היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלונים באקומען סטעי!

זאלונים באקומען סטעי!

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1827973
בלאט: 1 2

kligeryid » 5/3/2006 18:56

did u speak to them?

kligeryid » 5/3/2006 18:58

i spoke to mr. linch and he told me that if its going to go to the same juges they will get a stay so i dont know to whom u spoke

הדף_בטעינה » 5/3/2006 18:58

די האסט אזוי געזאגט דא אויף הייד פארק פאר זיכער,

און אלע ארוינים

kligeryid » 5/3/2006 18:59

so thats what i told u u will win on the park

הדף_בטעינה » 5/3/2006 19:01

ווער איז מס. לינטש?

ווען ענק גייען פארלירן די אפיל גייסטו אויך זאגען אז לינטש האט געזאגט אז אויב גייט עס צו די פיר גייען ענק פארלירן?

העטעכפעטעך » 5/3/2006 19:03

קען איינער ארויף לייגן אופן פארק די אלע מאשענס פון די זאליס ווי זיי בעטן אז יענקל כהנא זאל זיין פרעזידענט, אין די קארט האט עס DENIET ?????

kligeryid » 5/3/2006 19:05

do u want to proof that u r a winner on the park then grantet but the point is there is a ruling saying that berl freidman is prasidant so until its not overrueld then he is  the prasidant u got a stay ok thats not overrueld

kj_village » 5/3/2006 19:27

איך בין נישט קיין לויער {פינקט ווי קאלעגעס דא..}
דאך וועל איך פראבירן צי שרייבן מיין מיינוג אין די נושא

איך האלט אז  מיר העבן די וואך פרייטאג באקימען א סיגנאל פין קארט אז מיר האבן נישט מער ווי 20-25 פראצענט שאנסן צי געווינענן ...אויב דאס יא... עס איז דא אסאך סיבות דערפאר וואס יעדער האט שוין אויסגעשמיסט ווי דאס עצם באקימען א סטעי,אין נאך
איך זע נאך א סיבה, ווייל עס איז זייער אינטערסאנט פארוואס די קארט האט נאך ביז היינט נישט גע'פסקנט אויף די אפעלאט קארט פין באראש
די סיבה דערפין איז אבער געווען {לויט מיין סברה} אז זיי האבן נישט געקענט פסקנן דערויף
ווייל באראש האט געגעבן צי א צימישטע פסק אז די אפעלאט  זאל קימען אין עס באשטעטיגען,
אבער זיי האבן אויך נישט געהאלטן ביין גיין קעגן דעם פסק ווייל מיסודו האבן זיי געהאלטן א באראש איז גערעכט אין זיי האבן געוואלט געבען גערעכט פאר די זאליס 
אבער באראש האט עס  זייער שלעכט אראפגעשריבען אין געלאזט צופיל לעכער אז די אפעלאט זאל קימען אין עס באשטעטיגען 
יעצט מיט ראזענוואסער'ס פסק האט שוין די אפעלאט אסאך א ברייטערע פעלד ווי אויסציגעבן זייער מיינוג
 ווייל עס איז שוין נישט באגרענצט אויף איין שמאלע שאלה צי דער רבי איז בעה"ב צי נישט נאר יעצט מען שוין צי דער רבי האט געווארפן יא צי נישט ווער וואס ווען 
בקיצור יעצט האבן זיי שוין א א ברייטע פעלד ווי צי דרייען אין אויסציטייטשן באראש'ס פסק צי זייער געשמאק אן דען וואס זיי זאלן דארפן גיין קעגן אים אדער געבן פאר די ארונים גערעכט
 

תוקן על ידי - kj_village - 05/03/2006 19:41:43

ראדני152 » 5/3/2006 19:38

ענדליך איז דא א מודה אל האמת

איך זאג פאר די ארוינים דא הייבט וואס שנעלער אן צו בויען נייע בנינים

יענקעלע11 » 5/3/2006 19:44

יא, איך מיז מודה זיין אז די זאלונים האבן באקומען א שיינעם מאראלישן זיג,
אבער THATS IT, א מאראלישן זיג, און נישט מער, איך קיק צו ווי די נארישע
זאלונים שפרינגען מיט א נצחון ווי גלייך זיי האבן עפעס ממשות'דיג געווינען,
(חוץ איין דרייניץ, וואס שרייבט גאנץ נארמאל),

