א מאיעסטעטישע שבת איז אפגעראכטן געווארן אין קרית יואל דורך דעם תורה אין חסד פילאנטראף הרב אברהם יהודא גאלדבערגער, ווען מען האט באנייט די הערליכע אויג פארכאפענדע זאלן אינם בנין קרן ויואל משה אין קרית מלך רב "קרית יואל".
די הערליכע בנין איז 4 שטאק הויך, און עס האט געקאסט אומגעפער 3- 4 מילאן דאלער.
די אינוועסטירער זענען הונדערטער אנשי שלומינו, וואס האבען געגעבן איבער צוויי מיליאן פאר דעם קרן ויואל משה זינט תשנ"א, ווען רבינו שליט"א האט דאס מייסד געווען, אלס א אייביגע מקור הכנסה פאר די הייליגע מוסדות אין קרית יואל.
די ערשטע דריי שטאק זענען 6 זאלען, אויף יעדען שטאק וועט מען קענען פראווען צוויי שמחות.
אויף דעם אויבערשטען שטאק איז דא א עלעגאנטע , "5 סטאר" מאטעל, און אויך די צענדליגער אפיסעס פון די ברייט פארצווייגטע אימפעריע פון מוסדות קרית יואל.
דער חנוכת הבית איז אפגעהאלטן געווארן דורך הנגיד הרב גאלדבערגער, וואס האט געגעבן 100.000 דאלער פאר א זכות פון איינע פון די זאלן, און זיין טאטע הרב ישראל גאלדבערגער האט עקסטערע געבען 100,000 פאר א זאל אינעם בנין.
און צוגאב צו די ריזיגע נדבות האט ר' אברהם יודא געבארגט פאר די הייליגע מוסדות דעם פאנטאסטישן סכום פון
600,000 $
זעקס הונדערט טויזענד דאלער
וואס האט ערמעגליכט צו פארענדיגען דעם בנין,
אין המצוה נקראת אלע על שם גומרה
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » הערליכע חנוכת הבית, אולמי "קרן ויואל משה" קרית יואל
הערליכע חנוכת הבית, אולמי "קרן ויואל משה" קרית יואל
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1830569
דאנערשטאג אויפדערנאכט, איז הנגיד הטפסר ר' אברהם יודא געקומען איינלאדענען דעם כ"ק דער רב שליט"א צו די חתונה, און נעכטן מוצאי שבת האט דער נדיב איבערגעגעבן פארן רב שליט"א, א גרויסן סכום פאר קופת אבני חסד.
היינט זונטאג צופרי, איז ר' אברהם יודא געווען לאנגע שעה'ן אין בית מדרש הגדול, און פארטיילט פאר כל דצריך שיינע סכומים לרגל די חתונה.
היינט זונטאג צופרי, איז ר' אברהם יודא געווען לאנגע שעה'ן אין בית מדרש הגדול, און פארטיילט פאר כל דצריך שיינע סכומים לרגל די חתונה.
נעכטן זונטאג איז אפגעראכטן געווארן די נגיד'שע חתונה אין וויליאמסבורג אין די קאנטינענטעל זאלן, ווי עס האט זיך באטייליגט צענדליגער רבנים ובראשם כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א, ווי ער האט געטאנצן מצוה טאנץ כנהוג.