היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע? בריוו פון ריח"מ קעגן סקול דיסטריקט

באמבע? בריוו פון ריח"מ קעגן סקול דיסטריקט

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1827165
בלאט: 1 2

בא_ללמד » 3/3/2006 02:36

איך הער אז עס איז ארויסגעקומען א בריוו פון ריח"מ פרידמאן אז ער אסר'ט דעם סקול דיסטריקט, און ער ציט צוריק פון זיין היתר.

איינער ווייסט מער פרטים ?!

איז דאס די באמבע פון וואס מ'רעדט שוין אזוי לאנג ?!

זאליסאסמאן » 3/3/2006 19:37

דער רבי האט נישט אזא בריוו?

ווען גייט עס קומען?

אין די עדה החרדית?

ריח"מ איז דאך ממילא נאר נוגע פאר א א זאלי.


אגב איך האלט פון אלטער משה, ער איז נישט קיין בלאפער אין איז נישט יעצט פלוצלונג א גרויסע חסיד פון רבין' ווייל ער שלאגט זיך מיטן רב.

ער רופט אים נאך אלץ דער סיגוטער אין ער רעד אויף זלמן כל דבר אסור.


משוגע משוגע אבער נישט אזא בלאפער ווי רוב פון זיין פארטיי.

Pirro06 » 5/3/2006 05:11







 

לויט ווי איך ווייס איז חמלה ואמונה שוין אפען א שטיק *:namespace prefix = o />

צייט סוי איך ווייס נישט פארוואס ער האט זיך יעצט דערמאנט

אויב איז סקול דיסטריקט אסור איז די אלטע היתר יעדן טאג אויף

זיין פלייצע וואס האט ער געווארט

 

תוקן על ידי - Pirro06 - 05/03/2006 5:11:10

ביז_אהער » 5/3/2006 07:02

.


ביז_אהער » 5/3/2006 07:07

.

ביז_אהער » 5/3/2006 07:25

א PHONY לוזער.

רמ"מ טירנויער האט דעמאלטס געזאגט ביי די גענעראל פארזאמלונג, אז ס'איז נישטא קיין מיטל וועג, אדער איז עס אסור ווייל ס'איז כפירה, אדער איז עס מותר. אויב מותר איז א מצוה, ווייל ס'איז פיקוח נפש ממש.

יעצט קומט דער PHONY, און זאגט אז ס'איז נאר מותר ווען עס איז נישטא קיין ברירה, און איך האב שוין דעמאלטס געבעטן פון ר' לייביש לעפקאוויטש אז ער זאל עס נישט מאכן אין וויליאמסבורג.

קודם כל איז גוט צו זען ווי גרינג ער לאזט זיך פאררעדן די ציין, און אויסמישן דעם פראגראם [וואס איז אזוי ווי המספיק. און, אגב, אויסער שמעון פלאהר'ס ליידיגע ווען האט קיינער נאך קיינמאל נישט געזען קיין שום זאך וואס האט שייכות מיט "חמלה", און זיכער נישט מיט "אמונה"...] מיט א פולשטענדיג אויסגעשטאטע סקול פאר די קינדער.

דערנאך איז אינטערעסאנט וויאזוי ער האט געקענט אין די זעלבע צייט [תשנ"ה] האלטן אז ס'איז אסור, מותר, און א מצוה... און ער זאל זיך נישט שעמען צו זאגן ברבים אז ער איז אזא פליפ פלאפער...

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז...

feineryid » 5/3/2006 08:08

WELCOME TO THE WORLD OF HALACHA BASED ON POLITICS,

ויקרא שמו בישראל :

הלכה ע"פ דרך פאליטיק!!!!!!!!!!!