אמת איך האב געהאלטן אז זיי וועלן מסתמא נישט באקומען קיין סטעי, פשוט ווייל
די פרירעדיגע דזשאדזשעס האבן דאס אפגעזאגט, אבער איך האב געשריבן אז זיי
האבן א טשענס דאס צו באקומען, אבער למעשה האט זיך גארנישט געטוישט,
זיי שטייען נאך אלץ מיט א לעכעריגן פסק פון באראש, און מיר האבן נאך אץ א קלארן
פסק פון ראזענוואסער, און איך בין בטוח אז די זאלונים וואלטן זיך געטוישט מיט די
פסקים פון באראש מיט ראזענואסער,

זאלונים'לעך, געדענקט איר נאך Timothy McVeigh ער האט אויך באקומען א סטעי,
און נישט איינמאל נאר דריי מאל, (דאס מיינט אז טאמער קריגט איר נאך צוויי מאל א
סטעי, האלט איר דארט ווי Timothy McVeigh),

ביי בית יואל מיט נחמן בראך, האט אויך קהל יטב לב באקומען א סטעי, און יעדער ווייסט
דאך אז נחמן בראך האט געווינען זיין אפיעל, און ביי עם איז נאך שווערער געוען אז ער זאל
געווינען ווייל מען האט געדארפט איבערדרייען דעם פסק פון א דזשאדזש, און דא ביי
ראזענוואסער איז דא א פיל גרעסערער טשענס, אז די דזשאדזשעס זאלן בלייבן מיט
ראזענוואסערס פסק, ווייל דאס פאסירט דאך על פי רוב, זיי בלייבן מיטן פסק,

יא, זאלונימלעך טאנצט און שפרינגטס, ווייל מען האט אייך געגעבן נאך א פאר
חדשים צו אטעמען, אבער ריאליסטיג גערעדט, האלט איר נאך זייער ווייט פון א געווינס,
לאמיר דאס צולייגען אויף קליין געלט, די זאלונים האבן געמאכט קולות וברקים
און זיך געבעטן מיט תחנונים אז ס'איז כלו כל הקיצין, די אהרונים האלטן זיי ביים ארויס
ווארפן פון בית המדרש, און נישט לאזן באערדיגן זייערע נפטרים אין קרית יואל,
און זיי האבן געבעטן אז מען זאל פארבאטן פאר "די אהרונים" צו מאכן סיי וואס
פאר טעשענדזשעס אין בית המדרש,  ווידער די אהרונים האבן גענטפערט
אז זיי האלטן נישט ביים נעמען קיין שום דראסטישע שריט, והראי' אז ס'איז שוין
דריי וואכן וואס מיר האבן א פסק און מיר האבן נאך קיינעם נישט ארויס געוארפן,
למעשה האבן די דזשאדזשעס געשריבן אז זיי ארדערן "THE PARTIES" וואס מיינט
ביידע צדדים, אז קיינער טאר נישט מאכן קיין שום שינויים, וועגן ראזענוואסערס פסק,
ביז נאך דעם אפיעל, און נאך א ארדער, אז די גאנצע פרעסזיזשאר דארף זיין אויף א
EXPEDITE MODE, צו ענדיגן דעם גאנצן קעיס, איינס צוויי דריי, און אויסער דעם זענען
אלע מוישענס פון "ביידע צדדים" DENIED,

לאמיר נישט פארגעסן, וואס די זאלונים האבן פארלאנגט און וואס זיי האבן באקומען,
1- אז די אהרונים זאלן נישט קענען טוישן דעם תהליך פון די סערוויסעס אין בית המדרש
און אין בית החיים, און דאס האבן זיי באשטעטיגט, נאר זיי האבן צו געלייגט אז "קיינער" קען דאס
נישט טוישן, נישט די אהרונים און נישט די זאלונים, זיי קענען נישט אפהאלטן קיין
נפטרים פון צו באערדיגט ווערן אין קרית יואל כאטשיג מען האט באצאלט פאר קרית יואל
(די אהרונים), זיי קענען קיינעם נישט ארויס ווארפן פון בית המדרש, (אזוי ווי זיי פלעגן כסדר
צו טוהן),
2- זיי האבן געבעטן אז מען זאל באשטעטיגן יאנקל כהנא, שאול פערלשטיין, יאנקל שעהנפעלד
און ר' שלמה זלמן סאנדער (לרפ"ש) אלץ אויסדריקלעכע בעלי בתים פון קהל יטב לב,
באקומען האבן זיי א פייג...DENIED,
3- מען זאל ארדערן די ניו יארק פאליציי, זאלן נעמען ארדערס נאר פון דזשינא כהנא, שאול
פעלשטיין וכת דיליה, באקומען האבן זיי א פייג...DENIED,
 פשוט און גראד, מען האט פאלענגערט זייער גסיסה (א היבשע געוויס) און אנשטאט זייער
לוי' זאל זיין פורים וועט דאס זיין בעזר השם קומענדיגן  ערב שבועות, נו, חיי שעה איז דאך אויך
געלעבט.

