היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » איז דא א ליסטע פון עשירים?

איז דא א ליסטע פון עשירים?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1840629

יאגעלע » 13/3/2006 23:02

פורים איז דאך די בעסטע צייט אין יאר ווען מען גייט נאך געלט, און די קעשענעס זענען געווענליך אפן.

איז דאך א שאד צו מאכן קליין געלט אין די צייט וואס מען קען אויפטרייבן גרעסערע געלטער אויף איינמאל.

קען איינער אנווייזן ווי מען קען באקומען א ליסטע פון נגידים וואס טיילן זאפטיגע סכומים?


kutchma » 14/3/2006 05:29

אט איז א שטיקל ליסטע פון פארמעגליכע פערזענליכקייטן.

http://www.forbes.com/billionaires/2006/03/07/06billionaires_all_slide.html?thisSpeed=15000

יאגעלע » 16/3/2006 16:33

זיי טיילן טאקע זאפטיגע סכומים?

קען מען בכלל אנקומען צו זיי?

שלוםשטוב » 17/3/2006 00:16

אייביג ווינדער איך מיך, וועגען די קאר סערוויסעס וואס נעמען ארום די משולחים, און זיי נעמען אראפ א חלק, פארוואס איז נאך קיינער נישט דערגאנגען דער ליסטע און נאך געטוהן די זעלבע? עס איז א ביזנעס בפני עצמו, איך פערזעהננליך קען איינעם וואס מאכט פרנסה פין דעם, ער נעמט ארום משולחים, און ער ציפט אראפ א פערצענט. די ליסטעס טוישען זיך כסדר.