היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היסטארישע באזוך: רז"ל אין קווינס ישיבה

היסטארישע באזוך: רז"ל אין קווינס ישיבה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832260

געגאנגען » 7/3/2006 05:53

אין כל העולם כולו (די מאגאזין...) איז די וואך אריינגעשיקט געווארן מיט גרויס שמחה בילדער פון די היסטארישע באזוך וואס איז פארגעקומען לכבוד חודש אדר אין קווינס ישיבה, ווען זיי האבן אראפגעברענגט א בארימטן פורים רב אונטערצוהאלטן די בחורים, וואס לויט ווי מ'געט איבער זעט מען אים נישט אין ישיבה פון אדר ביז אדר.

אויף די בילדער זעט מען אז די פורים רב מאכט עס אזוי גוט, אז ער זעט אויס ממש ווי א עכטער רב!

אויך די בחורים שפילן צו אז ס'גייט א רויעך, און ס'קומט ארויס הערליכע בילדער וואס זעט אויס כמעט ווי א באזוך פון א גרויסן רב אין די קווינס ישיבה.

מ'שמועסט אז כל העולם כולו האט געוואלט נאכמאכן די שמועס פון דער בליק מיט וועלעבאוטער רב, און זיי האבן זיך נאכגעפרעגט ביי דער בליק וואס האט זיי געשיקט צו זייער א ענליכן קאנדידאט, די בילדער ענדלען טאקע ממש צום שטוינען...


אלעסאמת » 7/3/2006 06:06

1
[בילד – נישט אפגעהיט] דאס האב איך געטראפן וואס איז שוין געווען אויף הייד פארק איין מאל

אלעסאמת » 7/3/2006 06:23

http://s38.yousendit.com/d.aspx?id=0O5787BHE8X351TQ6NYRA8RA5H ס'גייט מיר אויך נישט וועל איך לייגן נאר א לינק

געגאנגען איך זעה די האסט געוואלט לייגן די בילד ס'איז דיר נישט געלינגען לייג איך עס איבער תוקן על ידי - אלעסאמת - 07/03/2006 6:49:27

ספוט » 7/3/2006 16:23

פארוואס קען מען אין קרית יואל ישיבה לערנען אזוי פלייסיג ??פארוואס???פארוואס????

גוטזאגער » 8/3/2006 07:55

ער וויל זיך מאכן ווי א תלמיד חכם אבער ער ווייזט נאכאמאל ארויס זיין עם הארצות.

ער קראצט זיך דעם קאפ אינמיטן לערנען...