איך בין נישט פון די מאכערס אין אונזער קהלה, ממילא ווייס איך נישט אלע פרטים, און איך ווארט אויך צו הערן וואס זיי ווייסן. עס זעט אויס א זיי האלטן נישט ביים אויפווייזן די מסירה, קען זיין זיי האלטן אז עס פעלט נישט אויס, קען זיין זיי לייגן אוועק די סחורה פאר בי"ד אדער ווארטן זיי אויף מער הוכחות וכדו*:namespace prefix = st1 ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:smarttags" />'.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
לעת עתה וויל איך דא שרייבן וואס איז שוין באקאנט. קודם בנוגע זייער שקרים כהווייתן. א) בתחלת פר' תצוה- אונז ארבעטן שוין מיט די בילדינג והפייער דעפט. דריי וואכן. ב) והתרשלו בחלק מהם- אונז האבו געטון אלעס כפי הוראת הבילדינג והפייער דעפט. און זיי האבן זיך פארלייגט פרייטאג אויף זאכן וואס זענען שוין געווען אפגעשמועסט מיט זיי דהיינו נאך אן עקסיט און די פירהענגן וואס זיי זענען געשטאנען א האלבע שעה אוןפרובירט עס אנצוצינדען ועוד דברים של מה בכך. ג)בקשר עם רש"פ- זיי האבן געאפערט עטרת שלמה, דעטס איט.ד)בהיזיקות עצומים- זיי האבן סך הכל איין מעשה וועגן די סאוער אין קעמפ וואס אונז האבן הפנים געטון ווען אונז האבן נאך געהאפט צו באקומען דעם קעמפ, און מען האט שוין אויפעוויזן אין בי"ד און אין קארט אז מענדל ל. מיט זיינע לינקע הענט האט עס געטון.ה) וקבלנו הכל בדומי'- וואס איז מיט עד לעצמו און די רמבעה"נ און זמנים פאסטערס, די זאכן קאסטן געלט און קומט נישט פון מ"ג אליינס.
און יעצט לגופו של ענין, דאנערשטאג האבן נאך די בילדינג און פייער דעפט. געזאגט אז אלס איז בסדר. דאנערשטאג ביינאכט האט א' פ' זון פון יולויס געזאגט פארן ק' ר אז אונז גייען עס נישט האבן. פרייטאג צופרי רופט דער קעפט, פון 66 צו ר' צא"ר פרעגן וואס ער קען העלפן מיט פלאן ב' וויל ער האט שוין געהערט אז אונז גיי מיר נישט קענען נוצן דאס פלאץ. עס האבן זיך אראפגעלאזט אויפן פלאץ הויך ראנגיקע אפיצירן פון אלע מיני אגענטורן וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט די לאקאלע אגענטורן און יעדער האט אגעהויבן צו זוכן פרישע פראבלעמען און ר' אבא ה' האט געהערט וואו איינע פון זיי זאגט אויפן סעל אז דאס איז פאליטיקעל. מהאט גערופן דער גאליציאנער רב הראשי און ער האט געארבעט מיט זיינע קאנטאקטן אבער אלע אינספעקטארס האבן מורא געהאט אונטערצושרייבן וויסנדיג אז דא גייט פאר א פאליטיקעל פייט און קיינער פון זיי זוכט נישט צו זיין אין די נייעס. אזוי אויך העסקן הגדול הרב א"ט נכד הקדו"צ זאגט אז נאך שבת האט ער נאכגעפארשט די עסק, און זאגט אז ער ווייסט קלאר ווער סאיז ידו במעל הזה און אז סשטינקט פון קאפ.
נאכאמאל אלס וואס איך שרייב איז נאכנישט אלעס וואס אונזערע עסקנים ווייסן, איך בין נאר אחד העם.
און בנוגע וואס זיי זאגן, נו ווער זאגט אונז האבן עס געטון, קען איך איבערזאגן וואס נ"ט האט געזאגט (אויך ר' מ"ז ביים שיעור). סיגוט האט זיך נישט צוגעמאכט אליינס. צרות און פרעשור ביי אהרן וועלץ (סטעטאן איילעד, בית רחל) און די קאפלאן ברודערס איז נישט געשען אליינס. מערמעלשטיין(ארמון) און לאקאוואקסען האבן באקומען אפפערס צו ווערן באצאלט אז עס זאל שטיין ליידיג.ועוד הרבה שאי אפשר לפרטם.
יא שיעור פארגעסן וואס איז מיט די אפיסעס וואס איך האב געזאגט פאר בי"ד אז איך גיי מאכן אין די אלטע בית יעקב אכטונג צו געבן אויף צניעות. [בילד – נישט אפגעהיט]