די גמרא זאגט אין מסכת תענית, כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה, שטעלן זיך די מפרשים, ביי "אב" זאגט די גמרא פונקטליך וואס מען ברויך טאן כדי ממעט צו זיין די שמחה, מען זאל נישט וואשן קיין וועש, נישט טרונקן וויין און עסן פלייש וכדומה, ווידער ביי "אדר" געפונען מיר נישט אויף וועלכע אופנים מען ברויך פארמערן די שמחה, פארוואס געבן אונז חז"ל נישט קיין פונקטליכע אינסטרוקציעס וואו איין און וואו אויס?*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
ענטפערט דער מונקאטשער רב (אין זיין ספר שער יששכר) א שיינעם תירוץ דערויף: ביי "אב" האבן חז"ל מורא געהאט אז מענטשן וועלן זען אז מען ברויך ממעט זיין די שמחה, וועלן זיי חלילה אריינפאלן אין א עצבות ומרה שחורה ל"ע, זיי וועלן מיינען אז צוליב דעם חורבן הבית מעג מען זיך אנזויערן ביזן סוף, ביז מען פאלט אריין אין די ביטערע מחלה וואס רופט זיך מרה שחורה, און דאס איז דאך נישט קיין תכלית, בפרט לויט ווי די חסידישע רבי'ס האבן אונז געלערנט אז אפילו אין אב ברויך אויך זיין אבלו בלבו, נאר אין הארץ ברויך מען זיין אנגעווייטאגט, אבער נישט פארוואנדעלט ווערן אין א שטיק גאל.
דערפאר האבן די הייליגע חכמים געזאגט: אב איז מען ממעט די שמחה דורך נישט טרונקן וויין, עסן פלייש, וואשן וועש, און דאס גלייכן, אבער אויסערדעם זאלסטו נישט זיין אנגעזויערט און איינגעפיקלט, החסיד צהלתו בפניו ואבלו בלבו.
ווידעראום ביי "אדר", איז דאך נישט קיין שום פראבלעם אויב מען וועט זיך אנכאפן אין די מדת השמחה "אלל די וועי" ווי מען זאגט, אדרבה, זאל ער שפרינגן ביזן דאך (ער ברויך נאר אכט געבן אז די "סילינג פען" זאל זיין אויסגעלאשן), דערפאר האבן זיי נישט אראפגעשטעלט קיין כללים וויאזוי מען זאל מרבה זיין בשמחה, און יעדער איינער זאל מרבה זיין בשמחה אויף וועלכן אופן, און וואו שטארק ער וויל. עד כאן תוכן דבריו הקדושים, ודברי פי חכם חן שפתים ישק.
[פארשטייט זיך אליין אז שמחה און הוללות זענען נישט די זעלבע זאך, דא רעדט מען פון מרבה זיין בשמחה, וואס דאס איז די כשר'ע סארט פרייד, און יעדער ברויך אכט געבן נישט אריבערשפרייזן דעם דינעם ליניע וואס טיילט אפ צווישן שמחה און הוללות כידוע].
*
דברי התעוררות אויף תענית אסתר
דער יסוד יוסף שרייבט אז אין דעם "תענית אסתר" קען מען זיך אויסבעטן וואס מען וויל, מען זאל אנהייבן מיט קאפיטל כ"ב "למנצח על אילת השחר" וואס חז"ל זאגן אז דאס גייט ארויף אויף אסתר המלכה, און נאך דעם קאפיטל זאל מען מתפלל זיין אויף אלעס וואס מען וויל, און מען וועט געהאלפן ווערן אין זכות פון אסתר המלכה!
*
דער קב הישר ברענגט פונעם מגיד (דער מלאך) וואס האט געלערנט מיטן בית יוסף זצ"ל א טעם פארוואס מען פאסט אום "תענית אסתר" (אויסער די טעם אז דאס איז א זכר צו די דברי הצומות וזעקתם פון מרדכי ואסתר מיט אלע אידן אז די גזירות פון המן זאלן נתבטל ווערן):
מען בעט השי"ת אז אין זכות פון דעם תענית זאל ער אונז אפהיטן אז מיר זאלן נישט געשטרויכלט ווערן אין קיין שום זינד אין דעם הייליגן טאג פורים!! (וואס צוליב די פרייליכקייט און אויפגעהייטערטקייט, ובפרט אז מען עסט און מען טרונקט זיך אן, ברויך מען אסאך סייעתא דשמיא).
