היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "אלף שמות", מוצש"ק ויק"פ, שערעטאן האטעל

"אלף שמות", מוצש"ק ויק"פ, שערעטאן האטעל

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1839494

בא_ללמד » 13/3/2006 02:12

מיט גרויס שפאנונג און אין פריידיגער ערווארטונג גרייטן זיך די טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר צו דעם געהויבענעם מעמד "אלף שמות", וואס וועט פארקומען בע"ה אין שערעטאן האטעל קומענדיגע וואך מוצ"ש, ווען אלפים פון אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמנעמען אויסדרוקן זייערע פריידיגע דאנק געפילן פאר די ראשי קהילתינו הקדושה, וועלכע ארבעטן אימערמידליך מיט מסירות נפש ממש פאר די הצלחה און סוקסעס פון אונזער הייליגע קהילה קהל יטב לב ד'סאטמאר.

גלייכצייטיג וועט מען אינאיינעם מתפלל זיין צו השי"ת, עד הנה עזרונו רחמיך, ואל תטשינו ה' אלקינו לנצח.

דא אין דעם אשכול וועט מען באריכטן אלע מעלדונגען און נייעסער בנוגע דעם בעפארשטייענדן גרויסן מעמד, מיר בעטן אז מען זאל נישט עפענען קיין אנדערע אשכולות דערוועגן.