עס האבן זיך באוויזן אויפן אויבנ-אן די געטרייע חברי הנהלת המוסדות ובראשם דער באגאבטער מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א, די קהל הקודש האבן זיך אריננגעלאזט אין געהויבענע טענץ באגלייט מיט מוזיק, זינגענדיג חסדי ה' כי לא תמנו, וכל קרני רשעים אגדע א.א.וו.

דאן האט דער מנהל הרה"ח ר' משה חיים הי"ו גענומען די מייק אין די הענט און געלאזט הערן פאר'ן ציבור מ'זאל זיך האלטן שטארק ה' עמנו, מ'זעהט דאס אויף טריט און שריט ווי מ'ווערט באגלייט מיט אן השגחה פרטית, און די גאנצע אקציע איז נאר אויף אויסצוגעבן די ביטערניש נאכ'ן ליידן אזעלעכע נידערלאגעס מיט נישט קענען צושטערן צו באקומען פון די שטאט די ערלויבעניש צו קענען בויען אין שיכון, דעריבער דארפ'ן מיר זיך האלטן ווייטער פעלזן פעסט באילנא דחיי פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און בנו הגדול כ"ק מרן גאב"ד קרית יואל שליט"א וואס בצילם אנו חיים, און כהיום הזה ווען מ'איז ששים ושמחים זאל מען שטענדיג זוכה זיין אז לא ינוח שבט הרשע און די עלעמענטן זאלן אונז לאזן לעבן און אנגיין מיטן עבודת הקודש לרומם קרן הקהילה..

עס איז געווען אַ ערהארבן בילד און מחזה הוד צו זעהן דעם שיינער ציבור בני הקהילה טאנצן אינאיינעם יונג און אלט און פארברענגען כאיש אחד בלב אחד, ווען אין די לופט שפירט זיך אַ היימישע און פרייליכע אטמאספארע, און אַ באטעמטע כאר פון יונגעלייט מיט בחורים באגלייט בתופים ובמחולות זענען מנעים בקול שירה וזמר.

ביים ענדע פונעם מעמד איז פארגעשטעלט געווארן אַ הערליכע און תוכנ'פולע "פורים שפיל" ווי בחורי חמד מיט אינגעלייט האבן אפגעשפילט אַ סיפור פון אַ בלוט בלבול און יצירה פונעם "פראגער גולם" וועלכער איז ווי באקאנט באשאפן געווארן דורכ'ן הייליגן מהר"ל צו ראטעווען די אידן פון טרויעריג-בארימטע עלילות דם פון די גלחים שונאי ישראל.

די שפיל האט זיך געצויגן איבער צוויי שטונדעס ווען די ציבור איז די גאנצע צייט געזעצן ווי צוגענאגלט צו די ערטער צוקוקנדיג די קונצליכע און ערנסטע אויסגעהארבעטע שפיל וועלכע האט ווי אריינגעשלעפט די צוקוקער'ס אין די מעשה אליין.

עס איז שוין געווען שפעט אין די נאכט ווען די עולם האט זיך צושפרייט פיהל מיט סיפוק וחדות הנפש נאכ'ן מיטהאלטן אזא שיינע און סוקסעס'פולע מעמד וואו עס האט זיך ארויסגעוויזן אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי און שום רוחות שבעולם וועט נישט צושטערן דאס וואוילזיין און אחדות פון די קהילה נאה ומעטירה.

תוקן על ידי - jhhoruyr - 21/03/2006 17:11:12

jhhoruyr » 21/3/2006 17:04

שבת קודש\


בעפאר שב"ק האט די צענטראלע קהל יטב לב פון אמעריקא ואתם עמם הנהלת הקהילות פון בארא-פארק, קרית יואל, און לאנדאן געשיקט אַ שארפן מכתב מחאה אויפן חילול ה' פון די פארביטערטע לייט, די מחאה איז אויפגעהאנגען געווארן אין ביהמ"ד צום פרייד פונעם ציבור שפירנדיג אז מ'האט אַ שטארקן רוקן ביין, אזוי אויך האט די ארטיגע הנהלת המוסדות פארענטפליכט אַ שארפע קול מחאה קעגן די זינדיגע מענטשן וואס זיכן יומם ולילה צו שטערן די מנוחה און רואיהגקייט פון די קהילה בשליחותו פונעם הויכן רשע בן פראדל (באקאנטער פארלירער).

