די עולם איז געשטאנען און געקוקט מיט ווייטאג, פאר וועמען האט מען געבויט אזא אויפרייסערישע טייערע זאל?! ווער גייט עס אויסהאלטן?! אין קרית יואל ווערט מען דאך ארימער פון ואג צו טאג, דירות האלטן אין איין ארויפגיין, האט מען געמאכט די זאל נאר פאר די פאר גנבים און רויבערס פון שטעטל? סאיז דאך אוממעגליך?!
קודם גייט מען אויסרייסן די לעצטע פרוטה פון די ארעמעלייט אין קרית יואל, נאכדעם גייען אנהייבן קומען אלע מיני עקלדיגע עלעמענטן פון מאנסי און ארום. זומער גייט מען דארט מאכן אלע מיני ענזשוימענט פארטיס. סשטייט נאך אפילו אויס פון זיי עס צו אדווערטייזן ביי די גויים אזויווי עזרת חולים!!!
שומו שמים!!! און נאכדעם גייט מען פארפירן ווען א פרייוועט מענטש טוט עפעס אין עטרת אברהם!!!