סאיז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער דיין האט FLIP FLOPED

ער וויל נישט אינטערשטיין פין די ייודישע טאליבענער, וואס זענען מער ענדלעך צי די אראבישע
דשיהאדיסטאן

פאר צוואנציג יאר האט ער געלאזט ייודען מחלל שבת זיין מיטען ערוב

ווען ער האט געזעהן די יונגע דשיהאדיסטאן וויא ר הלל וויינבערגער דער נייער
דזענעטאר פין היתאחדות הרבנים אסערט דעם ערוב האט ער שוין געמאכט א U TURN אין געוויזען
אז ער קען אויך אסורן

איצט האט ער ווייטער זיך דערמאנט אז ער האט נישט געפאסקענט מיט די סקול דיסטריקט ע"פ דרך
הפאליטיק , אין אזויוויא די רבי שליטא איז לידער נישט געזינט ,פייפט ער אן דען רבין אין ער
מאכט נאכאמאל א U TURN

איך וואלט עם געגעבען אן אויסגעצייכענטער דרייווערס לייסענס באשר ער האט שוין גרויס
עקספיריענס אויף U TURNS

ויעקבינו זה פעמים.......... תוקן על ידי - כל_העולם - 05/03/2006 16:08:10

feineryid » 6/3/2006 01:32

.......

מיינונג » 6/3/2006 02:57

עס איז שוין נישט די ערשטע מאל וואס "פיינעראיד" שרייבט א תגובה אן קיין אינפארמאציע וואס קיקט אויס ווי ער וויל עפעס ארויף ברענגען וואס איז אראפ

"אנטשולדיגט אז איר האט נישט וואס צי זאגען זאגט עס נישט דא"

feineryid » 6/3/2006 04:26

צי מר מיינונג: מיר זעהן אז איר קענט נישט פארטראגען עוולות נא> לאזן מיר הערען אייער "מיינוננג וועגען די שיטה פין הדר ביי רב פאפה פין אינזער דיין?

שפיטצער06 » 6/3/2006 04:41

ס'איז די דזשאק פון די חודש, די גאנצע גאס לאכט דערפון

911zalis » 6/3/2006 09:01

קיינער לאכט נישט קיינער וויינט נישט קיינעם אינטערסירט עס נישט עס איז ביי קיינעם נישט מעלה אדער מוריד דאס איז דער פשוטער אמתער פאקט , דער דיין זאל ער זיין געזונט אין שטארק איז א ערליכער איד מיט א ווייעכע אידיש הארץ א עכטע רחמנות ער קען נישט נעמען קיין שום טעראר וואס מען הייסט אים טוהן טוט ער, משה פריעדמאן האט געזאגט פאר א איד אז ער ווייסט נישט אויב ער מעג על פי הלכה פרעגן א  שאלה פונעם דיין ...................

יענקעלע11 » 6/3/2006 17:09

איך פארשטיי נישט וויאזוי א דיין קען זיין אזא מסית ומדיח,
ער איז מכשיל כלל ישראל מיט עבודה זרה רח"ל,
קודם האט ער געלאזט כלל ישראל טראגן 25 יאר מיט א עירוב
וואס איז געווען געמאכט אויסשליסלעך פאר גויים,
און מיט גלייכגילטיקייט צו געקיקט ווי כלל ישראל איז מחלל
שבת ברבים, און קיינעם נישט געזאגט, 

 דערנאך האט ער געלאזט הונדערטער אידישע שעפעלעך
זיך היילן דורעכן טריפה'נעם עבודה זרה'דיגע סקול דיסטריקט,
און אצינד שרייט ער אויס אז דער היתר איז "בטל מעיקרו"
אזא אומגליק, נו, וואס זאל מען יעצט מאכן מיט די קינדערלעך וואס
זייער מצב האט זיך "ליידער" זייער פארבעסערט, אדאנק די
עבודה זרה פון סקול דיסטריקט, קען מען זיי צוריק ברענגען 
צום פריריגן מצב, יעדעס מאל ווען א שערי חמלה קינד מאכט ליידער
א ברכה, רייסט דאס נעבעך דאס הארץ פון די עלטערן ווען זיי ווייסן
אז די דאזיגע ברכה איז נאר א דאנק דעם "מעיקרו'דיגן" געאסר'טער
סקול דיסטריקט, וויאזוי מאכט מען זיי פארגעסן פון מאכן א ברכה???,

