מיין מיינונג איז:
1) אז זיי וועלן ארויסווארפן באראש'ס פסק אלץ אקעגן געזעץ,*:namespace prefix = o />
אזוי ווי ראזענוואסער האט דאס געשריבן בטוב טעם ודעת אז דער רבי איז אויך אינטער געווארפן אינטער די ביילאס פון די ארגעניזאציע, און דער קארט איז יא באויפטראגט דאס צו באשיצן און דאס הייסט נישט אריין געמישט אין רעליגיע, דער מציאות איז, אז דער רבי פלעגט כסדר צו זאגן די לשונות, "איך בין נישט בעל הבית" און "איך בעט ביי קהל" וכו', יעדער ווייסט אז דער רבי זי"ע און להבחל"ח דער רבי שליט"א האבן געהאלטן אז זיי זענען "נישט" בעל הבית אויף קהל, ע"כ איז מסתבר אז זיי וועלן דאס ארויסווארפן, און דאן אויב פסקענען זיי טאקען אזוי, אז דער רבי איז נישט בעל הבית, איז ראזענוואסערס פסק MUTE, דאס מיינט מער נישט רעלעווענט, און ר' בערל פריעדמאן בלייבט ווייטער פרעזידענט,
2) בכל אופן, אפילו לו יהא אז זיי נעמען יא אן אז דער רבי איז בעל הבית, און זיי באשטעטיגן יא באראש'ס פסק, דאן קומט אריין ראזענוואסער'ס מעכטיגער פסק, וואס לויט עם' איז זיין פסק נישט סותר באראש'ס פסק, און ער פסק'עט אז דער רבי האט "נישט" ארויס געווארפן ר' בערל, במילא איז ער ווייטער דער פרעזידענט פון קהל יטב לב,
איך קען נישט זעהן אז זיי זאלן געבן די פרעזידענסי פאר יאנקל כהנא, ווייל אפילו באראש וואס האט לכל הדיעות זייער געוואלט געבן פאר די זאלונים א שטארקן זיג האט דאס זיי אויך נישט געגעבן, ער האט DENIED זייער פארלאנג פאר א קלאריפיקאציע אז יאנקל כהנא אטיז פרעזידענט, ער האט זיי נאר געגעבן א סטאטוס קווא, און ס'איז זייער לעכערליך צו זאגן אז "באראש" האט געמיינט מיט סטאטאס-קווא יאנקל כהנא, ווייל אפילו ס'איז אמת אז ער האט אזוי געמיינט (כאטשיג ער האט דאס נישט געוואלט באשטעטיגן) איז דאס נישט רעלעווענט, סטאטאס-קווא מיינט "אזוי ווי עס איז" און אויב באשליסט דער קארט אז דער רבי האט נישט ארויס געווארפן ר' בערל, איז דאך "אזוי ווי עס איז" דער פרעזידענט ר' בערל, און באראש האט געמעגט "מיינען" טויזענט מאל יאנקל כהנא, מיינט דאס נאר אז באראש האט "נישט גיט" געמיינט, ער האט געמיינט אז יאנקל כהנא איז דער דעמאלסדיגער פרעזידענט און למעשה איז ר' בערל דאן געווען דער פרעזידענט, און על כן בלייבט ער ווייטער דער פרעזידענט.