למעשה האבן זיי נישט אוועק געריקט זייער "באמפ אין די ראוד" (ווי זיי האבן דאס
ליעב אנצורופן), זיי האבן דאס נישט געריקט אינדערזייט און ווייטער געפארן,
נאר זיי האבן דאס געשטיפט אביסל פאראויס, נו, זיי זענען שוין באלד ווייטער דארט,
און דער באמפ וועט זיי ווייטער שטערן,  זייער גאנצע געווינס איז, אז יענקעלע האט
געזאגט אז זיי וועלן מסתמא נישט באקומען קיין סטעי, און זיי האבן יא באקומען,
נו, אזא געווינס פארגין איך זיי, און ואונטש זיי זאלן קיינמאל נישט האבן קיין גרעסערן
געווינס.

האטבטחון » 5/3/2006 22:34

יענקעל

ווייל איך האלט אז זיי האבן שוין געהאט א פערטיגע פסק אויף באראש, ווייל א הירינג'ס פון יענע פרייטאג איז שוין דא א פסק, און אויב זיי וואלטן געהאט אפגעמאכט אז די רבי שליט"א איז נישט בעה"ב האבן די ארוינים זיכער געווינען און זיי האבן שוין נישט וואס דאן צו זיין און ראזענוואסער'ס פסק, און זיי וואלטן נישט געגעבן א סטעי

יעצט אזוי זיי האבן אפגעמאכט אז די רבי שליט"א איז בעה"ב איז יעצט דארף מען אבער זעהן ווער עס איז פרעזידענט, וועגן דעם האבן זיי געגעבן א סטעי

און דאס וואס די זאגסט אז א פיינדיג פעקט איז זייער שטארק זעה איך נישט ווייל אויב איז עס אזוי שטארק וואס גייט זיי אן אז די ארוינים האבן עס ביז נאך די אפיל

יענקעלע11 » 5/3/2006 22:56

לויט מיין מיינונג, גייען די דזשאדזשעס זייער CAREFULL,
דער קעיס איז זייער א HIGH PROFILE, און ווערט זייער שטארק
נאכגעקיקט, און בעפאר זיי געבן א פסק ווילן זיי פשוט האבן אלעס
פאר זיך און קאמפליטן דעם גאנצן קעיס, און נישט טיילן שטיקער און שרייען
SEE YOU SOON מיט ראזענוואסערס קעיס,

באראש, וואס לית מאן דפליג אז ער איז געווען זייער שטארק
גענויגט צו די זאלונים, און האט זיי זייער שטארק געוואלט דעליווערן
א שטארקן זיג, האט נעבעך בעל כרחך (יוסי בראך בלע"ז) געשריבן
א זייער שוואכן פארעווע פסק, אז אפילו די זאלונים האבן זיך ביי עם
געבעטן ער זאל זיי געבן א CLARIFICATION, און ער האט נישט
געהאט די ב...ס (CULIONS בלע"ז) דאס זיי צו דעליווערן,
אינטרעסאנט יעדער זאגט וואס באראש האט געמיינט מיט זיין פסק,
נאר באראש בכבודו ובעצמו האט נעבעך
נישט געוויסט פונקטליך אדער נישט געוואלט אויסזאגן
וואס ער האט געמיינט,

ווייסטו וואס עס איז עם געשטאנען אין וועג, דאס איז "דאס געזעץ"
THE LAW, דאס געזעץ האט עם נישט ערלויבט צו געבן די פרעזידענסי
פאר יאנקל כהנא, און לכאורה וועט דאס ווייטער זיין מיט די אפעלעט
דזשאדזשעס, איבערהויפט אז עס איז שוין דא א SUPREME COURT
דזשאדזש, וואס האט יא קלאר געשריבן דאס געזעץ, איז זייער שווער
צו גלייבן אז דער אפעלעט וועט דאס איבערדרייען, אויב האסטו אביסל צייט
דאן לייען אביסל דעסיזשאנס פונעם אפעלעט קארט, וועסטו זעהן וואס איך מיין.

