פורים אין ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]
תודה על המאמץ.
עס שיינט ווי דו ווילסט ארויסהייבן די געלונגענע פרייע תל אביביים,
און צו שאנד מאכן די חרדישע .
האסט עס גענומען פון ערגעץ ?
לחם משנה
איך האב הנאה צו זעהן אז דו האסט אויפגעמערקט דעם ווערטל,
אבער ס'איז בלויז נישט מער ווי א ווערטל און חס וחלילה נישט עפעס אנדערשט
איך האב נישט קיין שום אינטערעס צו באשיינעהן האט די פריי וועלט ביטע זיין מיר נישט חושד אין האט א זעלכע געדיינקען.
דער כהן גדול מיט א וואנדזע
[בילד – נישט אפגעהיט]
מתנות לאביונים
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - חי_וקים - 08/03/2006 4:48:48
חי-וקים;
יישר כח פאר די שיינע בילדער.
פארשטעלט מען זיך טאקע אין ישראל ווי סאנטא-קלאץ (דער אלטער שיתר וואס קומט געבן די מתנה'לעך דורכן קוימען פאר די וואוילע ערלים אום קראצמיך)?
קרעמר.
די ערשטע בילדער וואס "חי וקיים" האט דא געבראכט, זענען פון א טרדיציאנעלע פראצעסיע
אויף לאסט-אויטאס, וועלעכע טראגן דעם נאמען "עדדלאידע". אן אויספיר פון סטודענטין אויף
ארכיטעקטור אין תל-אביב.
ביי אונדזערן עולם פארשטעלט מען זיך נישט אויף סאנטא קלאוס, גלחים וכדו'. אבער אויף
אראבער יא, און אפילו אויף זעלבסט-מערדערס פון חמס.
א דאנק פאר חי וקיימען.
יעצט געטראפן, א בילד פון קרעמער זיך פארשטעלט ווי דער גראף. אדאר איז דאס גאר דער גראף אליין זיך פארשטעלט ווי קרעמער
[בילד – נישט אפגעהיט]נאך א לאמדישע חקירה איז דער בחור דען א ליטווישער פארשטעלט ווי א חסידישער אדער איז ער גאר חסידשער אין פאזע פון 'ונהפוך הוא'
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געוואלט פרעגן דא א צווי פראגעס פאר די שפעצעליסטן אין דעם מאמע לשון מיט א פורים'דיגער אטמאספער.
1} איז דאך באקאנט דער אויסדריק " זי שעהלט ווי א יאשערקע" קשה היכן מצינו בכתובים אז א יאשערקע זאל זיך נעמען שעהלטן, פון ווי איז אויס געוואקסן דער צוגלייך פון שעהלטן צום יאשערקע, לא מצאתי כזאת לא בראשונים וק"ו בן בנו של ק"ו שלא באחרונים. וצע"ג
2}אזוי ווי דער פראגע נומער 1 נאר אויפן אויסדריק "פליישיגע טובות" פארוואס פליישיג אפשר גאר מילכיג ? ווערט מען דען פליישיג וואס מען טאר-נישט טרינקען א קאווע מיט מילך דערנאך?
3}ווי באקאנט ווען מען וויל אפ מאכן יענעם'ס רייד אדער געדאנק דריקט מען זיך אויס " באבקעס מיט לאקשן"
געוואלד געשריגן וואס האט באבקעס מיט לאקשן ? וואס האט קלאץ מיט בוידים? העסט מען דען א מאל לאקשן מיט באבקעס?......
חי וקים;
פארפאלן, דאס בילד איז אן ארגינעלער, געווענליך פרוביר איך פארשטעלן מיין צורה, אבער דער פאטאגראפירער פונעם אויבערשטן בילד האט מיר געכאפט אין א מאמענט וואס עס איז שוין נישט געווען מעגליך גארנישט צו טאן, און דא האט איר די רעזולטאטן, א שיינע בילד פון מיר.
איבער אייערע שאלות, ביי אונז איז נישט איינגעפירט די סארט אויסדרוקן "פליישיגע טובות" וכדומה, ווייס איך אלזא נישט וואס דער פשט דערפון איז.