פרייטאג צונאכט'ס האט געהערשט אין ביהמ"ד אַ יו"ט'דיגן שטימונג, די ציבור איז געווען לוסטיג און פרייליך אז מ'איז דורכגעגאנגען אזא געלונגענע יו"ט פורים טראץ די שווערע באמיהונגען פון בן פראדל און זיין אגענט (בן ... ) טאלער פון תימן, אזויווי טאלער האט זיך באוויזן אויף די טרעפן פונעם ביהמ"ד האט מען איהם מקבל פנים געווען מיט א געזאנג באגלייטנדיג ביזן טיהר פון ביהמ"ד.*:namespace prefix = o />

 

פאר כגוונא האבן די גאנצע ביהמ"ד אויסגעבראכן אין אַ  געזאנג אויף חסדי ה', די ציבור האט געפאטשט און געזונגען בעלי בתים און אינגעלייט איבערן גאנצן ביהמ"ד, לויבנדיג השי"ת וואס האט ווידער געוויזן אז כל כלי יוצר עליך לא יוצלח, והעברת פי ה' וחילול שמו היא לא תצלח...

נאכ'ן דאווענען האט זיך די ציבור אלס מחאה ארומגענומען ארום דעם תימנ'ער טאלער און איהם באזונגען מיט וכל קרני רשעים אגדע, דער טאלער דאך אַ תימנ'ער עקשן האט געוואלט ווייזן אז ער פייפט זיך אן אויפן גאנצן ציבור, און אנשטאט ארויסלויפן פון ביהמ"ד בעצייטנ'ס האט ער אנגעהויבן צוגיין אין ריכטונג פון הרב כ"ץ ביי מזרח וואנט, און די גאנצער ציבור (נאכאמאל: יא דער גאנצער ציבור) וואס האט געציילט אפאר הונדערט אידן בליעה"ר בעלי בתים און אברכים זענען זיך צוזאמגעלאפן ארום דעם טאלער און אויסגעדרוקט אַ קול מחאה בקול אדיר וחזק אויף זיינע מעשים תעתועים און מחלוקת וואס ער פראבירט צו אנזייען קעגן די קהילה און קעגן די מוסדות הק', מ'האט איהם באזונגען און באזידלט אז וואס אנדערע זענען געשטראפט געווארן פארן חרוב מאכן קהילות זאל מיט איהם אויך געשעהן.

די ביטערליכע גאוה פון נישט נאכגעבן (אזויווי בן פראדל) האט איהם נעבעך ארויפגעפיהרט אויפן ארון הקודש נעבן הרב כ"ץ וואו ער האט געוואלט לאכן פאר'ן עולם, בליץ שנעל האט מען אבער אנגעהויבן איינע פון די תימנ'ע ניגונים און מ'האט בארירט זיין ביטערן פינטל און גלייך האט ער בלייסערהייט אפגעטראגן, און מ'האט איהם ארויסבאגלייט ביז אינדערויסן, ופני המן חפו.


פרייטאג צונאכ'טס האבן די פארביטערטע זאליס נישט געקענט עסן די סעודת שבת און זענען ארומגעלאפן ווי פארסמ'טע מייז וואס טהוט מען קעגן די שטערבליכע בזיונות וואס די אהרונים האבן אנגעמאכט פאר הרבני הנגיד, זיי האבן זיך נעבעך געוואלט צונויף נעמען אינאיינעם אבער דאס איז זיי אויך נישט געלונגען (גיי בויע מיט אזאלעכע פארביטערטע אַ חסידות ווען טייל פון זיי האבן זיך אויסגעדריקט ענק האבן אונז שוין גענוג זיך געלאזט איינרעדן אויף נצחונות וועלכע זענען איבערגעדרייט געווארן צו פארשעמטע נידערלאגעס, ווי צום ביישפיל: די פערמיט צו בויען גייט נישט זיין – עס איז דא, די שפיל פורים גייט נישט זיין – עס איז געווען, און נאך וויאזוי...).