ראדני152 » 5/3/2006 23:08

איך הער היינט פון אן ארויני זאגט ער אזוי ווי אזוי האבן די 4 ריכטער געהאט די חוצפה צו לייקענען און ויואל משה

אלעסאמת » 6/3/2006 00:22

האט בטחון

אויב די ביסט אזוי זיכער מיט די פיר דשזאדשז

איז פאר וואס האבן זיי פרייטאג נישט געקענט שרייבן מיט צוויי ווערטער מער אז ר' יענקעל כאהן איז פרעזידענט ביז די פסק אזוי ווי ענק האבן פארלאנגט?

ראדני152 » 6/3/2006 02:39

איך האב געהערט פון א שיינע פאר ארוינים וואס ווייסן וואס זיי רעדן

אז ס'איז פאר זיי קעס דיסמיסט זיי רעדן שוין פון בויען נייע בנינים

kligeryid » 6/3/2006 04:55

so then be happy becouse a few ahroinem told u this in this the fact is roosenwasers ruling is still in affect untill overrueld if u think oterwise go ask a lewer not the lewers frome beis hmedresh

הדף_בטעינה » 6/3/2006 04:59

איך גיי פריער און גאס איך זעה פון דערווייטנס א חבר אן ארויני, וואס מיינט איר גלייך ווען ער האט מיך געזעהן איז ער נעלם געווארן און א אינטער געסעל

פון וואס האבן זיי מורא?

פאר וואס לויפן זיי און די מייזן לעכער?

נאר וואס דען זיי ווייסן וואס די ריכטער גיין זאגן און 5 חדושים

kligeryid » 6/3/2006 05:05

how many site streets r tey in willy becouse evrey zali here or in the other furm tells the same store frome hadaf could u ansewr to the point or not let me try again did any juge frome the lower court or frome the appelt overturend roosenwasers ruling yes or no  ansewr me pleaseeeeee

הדף_בטעינה » 6/3/2006 05:08

קליגער איד און די נ. י טיימס שטייט אז מען האט סוספענדעט די ראזענוואסער פסק Court Suspends a Ruling in Satmar Case

THE NEW YORK TIMES Published: March 4, 2006

In the latest twist in the bitter battle for the leadership of the Satmar sect of Hasidic Jews, an appellate court yesterday suspended a judge's decision that had effectively given a faction from Orange County control of the group.

The Orange County faction has been fighting with a faction based in Williamsburg, Brooklyn, since 1999 for the reins of the politically active Satmars, who number about 60,000 in New York State and are locked in a succession struggle. A fight in October between the groups led to several arrests on assault charges.

Their ailing grand rabbi, Moses Teitelbaum, is in his 90's. His oldest son, Aaron, runs the Orange County congregation, based in Kiryas Joel. His youngest son, Zalmen, runs the Brooklyn congregation. Both claim to be heir to the leadership.

Last month, in a suit over access to a cemetery, Acting Justice Stewart A. Rosenwasser of State Supreme Court in Orange County ruled that a member of the Orange County group was the rightful president of the sect's board of directors. The Brooklyn group argued to the appellate judges that the ruling conflicted with one by another judge, in Brooklyn, that the courts could not intervene in what he termed a religious dispute.

Yesterday's ruling, by the Appellate Division of the State Supreme Court, suspends Justice Rosenwasser's decision from taking effect while appeals are pending.

http://www.nytimes.com/2006/03/04/nyregion/04ruling.html?_r=1&oref=slogin

kligeryid » 6/3/2006 05:16

do u understand this    Justice Rosenwasser's decision from taking effect while appeals are pending

kligeryid » 6/3/2006 05:17

do u know what the last 4 words mean?