איך וועל געבן א ביישפיל, ווען יאנקל און משה האבן א סכסוך איבער א פראפערטי וואס ביידע האבן א געסיינטן קאנטראקט אפצוקויפן דעם בנין אויף 123 מעין סטריט, יאנקל האט א געשריבענען קאנטראקט מיט איציק (דער מוכר) אז ער גייט אפקויפן דעם בנין, נאר בעפאר'ן קלאזינג איז אפיר געקומען משה און טענה'ט אז 4 וואכן פאר דעם קאנטראקט צעווישן יאנקל און איציק, האט ער געשריבן א קאנטראקט מיט מענדל אויף דעם זעלבן בנין, און אזוי ווי מענדל זאגט אז ער איז א שותף אין דעם בנין האט ער געהאט א רעכט צו פארקויפן דעם בנין און במילא איז משה דער לעגאלער קונה פון די פראפערטי, איציק ווידער שרייט אז מענדל איז שוין לאנג נישט קיין שותף במילא האט ער נישט געהאט קיין רעכט דאס צו פארקויפן, במילא איז דער קאנטראקט צעווישן מענדל און משה בטל ומבוטל און נאר זיין קאנטראקט מיט יאנקל איז ליגיט, און יאנקל איז דער לעגאלער קונה, נישט קענענדיג זיך דורך קומען זענען זיי געגאנגען אין קארט (מסתמא מיט א היתר בית דין), ווי זיי האבן ביידע געברענגט זייערע טענות, איציק האט געטענה'ט אז מענדל איז "נישט" קיין שותף במילא האט ער נישט געהאט קיין רעכט צו סיינען קיין קאנטראקט, במילא איז זיין קאנטראקט מיט יאנקל קראנט, און ער דארף זיין דער לעגאלער קונה, מענדל שרייט געוואלד אז ער איז יא א שותף און במילא האט ער יא געהאט א רעכט צו שרייבן קאנטראקט מיט משה, און איציק האט דריבער שוין נישט געקענט שרייבן א קאנטראקט מיט יאנקל ווייל עס איז שוין געווען א פריריגער קאנטראקט, דער שופט (איך מיין אז ס'איז אויך געווען באראש) איז ארויס געקומען מיט א פסק (מען זאגט אז מענדל האט עם געגעבן שוחד...) אז מענדל איז יא געווען א לעגאלער שותף במילא איז דער וואס האט קודם געגעבן דעם דעפאזיט איז דער לעגאלער קונה, משה מיט מענדל האבן אנגעהויבן צו קלאטשן און איציק מיט יאנקלען האבן זיך אראפגעלאזט די נאז,
יעדער האט פארשטאנען אז משה און מענדל האט געווינען דעם קעיס, ווייל דער שופט האט דאך קלאר געפסקעט אז מענדל האט "יא" געהאט א רעכט צו פארקויפן דעם בנין, אבער אזוי ווי יאנקל גייט א היים אבל וחפו ראש, און הייבט אן צו נישטערן צעווישן זיינע פאפירן קומט ער ארויף אויף דעם קאפי פונעם טשעק וואס ער האט געגעבן דעם דעפאזיט פאר איציק, ער קיקט און קיקט אן גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן, דער דעיט פונעם "ערשטן" דעפאזיט איז 2 חדשים פאר דעם דעיט וואס משה האט געשריבן קאנטראקט מיט מענדל, און אויפן טשעק שטייט קלאר DEPOSIT TO PURCHASE BUILDING ON 123 MAIN STREET, ער הייבט פיס און לויפט אריבער צו איציק און פרעגט עם, זאג נאר ווען האסטו דעפאזיט דעם טשעק, ער קיקט נאך און זעט, אז יא דער טשעק איז געווארן דעפאזיטעט 7 וואכן פאר דעם קאנטראקט צעווישן משה מיט מענדל, יעצט כאפן זיי זיך, אז ביידע צדדים האבן זיך ארום געקריגט צו מענדל האט יא געהאט א רעכט צו פארקויפן דעם בנין צו נישט, זיי האבן פאר זיך געהאט צוויי געסיינטע קאנטראקטס, ווען דער שופט האט געפסקעט אז מענדל האט "יא" געהט א רעכט דאס צו פארקויפן האט יעדער, דער שופט, משה, מענדל, יאנקל און איציק, ווי אויך די לויערס פון ביידע צדדם, אלע האבן זיי "געמיינט" אז משה מיט מענדל האבן געווינען, קיינער איז נישט מחולק געווען אז דער "שופט" האט דא געמיינט צו געבן א געווינס פאר מענדל, אבער דעם מציאות האט דער שופט נישט געקענט טוישן, דער קאפי פונעם טשעק מיט א פרירעדיגן דאטום, האט געראטעוועט איציק מיט יאנקל,
די זעלבע זאך דא, יעדער איז מודה אז דער דשזאדזש האט געוואלט געבן א געווינס פאר די זאלונים, און אפילו ווען ער האט געשריבן די ווערטער סטאטאס קווא האט ער געמיינט אז ער געט דאס פאר יאנקל כהנא, אבער דער מציאות קען ער נישט טוישן, דער מציאות זאגט אז ביז מען צייגט זיך נישט איבער אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל איז ר' בערל דער לעגאלער פרעזידענט, און יעדער איז מודה אז נישט באראש און נישט ראזענוואסער האבן אנגענומען פאר א פאקט אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל, על כן בלייבט ר' בערל דער פרעזידענט און ווער עס האט אנדערשט געמיינט האט זיך פשוט גענארט, און ס'איז זייער נישט מסתבר אז די אפעלעט וועט יא אנעמען א פאקט וואס קיינער האט ביז היינט נישט אנגענומען.