איך הער אז ארבייט שוין אויף א איסור אויף דעם סאטמאר בוטשער סטאר,
און גייט אונז דערציילן אז נאך דעם איסור פון דעם קאשויער רב ז"ל
האט ער זיך געבעטן ביי ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה ער זאל
אפשפארן דעם בוטשער וואס פארקויפט נבילה וטריפה מיט חלב
דאורייתא, נאר דער אהרן טייטלבוים פון מאנארא האט דאס נישט
געלאזט אפשפארן, אבער היינט ווען מיר האבן שוין ברעח האשעם
א נייעם גאוועד, קוואד כדישאס דער נייער טשיף הקארדינאלן שלית"ה
און מען איז שוין נישט אינטער געווארפן אינטער אהרן טייטלבוים,
איז זיין הכשר אויפן בוטשער "בטל מעיקרו".

גדולה השינאה שמקלקלת השורה!!!

faird » 6/3/2006 17:28

יענקעלע

monroe06 » 6/3/2006 17:53

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]Yankelle
You are getting better and better

yosefelye » 6/3/2006 19:45

אוי וויי, וויי וויי וויי, איך חליש,
איך האב דאך געפרעגט מיינע שאלות דעם זעלבן ר' ישראל חיים מנשה,
און אפשר איז עס ... מעיקרו,
וואס טיט מען יעצט???
קען עכט זיין אז ער גייט שרייבן א בריעוו
אז אלע שאלות וואס ער האט געפסקעט
איז אין אמתן אריין ..... מעיקרו,
נאר ער האט עס מכשיר געווען ווייל......
וואס טיט מען יעצט? איך בין אויס מענטש.

מענדלדרעי » 6/3/2006 19:51

[בילד – נישט אפגעהיט]פיינער יוד      

איך מיין אז מען דארף מאכען א דיבעיט צווישען פרידמאן מיט טירנויער, צו פארשטיין דעם מקור פון איוסר אויפן סקול דיסטריקט.


בכלל הייב איך אן צו טראכטען אז ריח"מ איז א באהאלטענע אהרוני און טוט כסדר פעולות זיי זאלען זיין אויף ליצנות.

mechel19 » 6/3/2006 20:36

קען מיר איינער מסביר זיין, וואס דא גייט פאר, וואס איז יעצט געשען אז ר' ישראל חיים האט יעצט באשלאסן צוריק צוהן זיין היתר פארן סקול דיסטריקט, חמלה ואמונה שטייט דאך שוין אפאר יאר, נו וואס איז יעצט געשען, 11 יאר האט מען געמעגט עובר זיין און יעצט פלוצלינג האט עקספייערט זיין היתר, לכתחילה מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר, האט דאס צוטוהן מיט ראזענוואסער, דאס איז דאך די איינציגע זאך וואס איז לעצטענס געשען, רבותי, תורה הוא וללמוד אני צריך,

אייןסאטמאר » 6/3/2006 20:43

א גיטע ארטיקעל בנוגע דעם ענין, פון "אישהחסד" אין ח.א.ס., איך בין זיכער אז זיי ועלן עס אויסמעקן בקרוב ווי זיי טוען געווענליך ווען איינער שרייבט עפעס וואס שמעקט זיי נישט, לייג איך עס דא למשמרת.


איך פארשטיי נישט וויאזוי די כלל פון "מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי" איז אינגאנצן בטל געווארן, און מ' איז מכחיש השמש בצהרים.

די סקול דיסטריקט איז געשטאנען שוין אפאר יאר פאר די מערכה דערקעגן האט זיך אנגעהויבן, ערשט ווען עס איז אראפ געשטימט געווארן אין סופרים קאורט, דעמאלס איז אין דעילי נוס געשטאנען די מכלומרשטע סטעיטמענט וואס האט אנגעצינדען די פייער, און פלוצים האט מען אנגעהויבן צו טרעפען מינות וכפירה און עס איז געווארן א גאנצע איבערקערעניש ווי מ' האט אריין געשלעפט קאשויער רב ז"ל, ר' מאטעלע, ועוד,

קאומא האט דאן געמאכט א נייע געזעץ פאר'ן סקול דיסטריקט וואס האט פארלאנגט נייע וואלן, און ביי יענע וואלן איז געווען איינס פון די שטערקסטע מלחמנת פאר און קעגן.