הדף_בטעינה » 6/3/2006 05:20

& This; Court Suspends a Ruling in Satmar Case

kligeryid » 6/3/2006 05:23

let me try again with u maybe u dont want to see it

Yesterday's ruling, by the Appellate Division of the State Supreme Court, suspends Justice Rosenwasser's decision from taking effect while appeals are pending.

kligeryid » 6/3/2006 05:26

what does this mean while appeals are pending could u tell me

מבני_בניו » 6/3/2006 06:18

איך הער אז די רעדאקטאר פון ד.ב. האט געפרעגט די רעדאקטאר פון ד.א. פארוואס מהאט אנגעהויבן רופן די אלטע שטריק און בור מיט די טיטל גאב"ד, האט די רעדאקטאר פון ד.א. געענטפערט, "דו ווייסט נישט אז ווען א קאמפאני גייט טשעפטער 11 טוישט מען די נאמען?!".

ראדני152 » 6/3/2006 08:04

יעצט ווי אזוי גייט די בלאט אנהייבן שרייבן ר' אהרן?

911zalis » 6/3/2006 08:41

ראדני איך האלט דער בלאט זאל שרייבן אז די סטעי איז בהוראת הרבנים הגאונים שליט"א בטל ומבוטל בהיה בהוה ויהיה , עס איז א מוראדיגע גיטע פאליטישע אין קלוגע מאוו  לעגאל, אזוי האב איך געהערט 3 וואכן צוריק פין דיינס גלייכן  ,

מקוה_איד » 6/3/2006 16:17

פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך זאגן אפאר פונקטן בנוגע דעם סטעי.

1. סיז נישט דא וואס צו רעדן אז די סטעי איז א מאראלישן קלאפ פאר די אהרונים, כאטשיג סיז נישט געווען גענצליך אומערווארטעט, מ'האט שוין דערשמעקט א די לעצטע פאר טעג אז דער מצב טויג נישט, מיט דעם אלעם ווען די נייעס איז געקומען, איז עס געווען א שטיקל סורפרייז און דער מאמענטום איז אריבער צו די זאליס.

2. סיז נישט שייך יעצט צו זאגן אז די אהרונים זאלן אויפגעבן דעם קאמף, ווייל די זאליס זענען די אפעלענטס, מיר ווערן אריינגעשלעפט מיט געוואלד אין געריכט, די זאליס זענען די הולכי ערכאות (ברשות בי"ד??? גיי ווייס), די אהרונים זענען די נתבעים מיר קענען גארנישט טון אויסער זיך צו פארטיידיגן קעגן די אפעלענטס.

3. דער ראזענוואסער פסק איז חי וקיים, די אפעלאט האט עס נישט אפגעווארפן, נאר די זאלי לויערס האבן סוקסעספולי קאנווינסט די דשאדשעס אז די ראזענוואסער פסק, גייט ברענגען זייער "דראסטישע" שנוים אינעם סטעטוס קווא פונעם קאנגרעגעישן, ממילא האבן זיי געהאלטן אז שב ואל תעשה עדיף, לאמיר אלעס לאזן כמות שהוא, ווילאנג אונז קוק מיר איבער דעם פסק. אונזערע לויער האבן פרובירט צו איבערצייגן די דשאדשעס אז ס'גייט נישט זיין קיין שום אויסערגעווענליכע שנוים, אבער די זאלי לויערס האבן מיט דעם געוואנען.

4. דאס אז די זאליס האבן באקומען א סטעי מיינט אבסעלוטלי נישט אז זיי גייען געווינען די אפיל, איך בין נישט קיין לויער, אבער לויט ווי מיין שכל זאגט זעה איך נישט קיין מציאות בעולם אז מ'זאל אפווארפן דעם ראזענוואסער פסק, דער פסק האט א מורא'דיגע קלארקייט, סיז קיין שום סתירה מיט די באראש פסק, סיז באזירט אויף לויטער געזעץ סיי די שטאטישע און סיי די קהלה ביי-לאוס, ואל כולם איז די פסק א "פעקט פיינדינג", דאס מיינט אז וויפיל זיי זאלן שרייען אז די רעליגיע איז מיט זיי, האבן זיי נישט קיין פראף דערויף. ווייל מיר שרייען אז די רעליגיע איז מיט אונז. און די "פאקט" האט באראש נישט צוגערירט.

5. איך קוק עס אן כאילו ווען די ראזענוואסער פסק איז ארויסגעקומען האט מען לכתחלה געפסקנט אז די פסק גייט אריינגיין אין קראפט הערשט אין א האלבע יאר ארום שפעטער, וואלט איך ווען געווען זייער צופרידן.