יעצט א קלעריפיקעישן אויף דעם קאנסעפט פון פרעדיקשאנס: איך קאלער מיך ווען די זאלונים קלעימען וויקטארי אז יענקעלע האט געזאגט אז מסתמא וועט נישט זיין קיין סטעי און זיי האבן יא באקומען א סטעי, א מורא'דיקן נצחון, וויל איך מסביר זיין פאר די דאזיגע נארישע זאלונים'לעך, אז א פרעדיקשאן איז נישט קיין נביאה, א פרעדיקשאן איז וואס מען האלט אז ס'גייט געשען, און מען האט א סברה בצידו פארוואס מען האלט אזוי, און ווער עס איז גערעכט מיט זיינע פרעדיקשאנס 70 אדער 80 פראצענט איז א דזשיניעס, קיינער ווייסט נישט פאר זיכער וואס עס גייט געשען, נאר מען קיקט אריין אין די זאך און לויט ווי מען זעט דעם מצב מאכט מען א פרעדיקשן, איך האב איבערגעליינט מיינע פרעדיקשאנס און איך בין גערעכט געווען כמעט אייביג, דאס אז איך האב געהאלטן אז "מסתמא" וועט מען נישט באקומען קיין סטעי, און למעשה האט מען יא באקומען א סטעי איז דען א דורעכפאל, האב איך דען געזאגט אז ס'איז נישט מעגלעך אז מען באקומט א סטעי, איך האב נאר געזאגט אז לויט מיין סברה וועט מען מסתמא נישט באקומען קיין סטעי,
ווידער מיט א ביישפיל, ווען איינער זאל מיך ווען פרעגן סעפטעמבער 10 2001 צו עס איז א מציאות אז דער ווארלד טרעיד סענטער גייט מארגן ווערן אראפ געווארפן, וואס וואלט איך (אדער יעדער נארמאלער מענטש) גענטפערט, אז זיכער אז נישט, איך מיין אז עס איז נישט געווען קיין שום נארמאלער מענטש וואס וואלד פרעדיקטעד אז דאס גייט דעם נעקסטן טאג ווערן אראפ געשאסן, נאך מער, "היינט צו טאג", טאמער וועט מען פרעגן, 1- איז א מציאות אז דער עמפייער סטעיט בילדינג גייט מארגן ווערן אראפ געשאסן, וועט דער ענטפער זיין, אז יא, ס'איז א מציאות, (יעצט איז שוין יעדער א חכם), 2- גייט דער עמפייער סטעיט בילדינג מארגן ווערן אראפ געווארפן, וועט דער ענטפער זיכער זיין, "מסתמא נישט", קיין שום נארמאלער מענטש וועט נישט ענטפערן אז מסתמא יא, כאטשיג ער ווייסט אז ס'איז א מציאות, נאר יעדער ווייסט אז כאטשיג ס'איז מציאות, וועט דאס מסתמא נישט געשען, און אויב חלילה יא, הייסט דאס זיכער נישט קיין שום דורכפאל, ווייל לויט'ן מצב, זעט נישט אויס אז ס'זאל פאסירן.
דא איז אויך אזוי, איך האב פרעדיקטעד, באראש'ס פסק, איך האב פרעדיקטעד ראזענוואסער'ס פסק, איך האב פרידיקטעד אז מען וועט נישט געבן דעם עמערדזשענסי סטעי, און אלעס האט געשטימט, איך האב פרידיקטעד דעם אויסגאנג פון די אפעלעט קארט און בעזר השם וועל איך דארט אויך זיין גערעכט, נאר איין סטעי האט מען יא אריין געכאפט טראץ מיין פרעדיקשאן, און מען טאנצט שוין מיט א נצחון, מורא'דיקע קעלבלעך.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 07/03/2006 19:11:47