*
אינטערסאנט וואס דער הייליגער מאור ושמש שרייבט (אין די רמזי פורים) אז פונקט ווי דער שטן האט נישט קיין שליטה אום יום כיפור (ווי באקאנט פון די גמרא אין מס' יומא אז "השטן" איז בגימטריא 364, ווייל נאר אזויפיל טעג קען דער יצה"ר געוועלטיגן, אבער יום כיפור נישט), אזוי אויך אין פורים "אין שום שטן ופגע רע"!!!!
*
מנהגי פורים ושושן פורים
דער מנהג איז צו געבן תענית אסתר פאר תפלת מנחה "3" האלבע פון די געלט וואס איז איינגעפירט אין יענעם לאנד, על שם די דריי מאל וואס עס שטייט די ווארט "תרומה" אין די פרשת השקלים.
מען פירט זיך צו געבן באזונדער פאר זיך און פאר די בני בית, ווי אויך פאר אלע קינדער (און באזונדער פאר די עוברין!).
*
אין ספר דרכי חיים שטייט אז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט געבן "מתנות לאביונים" אום תענית אסתר (ער האט זיכער נישט אינזין געהאט יוצא צו זיין מיט דעם די מצוה פון מתנות לאביונים, וואס מען איז יוצא נאר אום פורים, נאר מן הסתמא האט ער דאס פארטיילט אלס "אגרא דתעניתא צדקתא", וואס ביי יעדן תענית איז דער עיקר שכר אויף דעם וואס מען פארטיילט די ווערט פון די סעודות וואס מען האט זיך געשפארט, פאר ארימעלייט).
*
אין יסוד ושורש העבודה שטייט אז מען זאל יא געבן "מתנות לאביונים" פורים אינדערפרי איידער תפלת שחרית, כדי דער ארימאן זאל נאך האבן צייט צו גיין איינקויפן און צושטעלן א סעודת פורים פון די געלט.
(איי, מען האט דאך נאכנישט געזאגט דעם "שהחיינו"? האב איך אבער געזען אז דער רמב"ם האלט אז צופרי זאגט מען בכלל נישט קיין שהחיינו, ווייל מען איז יוצא מיט די שהחיינו פון ביינאכט, קען זיין אז די וואס געבן מתנות לאביונים אינדערפרי איידער מען זאגט "שהחיינו" האבן אויך אינזין ביי די שהחיינו פון ביינאכט יוצא צו זיין די מתנות לאביונים פון אינדערפרי).
*
דער יסוד ושורש העבודה זאגט א גוטע עצה פאר די וואס ווילן לערנען בעצם יום הפורים: פארבלייבט לערנען אין בית המדרש גלייך נאכן דאווענען, ווייל אויב איר וועט אהיימגיין, וועט איר געשטערט ווערן!
*
דער מנהג איז אויפצושטיין פרי, און דאס איז איינס פון די 5 השכמות (די אנדערע זענען: ערב פסח, ערב ראש השנה, מחרת יום הכיפורים, און?? [אפשר אסרו חג??]).
*
אין צאנז פלעגט זיין דער מנהג צו מאכן די סעודת פורים פון בייטאג אביסעלע פריער אין טאג, און שפעטער אין אווענט פלעגט מען זיך צוזאמקומען אין בית המדרש צום "טרונק סעודה" (סעודת משתה היין)!
*
די פלעצער וואס פירן זיך מרבה צו זיין בשמחה ביום שושן פורים, איז דאס צוליב דעם וואס אין ירושלים עיר הקודש איז דאן דער יום טוב פורים, געבן מיר אפ כבוד פארן הייליגן שטאט ירושלים און מיר פרייען זיך מיט איר אין דעם טאג וואס זי פראוועט דעם יום טוב (שער יששכר בשם זיין טאטן דער דרכי תשובה זי"ע).
זאלן מיר אלע טאקע זוכה זיין מקבל צו זיין די הארות פון די הייליגע טעג, און קענען מקיים זיין די מצות היום כדבעי למהוי, און מיר זאלן מקבל זיין די תורה מאהבה "הדר קבלוה בימי אחשורוש", בימים ההם בזמן הזה, ווי דער אור החיים הקדוש שרייבט אין זיין ספר ראשון לציון (אסתר ט', כ') "שלא יהיו הימים אלו בכל שנה כפרטוגמא ישינה ולזכר בעלמא, רק שיהיה אצלם כאילו היום נעשה הנס" עכלה"ק, ענליך צו דעם שטייט אין קדושת לוי און נאך, מען ברויך שפירן דעם פרייליכקייט וואס די אידן האבן געשפירט אין די צייטן פון מרדכי ואסתר, און דורכדעם קען מען זוכה זיין מקבל צו זיין די תורה מאהבת הנס, אמן כן יהי רצון!