רבינו שליט"א איז דאן געווען אין שערען ספרינגס און איז ספעציעל געקומען צו פארן אויף איין נאכט צו די אסיפה וואס מ' האט פארופען, צוערשט האט גערעדט הגה"צ ר' מ"מ טירנויער שליט"א וועלעכער האט שארף אראפ געריסן די אוסרים, און ספיציעל ר' דניאל ביטון וואס האט געסטראשעט אז ער וועט אריין ווארפן די קרן הצלה געלט אין ים, רמ"מ האט חוזק געמאכט דערפון, ואכמ"ל.

אויך ר"א האט גערעדט, און נאך אנדערע (איך געדענק נישט ווער).

דאן האט זיך אויפגעשטעלט רבינו שליט"א און געהאלטען א פלאם פייערדיגע דרשה וואס כמוהו לא הי' ואחריו לא יהי'.

ער האט געזאגט בתוך הדברים "איך בין א יוד מיט א ווייסע בארד, איך בין שוין אסאך אדורך אין מיין לעבן אבער איך האב קיינמאל נישט געזאגט וואס איך גיי יעצט זאגן, ווער עס וועט וואטען יא וועט געבענטשט ווערן מיט בני חיי ומזוני וכל טוב, און איך בין נישט מקנא ווער עס וועט וואטען פארקערט עכלה"ק (בערך).

די ווערטער האבן געמאכט א מוראדיגע השפעה דעמאלס, מיינער א קרוב (בני יואל געשטימט) וואס וואינט אין ראפשיץ האט מיר דעמאלס געזאגט א מזל אז איך קען נישט וואטען ווייל יא וויל איך נישט וואטען צוליב די אוסרים און ניין ווילל איך אויך נישט צוליב דעם רבינ'ס ווערטער.

דער רבי איז געשטאנען דעמאלס בראש המערכה, אינדערצייט וואס ר"א האט געהאלטען אפאר דרשות אין כולל מסביר צו זיין דעם ענין בטוט"ד, (ד"א קיינער האט אים נישט אפגעווענט בדברים של טעם) האט דער רבי געשטורעמט ביי יעדע געלעגענהייט, די אלע דרשות קעגן ר"א לייטנער, ר"י ראטה, מ"ב בעק ימש"ו (לשון רבינו) איז געווען בנוגע דעם סקול דיסטריקט.

צו קומען זאגן היינט פאר די וואס געדענקען אז דער רבי האט נישט געוואלט נאר ר"א האט אים אינטערגעהעצט איז אזוי אבסורד און לעכערליך ממש חוץ מגדר אנושי, די אלע מעשיות אז דער רבי האט געזאגט פאר דעם און יענעם פרייוואט איז אויס געזויגן פון די פינגער קעגן די אפענע פאקטן וואס טויזענטער יודן האבן געהערט און געזען.

איך בין געווען ביים רבי'ן אין שטוב אין מיאמי אפאר יאר דערנאך ביי של"ס, עס איז דארט געווען ר' חיים יושע, ר' מענדל ט"ב ר' א"י גלאנצער, און ר' משה יוסף הארטמאן, און נאך (שוין, מ' וועט כאפן ווער איך בין) ווען עס איז געווארן א שמועס וועגן דעם ענין (ווייל ר' משה יוסף איז דער מנהל פונעם סקול דיסטריקט), האב איך אליין געהערט מפ"ק אפאר מאל "ווען איך וועל ארויף קימען אויף יענע וועלט און מ' וועט מיך פרעגן וואס האסטו אויף געטון, וועל איך אנווייזן אז איך האב געהאלפן די קראנקע קינדערלעך, עכלה"ק.

בנוגע ריח"מ צוריקצו איז כדאי נאך זאגען אז דעמאלס איז ארום געגאנגען א שמועה אז רז"ל פילאפף האט מבטל געווען זיין חתימה ברבים זאגענדיג אז ער איז געווען געצווינגען צוליב פרנסה, האב איך געהערט פון א חשוב'ן רב אז מ' טאר עס נישט גלייבן ווייל אין אדם משים עצמו רשע, דאס זעלבע קען מען זאגן יעצט אויך.

