היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » זייטס מיר און האטס מיר

זייטס מיר און האטס מיר

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1840626

jewboy » 13/3/2006 23:01

א גוטן פורים.
להתראות

קרעמער » 15/3/2006 18:38

יישר כח מר. דזשובוי פאר די שיינע מעסעדזש וואס דו האסט געלאזט דעם פורים צופרי אויף מיין טעלעפאנישע מאשינקע, עס איז געווען זייער שיין פון דיר צו טראכטן פון מיר און מיר אנוואונטשן א פרייליכן פורים בעצם היום.
המברך יתברך בכל מילי דמיטב, זאלסט זוכה זיין אז די השפעה פון פורים זאל דיר באגלייטן א גאנץ יאר פרייליך, צוזאמען מיט אונז אלע.

משנה_למלך » 16/3/2006 04:39

און דו קרעמער דו מיינסט עסט דיך קענען ארויסדרייען,

איך בין נאך אלץ אונטער שאק, פון דיין טעלעפאנישער רוף צו מיר דעם פורים.
טראץ די אלע שוועריקייטן פון פירן דעם פורום, האסטו נאך דעם קאפ אויפן ארט
צו רופן חברים פון דעם געשמאקסטן פורום אויף דער וועלט.

כה לחי, וחילך לאורייתא.

קרעמער » 16/3/2006 04:54

גלייב מיר משנה-למלך אז ווען איך האב ווען דעם קאפ אויפן פלאץ וואלט איך נישט ארומגערופן דעם עולם...

נאך א זאך: האסט צו פארדאנקן דזשובוי'ן פאר די איידיע פון ארומרופן חברי היידפארק, ווען איך האב געהערט זיין זיסע שטימע אויף מיין מעסעדזש מאשין, האב איך ארויסגענומען די שליסלען פון מיין באהאלטן קעמערל, אפירגעקראצט די געהיימע אנשי שלומינו ליסטע פון אלע קרעטשמע גייער, און שפעטער אין טאג האב איך אנגערופן דעם עולם. ברוך השם אז איך בין אנגעקומען צו רופן (כמעט) יעדן איינעם, הגם נישט יעדער האט אויפגעהויבן אויף מיר (דאן האב איך געלאזט א מעסעדזש) אדער געהאט געדולד צו רעדן צו מיר (דאן האב איך טאקע צוריקגערופן היינט שושן פורים אינמיטן טאג).

3x0 » 16/3/2006 16:57

קרעמער,

איך האב אנגענומען דיינע ברכות אויף גוגעל טאלק פאר פורים, ווי גלייך די האסט עס מיר געזאגט אויפן טעלעפאן און פורים.

hi2all » 16/3/2006 17:30

קרעמער מיין נומער האסטו נישט?
הלוואי ווען דו רעדסט מיט מיר פורים, איך וואלט דיר געזאגט ווער איך בין.

קרעמער » 16/3/2006 19:35

hi2all;

איך פארמאג נאר די נומערן פון די וואס האבן מיר דאס פרייוויליג געגעבן, אויב ווילסטו ארויפגיין אויף די אנ"ש ליסטע פון די קרעטשמע, שרייב אריין דיין נאמען און טעלעפאן נומער אין מיין תיבה אישית, און איך וועל דיר בלי נדר געבן א רוף.

יאנאש » 16/3/2006 21:36

jewboy;
קרעמער;

יישר כחכם פאר'ן מיך אינזינען האבן בעצם היום, עס איז ממש געווען א מחיה צו הערן ענקערע שטימען.

ביי די וועי, איך האב ביידע וואונטשן געסעיווט אויף מיין וואוס-מעיל, ווייסט איינער א וועג וויאזוי עס ארויפצולאדן אויף די אינטערנעט???

jewboy » 17/3/2006 14:21

שוין אויסגעניכטערט ב"ה.

ענקער הנאה איז מיין הנאה.