נאך לאנגע באראטונגען האבן זיי באשלאסן אנצוזאגן פאר הרב כ"ץ שליט"א אז ער טאר נישט מער קומען דאווענען שבת אין ביהמ"ד נישט אינדערפרי און נישט ביי שלש-סעודות, הלמאי די ציבור האט זיך דערוואגט צו פארשעמען טאלער אויף אזא שרעקליכן אופן, און נאך דערצו זאל נישט קיינער קיינער פון די נאנט צו דריי הונדערט מתפללים נישט אויפשטעלן מוחה זיין, ופשע על פשע הושברנו אז אויך ווען מ'האט פייערליך געזנגען חסדי ה' איז אין פוצה פה ומצפצף.

שבת צופרי איז אריבער שטיל, דער תימנ'ער צדיק האט זיך נישט באוויזן, ניין, נישט וועגן חרטה אדער צדקות, נאר ווייל ווי יעדן טאג איז ער מקפיד נישט צו דאווענען פאר חצות היום, אינדערוואכן צו שבת און דאס איז נאך געזאגט גאנץ פרי, דערפאר דאוונט ער אין אַ ביהמ"ד וואו מ'פאנגט אן די שפעטסטע און מ'ענדיגט די פריסטע (ער מעג דאך עפעס שלאפן אויך נאך אזא באגלייטן פרייטאג צונאכט'ס).

מוצאי שבת
ביי שלש-סעודות איז דער שווארצער טאלער ווידער געקומען אין ביהמ"ד און געזעצן ווי אַ מצורע בדד ישב מחוץ למחנה מושבו, איין שוואגער'ל זיינע אברהמ'עלע יוזשעף (מגולח זקן ומגדל בלורית) האט זיך אויף איהם מרחם געווען און זיך מיט איהם אונטערגעמורמולט מיט גרויס רחמנות, נאך מעריב האט אבער ווייטער די ציבור נישט צוגעלאזט דעם תימנ'ער מהרס און איהם אנגעפאנגען באגלייטן בקול רעש גדול, דער מהרס האט ווידער פון אנפאנג געשמייכלט און פראבירט דאס אנצונעמען גרינג אבער ווי ער האט נאר געזעהן וואספארא ציבור בכמות ובאיכות באשייגעצ'ן איהם פאר זיינע שוידערליכע מעשי ארס והירוס, האט ער אנגעפאנגען צו לויפן צו זיין שווער אהיים אין די האטעל.

די ציבור האט אבער נישט נאכגעלאזט און איהם באזונגען ברחובה של עיר שרייענדיג ער זאל זיך אפשאקלען פון אונזער קהילה קדושה בין טוב לרע, דא איז נישט תימן אדער רוסלאנד וואו אידישע קינדער זענען געפייניגט געווארן דורך די רשעי ישראל.

אנקומענדיג ביים האטעל זענען ארויסגעקומען אויפן גאס זיין געטרייע שוויגער צוזאמען מיט איהר שוואכע טאכטער (אשת חיל פון א. יוזשעף) און האבן אנגעהויבן זיך אנצונעמען פאר'ן מהרס, שרייענדיג שקצים אהרונים, און נאך אומווערדיגע איידעלע ווערטער וואס מען הערט נישט פון קיין בנות ישראל כשרות, די ציבור האט זיך אויסגעדרייט פון די נשים חצופות, און אהיים מיט אן האפענונג אולי ילמוד תועה בינה, דער ביטערער עקשן ומהרס זאל שוין איינזעהן צו וואס ער איז צוגעקומען, און מיטן אויספאלגן די פקודות פונעם לאנגן משה וועט ער אנקומען דארט וואו ער זעלבסט איז אנגעקומען, און אויף דעם שטייט בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת יפעל, דמ"ה בנפשו ללכוד ונלכד, גאה בעשרו וכרה לו בור טיף טיף זייעהר טיף.