שפעטער שרייבט ער
איך האב פארגעסן איין פראגע,פארוואס האט ר' משה טובי' קיינמאל נישט פארציילט אין פובליק די מעשה דעמאלס ווען די מערכה איז אנגעגאנגען?, עס איז ארויסגעקומען אזויפיל קונטרסים און עס איז נישט געשטאנען אין ערגיץ.

תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 06/03/2006 20:53:06

יענקעלע11 » 6/3/2006 22:55

דער ר' ישראל חיים מנשה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין
א פאלנער פאליטיקער, זיין יא איז קיין יא, און זיין ניין איז קיין ניין,
ברצותו מתיר וברצותו אוסר, דער שלחן ערוך שפילט דא אינגאנצן
נישט קיין ראלע, ער מאכט פראסט און פשוט ליצנות פון די תורה
און דערנאך קען ר' זלמן לייב פיליפ וויינען מיט דמעות שליש אז
מען האט צובראכן דעם כח התורה, טאמער וויל ער, איז ער מתיר
אפילו די עבודה זרה (סקול דיסטריקט בלע"ז), נאר ווייל משה גבאי מיט
לעיזער קעסטענבוים האבן עם אזוי געהייסן, און אויב הייסן זיי אסר'ן
דעם בלאט, איז עס תיכף אסור, ביי נחמן בראך איז ערכאות מותר,
ביי יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין איז ערכאות אסור, ארעסטירן
26 בחורים און יונגעלייט בעצם היום טוב איז מותר, סקול דיסטריקט
בשנת תשס"ו איז אסור, ווייל דאס איז דאך דער ציווי פונעם משתמש,
און וואס טיט מען דען נישט פאר אפאר דאלאר,

ניין, לא מסתפינא, איך האב נישט קיין מורא צו זאגן און שרייבן דעם אמת,
 "במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב", דער ר' ישראל חיים
מיט זיינע אזויגערופענע חברי הבית דין, האבן געמאכט צושאנד און צושפאט
די תורה הקדושה, די תורה איז ביי זיי א שפילצייג,
זיי ווארפן זיך מיט דעם ארום, און אויף אלעם האבן זיי א שיינעם תירוץ,
"עת לעשות לה' הפרו תורתיך" ווער זייער ה' איז, ווייס איך נישט,
אבער "הפרו תורתיך" האבן זיי מקיים געווען במלא מובן המלה,
מען דארף היינט צו טאג נישט לערנען, (ווייל מען טאר דאך חלילה נישט
קענען מער לערנען ווי דער רב אליין), מען קען זיין א געזינטער עם הארץ
און נאך אלץ זיין א "גאב"ד'ל", דער עיקר איז צו קלאפן און צו
שטויסן, אזוי וועט זיך ארום עם ארום נעמען אפאר שונאי סאטמאר, און
אולי יחוס, אפשר וועט מען זיך קענען בויען א שטיקל מלוכה'לע,

feineryid » 7/3/2006 00:35

פארוואס פארשטייט עטס נישט דעם דיין אביגדור יאקאבאוויטש איז מדבר מתוך גרונו מיר וויסען אלע אז כח הפועל בניפעל אין דער איינציגסטער סיבה וואס אביגדור האט געגעבען געלט צים דיין איז נאר בכדיי ער זאל מצער זיין רבינו שליטא אין זיין זין הגהצ מוה ר אהרן אין מיר מיזען זאגען אז דער דיין מאכט דעם דשאב בשלימות ער איז מצער וויא ער קען די רב'ס משפחה האט איינער געהערט אין די לעצטע 25 יאר ווען די אינשיי דלא מעליי אביגדור וחביריו האבען מצער געוועהן אין גערודפ' ט רבינו שליטא אז דער דיין זאל זיך אפילו איינמאל אנעמען פארן רב (חוץ ווען די פאליטיק מיט ז"ל האט געזאגעט אז ער דארף טוישען דעם דאטשיק) אבער דער דיין האט געהאט א פאליסי קיינמאל נישט ארויסצישטעקען זיין נאז ווען עס קען שאטען זיין אינקאם פין אביגדור אין פין די אנדערע אינשיי דלא מעליי וואס האבען כסדר פאר 25 יאר מצער געןןעהן רבינו שליטא!!!!!!!