6. אין מיינע אויגן איז די יעצטיגע אפילס, די פיינעל סטרעטש, יעצט איז די צייט צו ארויסנעמען אלע געווער, מיר גייען דא האבן די אויבערהאנט, ווייל מיר וועלן האבן די לעצטע ווארט, מיט די רייט מאווס איז דא אלע מעגליכקייטן צו געווינען.

7. אויב די זאליס געווינען די אפילס, דהיינו אז זיי ווארפן אפ ראזענוואסער'ס פסק, און דערקלערן יאנקל קאהאן אלס פרעזידענט, האלט איך אז די אהרונים זענען לכאורה אויסגעלאפן פון אלע אפציע'ס, אויב האפענטליך פארקערט אז די ראסענוואסער פסק ווערט באשטעטיגט, וועלן לכאורה די זאליס גיין ווייטער אפילן (איך מיין די קארט אוו אפילס), און פארלאנגן א סטעי.

אלעסאמת » 6/3/2006 16:23

why can't the Aronim go to the Court of Apeals?

מקוה_איד » 6/3/2006 16:34

because they havn't lost yet in the appelate, you can't appeal before you lose

the appelate just stayed the rosenwasser ruling, meaning they temporarely froze the rosenwasser ruling to go in effect until the end of the appelate process/

i'm not a lawer, but as far as i know, i don't think you can appeal a "stay."

אלעסאמת » 6/3/2006 16:48

מיין שאלה איז אויב די ארוינים פארלירן די יעצטיגע אפיל פאר וואס זיי וועלן נישט גיין צו די קארט אף אפילס

מקוה_איד » 6/3/2006 16:52

אוואדי "קענען" זיי, מיין השערה איז נאר אז זיי "וועלן" נישט.

באראפארקער » 6/3/2006 17:17

מיין השערה איז אז די קעיס וועט זיך ענדיגען אין די סופרים קארט.
ביידע וועלען אפילען און אפילען, ביז עס וועט אנקומען צום העכסטען.

א דין תורה וועט שוין לכאורה קיינמאל נישט זיין.

די פייט וועט אנגיין אויף דורות לאנג, שוין נאך די פטירה פין ר' אהרן ור' זלמן לייב.

מקוה_איד » 6/3/2006 19:29

באראפארקער, דו ווייסט נישט ווי גוט די זאגסט.

איך האלט אז אז אפי' די יעצטיגע מחלוקה צווישן ר"א און רז"ל איז לעולם א מחלוקה וואס איז שוין איבער 25 יאר אלט, די עצם מחלוקה, די שורש פון גאנצע מחלוקה איז צווישן די בני יואל ודאית לי', וואס האלטן בשיטה, אז זינט די פטירה פון סאטמארע רבי זצ"ל, כ"ו אב תשל"ט, איז אסור זיך צו רופן א "רבי", און אויב איינער רופט זיך א רבי איבערהויפט א "סאטמארע" רבי איז ער זיכער פון די סטרא אחרא, און מ'דארף לוחם זיין קעגן איהם אזוי ווי קעגן די ציונים. ממילא וועגן דעם שטיצן זיי רז"ל, ווייל ער איז דער האק קעגן דעם סאטמארע רבי און זיין יורש ר' אהרן. ומצד השני, זענען די וואס האבן די שיטה פון "אין לך אלא כהן שבימיך", אז ווער אימער איז סאטמארע רבי איז דער צדיק הדור, אפי' סיז געווען גרעסערע צדיקים אין פריעדיגע דורות, מיינט נאך נישט אז דער היינטיגער רבי קען נישט זיין קיין צדיק הדור. די רופט מען "די חסידים" אדער "די קעלבער", זיי ווילן זיין אונטערגעווארפן אונטער א רבי אין א צדיק, זיי האלטן אז מ'דארף ארבעטן פאר די סאטמארע אימפעריע און פארן "שלימות סאטמאר" ווייל דאס איז דער וועג ווי אזוי ממשיך צו זיין די רצון פונעם אלטן סאטמארע רבי.

ממילא צו זאגן אז די מחלוקה וועט אנהאלטן נאך די פטירה פון ר"א אין רז"ל, איז לכאורה נישט צו ווייט פון מציאות.

ראדני152 » 7/3/2006 00:23

די ארוינים וועלן זיכער פייטן ביז די סוף, אפילו זיי וועלן האבן נאר א איין % טשענעס
בלאט: 1 2