עד כאן אומרים בשבת פרה


אצינד גיב איבער דאס ווארט פאר יוסף בן תשעים און אלע אנדערע כאלאס'ן צו פיטערן זייערע קעלבלעך מיט שיינע מעשה'לעך אבער נעבעך נישט פאקטישע, הייבט אן לעבעדיג... שעלט און שרייט.. מיר וואלטן נישט אנדערש געטהון ווען עס וואלט געווען פארקערט, אבער דערווייל איז דאס אזויווי איך האב עס דא אראפגעלייגט, ווער עס וואקלט זיך און וויל וויסן די אמת זאל אויפהייבן אַ טעלעפאן קיין בני ברק און וועט הערן וואס ער וויל צו וואס ער וויל נישט אבער וואס עס איז פאקטיש געווען.

תוקן על ידי - jhhoruyr - 21/03/2006 17:05:28

העטעכפעטעך » 21/3/2006 17:52

jhhoruyr

ישר כוח פארן אראפ ברענגן דעם אמת כה לחי  [בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 21/3/2006 18:05

דער ציבור ביים הערליכן "סעודת משתה היין" אין בני ברק.

[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 21/3/2006 18:07

2

[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 21/3/2006 18:07

די שפילערס נאכן "פלעי"
[בילד – נישט אפגעהיט]

SIM89 » 22/3/2006 12:24

ס'טוט זיך לעבעדיג!


איך וויל נישט צו פיהל אויס זאגען, אבער דער מצב איז אביסל נישט ששון' דיג.
ס'איז דא עפעס א בריוו, אשארפער בריוו, אנטקעגן די מוסדות אין בני ברק, מחאה אויף כבודו פון הרב כץ.
טאמער דער ברייול וועט ארויס גיין, וועט זיין זייער נישט סימפאטיש.

לויט וואו ס'זעט זיך אויס יעצט, וועט דער בריוו וואס איז שוין גע'חתמ'ט, נישט ארויס קומען.

התייצבו וראו.
פרטים יבואו

עכטע_נייעס » 23/3/2006 01:14

איך הער יעצט פון ב"ב אז מ'האט היינט אראפ גערופען ר' משה חיים ווייס און בית משפט און מ'האט עם דארט אויס געפרעגט

ווייסט איינער וואס עס איז געווען דארט

שקל_שלם » 23/3/2006 01:41

דו מיינסט די בריוו פון רב וואזנער?

jhhoruyr » 23/3/2006 02:42

ס'איז נישט אמת!

ס'איז היינט גארנישט געווען.

עכטע_נייעס » 23/3/2006 04:04

איך האב עס קאנפארימד אויף 100% אז משה חיים ווייס איז היינט געווען און בית משפט מ'האט עם פארהערט דארט

SIM89 » 23/3/2006 10:35

איך האב געמיינט טאקע דאס בריוו פון הרב וואזנער.
ווען איך האב עס געשריבן, איז דער בריוו נאכנישט געווען צוריק ביי רב וואזנער, וועגן דעם האב איך נישט קלאר געשריבן.

אגב, צוויי ליטווישע רבנים האבן שוין געחתמ'ט אויף דעם בריוו, ר' נסים קארעליץ, מיט ר' מיכל יודא לעפקאוויטש.
זיי האבן געחתמ'ט אויף דעם אינאיינעם מיט דעם 'חוב קדוש' פון די ג'.

jhhoruyr » 23/3/2006 10:41

סים
איך האב פאר דיר נייעס!

זיי האבן שוין אויך צוריק געצויגן פונעם חתימה זייערע, נאך דעם וואס זיי האבן געהערט די צוויטע זייט.