בא_ללמד » 7/3/2006 00:48

איך האלט אז דער הויפט ציל פון ריח"מ מיט דעם בריוו איז צו באשטעטיגן באהאלטענערהייט די נייע טענה אז דער רב איז געווען דער וואס האט אנגעדרייט אלעס.

און דאס איז ביי מיר נאך די גרעסטע רשעות. ווער נאך ווי ער ווייסן וואס דער רבי האט באמת געוואלט, און ווער עס האט אים דאן טעראריזירט, טיטולירנדיג "ראחובער פערד".

מבני_בניו » 7/3/2006 01:31

די בריוו איז היינט אנגעקומען אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

yankees » 7/3/2006 01:52



דעמאלטס אין יענע ביטערע נסיעה, ווען די קאר האט געמאכט א U-TURN פון די עריפארט צוריק קיין ראסס סט. האט געהערשט א געפערליכע שטיל שוואגעניש אין קאר, פאר א קנאפע האלבע שעה, ביז ווען די חברה האבן זיך אנגערופען צום דיין זאל זיין געזינט און שטארק, "אינז וועל מיר ווייזען פאר די אהרונים (וואס האבן צושטערט די גאנצע פלאן)  אז זיי האבן גארנישט אויפגעטון!!!
מ'דארף נישט ווערן גאב"ד העדה  מ'קען זיצען דא אין אמעריקע און טוהן די זעלבע זשאב"

געגאנגען » 7/3/2006 03:38

איך זע איר האט אלע דא פארפאסט דעם עיקר, די אמת'ע באמבע וואס ליגט דא באהאלטן!

דער גאנצער בריוו איז ארויסגעקומען נאר צוליב די צוויי איינגערינגלטע שורות אז ר' לייביש לעפקאוויטש האט געפאלגט דעם דיין מיט צען יאר צוריק.

דער ציל איז צו גיין דערמיט אין געריכט און אויפווייזן אז ר' פר"מ האט יא געהאט א ווארט אין די מוסדות, והא ראי', ר' לייביש האט אנגענומען זיין מיינונג אין די נושא, אפילו ווען עס איז געווען אקעגן די שטעלונג פון רבי'ן וואס האט געהעריג מתיר געווען דעם סקול דיסטריקט!

דאס איז די איינציגע זאך וואס שטעקט אונטער דעם בריוו, און נאר דערפאר האט מען עס יעצט ארויסגעגעבן, כאטש דער פראגראם פון חמלה ואמונה שטייט שוין באלד דריי יאר!

mechel19 » 7/3/2006 22:41

נעכטן נאכט האט מיר געזאגט איינער פון גדולי פוסקי דורינו,
וואס איז אנגענומען ביי רוב היימישע קרייזן אז א איינגעזענער
פוסק און רב, האט ער מיר געזאגט אז רבי ישראל חיים מנשה האט
מיט זיין בריעף אריין געקלאפט דעם לעצטן נאגל אונעם
ארון פון כח הרבנים ודיינים, און פון היינט מאל וועט זיין א ליצנות
סיי וואס א היתר אדער א איסור פון רבנים, זייער ווערט איז
געווארן רעדוצירט צו זערא, און דאס אלעס וועט פארשריבן ווערן
על חשבונו פונעם סאטמארען דיין רבי ישראל חיים מנשה שליט"א.
עד כאן לשונו, קאמעטארן זענען איבעריג.

אנטוערפןרב » 7/3/2006 23:48

.

