ב"ה לא אלמן בישראל. עס איז שטענדיג דא עסקנים וואס ארבעטן ביטער שווער שלא על מנת לקבל פרס, און זעען פאראויס די פירצות וואס כלל ישראל שטייט אויס, און נאך פאר איינער כאפט זיך, איז שוין דא צעטלעך אנגעקלעבט איבעראל אז מען זאל שטיין גרייט מיט א וואכזאם אויג, און נישט חלילה נאכגעשלעפט ווערן.
זעט אויס אז די ביז יעצטיגע אנשיקענישן זענען שוין געלייזט געווארן.
ארטיסטן זענען שוין מער נישט בנמצא.
ווערצבערגער פארקויפט מער נישט קיין ציוניסטישע צייטונגען.
עירוב טראגערס זענען שוין נישט דא.
קיינער גייט מער נישט צו ערכאות של עכו"ם.
ממש אכשור דרא.
איין געפערליכע עוולה איז נאך יא פארהאן, וואס די רבנים האבן שוין פאראויס געזען נאך מיט א פופצן יאר צוריק. און דאס איז אז פון די נידריגסטע חברה האבן באשלאסן צו עפענען א פלאץ וואס מען וועט מאכן עקסערסייז.
דאקטוירים שרייען שוין יארן אז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס פעלן אויס פארן געזונט איז צו מאכן שווערע איבונגען. און כאטש אז אויך אונזערע פריערדיגע גדולים, ווי דער רמב"ם און נאך רעדן אויך פון די וויכטיגקייט דערפון, איז עס זייער זעלטן צו זען ביי אונזער עולם אז מען זאל דאס גורס זיין.
האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע פיינע ביזנעסלייט און זיך דערטראכט צו א המצאה פון אריינברענגען ביי אונזער עולם דעם מושג פון מאכן עקסערסייז, וואס וויבאלד מיר האבן זייער אן אנגעשטרענגטן סדר היום פארגעסט מען דערפון, און ווען מען צאלט איין א סכום פילט מען זיך פארפליכטעט און מען מאכט שוין צייט.
וואס זאל איך אייך זאגן, נאך פאר איך נעם עפעס שרייבן, מאך איך אליין ריסערטש און איך בין אראפגעגאנגען צו די עקסערסייז פלעצער, און געזוכט וואס עס קען זיין שלעכט דערמיט אז מען הענגט אזעלכע גרויסע פלאקאטן, אבער איך האב נישט געזען די געפערליכע תוצאות וואס די רבנים האבן שוין אזוי לאנג פאראויס געזען.
אין מיינע אויגן איז אזא צעטל א בזיון פאר די וואס האבן דאס אונטערגעשריבן, וואס פאר עס וואלט זיך געעפנט אזא פלאץ וואלט מען נאך געקענט מיינען אז זיי ווייסן די גרויסע מכשולות וואס ווארטן אפ פאר כלל ישראל מיט אזעלכע מקומות אבער יעצט ווען יעדער קען זיך איבערצייגן די ערליכע אטמאספערע וואס הערשט אין די פלעצער, פארוואס פארשפרייט מען אזעלכע פאשקעווילן?
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שרעקליכע פירצה: עקסערסייז
שרעקליכע פירצה: עקסערסייז
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1829493
דיפלאמאט
וואו איז נאך פארהאן א זאך וואס רייסט אזויפיל שטיקער פון אידישקייט ווי עקסערסייזן? [בילד – נישט אפגעהיט]
גראף, א זייטיגע שאלה.
פארוואס למשל יעצט האסטו דיך באנוצט מיט דעם ניק און נישט מיטן אנדערען ניק בענעדיקט ?
וואס זענען די כללים ?
פארוואס למשל יעצט האסטו דיך באנוצט מיט דעם ניק און נישט מיטן אנדערען ניק בענעדיקט ?
וואס זענען די כללים ?
א סאך פון היימישען עולם לייד פון דייביטיס טייפ 2
די בעסטע רפואה פאר דעם איז דער טרעד מיל
דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש
תוקן על ידי - aaatozzz - 05/03/2006 16:59:02
די בעסטע רפואה פאר דעם איז דער טרעד מיל
דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש
תוקן על ידי - aaatozzz - 05/03/2006 16:59:02
וואי באוויסט אז עקסערסייז ברענגט אויך א קלארקייט צום מוח;
אפשר איז דאס די אמתע סיבה ןןאס די רבנים שרעקען זיך אזוי דערפון ִִִ
(והמבין יבין)
איך האב געזען די וואך דער איסור אין דער איד, אין עס איז באמת א אלטע איסור.
איך גלייב נישט אז מען קען באקומען פון רבנים א איסור אויף א אויסגעהאלטענע עקסערסייז פלאץ.
די און ענליכע פאשקעווילן האבן נישט די מינדעסטע השפעה אויפן ציבור. אויך נישט אויף די קליינע פראצענט מענטשן וואס ביי זיי האט נאך א איסור הרבנים סיי וועלכע האפט.
און שולדיג אין דעם וואס מען קוקט אראפ איסורים פון גדולים איז טאקע אזעלכע סארט נארישע צעטעלעך וואס מען פארשפרייט בשמם.
און שולדיג אין דעם וואס מען קוקט אראפ איסורים פון גדולים איז טאקע אזעלכע סארט נארישע צעטעלעך וואס מען פארשפרייט בשמם.