תוקן על ידי - אנטוערפןרב - 07/03/2006 23:49:22

אנטוערפןרב » 7/3/2006 23:52

חסדי ה' כי לא תמנו! ענדליך נאך צען יאר איז די דיין שליט"א ב"ה באפרייט געווארן פון די תפיסה וואו ער איז געווען איינגעשפארט אין די לעצטע צען יאר, ווען די פארשאלטענע רשעים האבן אים געצווינגען צו אונטערשרייבן קעגן די תורה און קעגן באשעפער, מהאט אים ממש טעראריזירט מיט די געמיינסטע מיטלען וואס נאר מעגליך, ביז זיין רעבעצין האט זיך אויסגערעט פאר עמיצן אז איר מאן איז ממש קראנק געווארן פון די שרעקליכע טעראר וואס די רשעים און פארדארבענע חברה האבן געמאכט אויף אים (איך מיין טאקע אז בערך יענע צייט האט די דיין אנגעפאנגען דאווענען ביי זיך אין ביהמ"ד וועגן די חולשה תרתי משמע).
ערליכע אידן האבן אלעמאל מיטגעוויינט מיטן דיין במסתרים תבכה נפשם ווען יעדע ערליכע איד האט געזען און געוואוסט אז די דיין עסט זיך אויף פאר צער אז פון אים איז ארויסגעקומען אזא מכשול, און דעס איז די סיבה פארוואס ער האט זיך אונטערגענומען אלס תשובת המשקל אז ער וועט ארבעטן מיט אלע כוחות אונטערצוברענגען איינמאל פאר אלעמאל די פארשאלטענע קליפה פון מאנראו, וואס ער טוט ב"ה מיט גרויס הצלחה און אפענע סיעתא דשמיא.
ערליכע אידן איבעראל האבן אפגעאטעמט ווען מהאט געהערט אז די דיין האט זיך ב"ה געקענט באפרייען פון די אייזערנע קייטן פונעם שטן וואס האבן אים ארומגענומען די לעצטע צען יאר, איך האלט אז מוואלט די טאג געדארפט באשטימען א "יום משתה ושמחה" פאר אלע ערליכע אידן איבער די וועלט, אז מהאט שוין ב"ה זוכה געווען אז ערליכע אידן קענען זאגן זייער אמתע דעת תורה אן צו דארפן זיך דערשרעקן פון די פארדארבענע און פארשאלטענע קליפה וואס הייסט ר' אהרן טייטלבוים!!!

ראדני152 » 8/3/2006 00:26

אנטוערפןרב A1

קושקע » 8/3/2006 00:30

משל למה הדבר דומה:

א רעסטוראנט אייגנטימער וויל אויפנעמען א וועלטס בארימטער קעכער וואס איז באוויסט אז ער קאכט די געשמאקסטע עסן שוין 35 יאר, דער אייגנטימער פרעגט זיך גוט נאך איבער דעם קעכער, ער באקומט די בעסטע רעקעמענדאציעס, זיינע עסן זענען עפעס לעילא, ער איז ווערד אלע געלטער.

אבער, איין פראבלעם, דער קעכער האט אין די לעצטע טעג מוסר מודעה געווען, אז אין דעם רעסטוראנט ווי ער האט געקאכט די לעצטע 15 יאר פלעגט ער אריינלייגן א סם אין די זופ, וואס דאס ברענגט א שרעקליכע קרענק, אז ווען מ'ווערט 65 יאר באקומט מען פלוצלינג א הארץ אטאקע און מ'שטארבט, און די סיבה פארוואס ער האט עס געטאן איז ח"ו נישט ווייל ער האט געוואלט איינעם שעדיגן, נאר בלויז ווייל דער אייגענטימער וואס פלעגט איהם צאלן דאס געהאלט איז אן ארכי-רוצח, אין ער האט איהם געסטראשעט אז אויב ער לייגט נישט אריין דעם סם זאגט ער איהם אפ פון זיין פאסטן, ממילא האט ער נישט געהאט קיין ברירה, אבער מהיום והלאה, וויבאלד דער נייער אייגנטימער איז ב"ה א פיינער מענטש און צווינגט נישט צו פאר'סמ'ען מענטש, קען מען זיין רואיג אז ער וועט זיכער נישט טאן אזא געמיינע זאך.

וואלט איר אויפגענומען דעם קעכער? אויב יא, איז ריח"מ פר"מ א פערפעקט קאנדידאט פאר ראב"ד סאטמאר.

וואלט איר געגאנגען עסן אין דעם רעסטוראנט ווי דער קעכער קאכט? אויב יא, קענט איר גיין צו ריח"מ פרעגן חייבי כריתות שאלות.

תוקן על ידי - קושקע - 08/03/2006 1:19:32

אלעסאמת » 8/3/2006 00:51

קושקע

מוראדיג איך האף אז און די קושקע האט ער נישט געלייגט סם

יענקעלע11 » 8/3/2006 00:51

א רב וואס איז מודה אז ער האט יארן געפסקעט
להיפוך פון די תורה, ווייל מען האט עם געסטראשעט,
איז פסול צו זיין א רב ביי אידישע קינדער,
מאן יימר לן אז יעצט איז יא אמת וואס ער שרייבט,
אפשר איז ער יעצט אויך געצווינגען צו שרייבן וואס ער שרייבט,
ער איז דאך אליין מודה אז ער שרעקט זיך פאר סטראשונקעס,
און איז גרייט מהיפך צו זיין דעם דעת תורה, ווען ער איז אין געפאר
פון סטראשן, טאמער וויל ער באמת תשובה טוהן, זאל ער אויף געבן
זיין רבנות, נעמען א תהילים'ל זיך שטעלן אין א ווינקל, און בעטן ביים
קל רחום וחנון זאל עם מוחל זיין פארן מכשיל זיין אידן כנגד התורה,
על פי הלכה האט ער ליידער פאלוירן זיין נאמנות, מען ווייסט נישט
ווען עם יא צו גלייבן און ווען נישט.

אייןסאטמאר » 8/3/2006 01:04

ווי איז ער געווען די לעצטע 6 יאר ווען די טעראר איז שוין געווארן צובראכן?

האט עס אפשר צוטון אז משה גבאי פלעגט באקומען וועידזשעס פון סקול דיסטריקט אלס באורד מעמבער און מ' האט עס געסטאפט לעצטענס?

אייןסאטמאר » 8/3/2006 01:10

אין ח.ש.ש. ברענגט  "איש החסד" ארויס א גיטע פאינט, איך בין עס דא מעתיק.

איין זאך קען מיר עמיצער מסביר זיין.

דער דיין שליט"א שרייבט אז ר' לייבוש האט עס געוואלט מאכן אין וומסב"ג, און ער האט עם געזאגט נישט צו מאכן.

ווייסט איינער וואס ר' לייבוש האט געוואלט מאכן? א עקסטערע סקול דיסטריקט אין וומס"ב, ווי ווייט איך ווייס איז גאנץ נ.י. סיטי איין דיסטריקט, איך גלייב נישט אז ער האט געוואלט אויסשניידן וומ"ס פאר א עקסטערע דיסטריקט, א זאך וואס איז נאך נישט געווען, און וועט נישט זיין קיינמאל, סא וואס איז די פשט פון די ווערטער, איך גלייב אויך נישט אז דער דיין שרייבט ליגענט.

מענדלדרעי » 8/3/2006 01:38


עס  איז קלאר אז דער וואס האט פון אים ארויסגעשלעפט דעם בריוו האט פשוט געוואלט מאכען ליצנות פון הרב פרידמאן אויף זיינע עלטערע יארען, פארן חוצפה פון מאכען שבת פאר זיך אין נישט מחזק זיין רז"ל

feineryid » 8/3/2006 01:38

צים הויכגעשעצטע אנוועפענער רב; מיר זעהן אז די דיין האט געוואלדיג מסירת נפש אין ענין פין כח הפועל , ער זאל חס וחלילה נישט נכשל ווערען אין טריפהנע געלטער מיר וואלטען זייער געוואלט וויסען צי ער וועט עומד בניסיון זיין אין צריק געבען דאס געלט וואס ער האט באקימען פין אביגדור יאקאבאוויטש וויא יעדער ווייסט דאס געלט וואס אביגדור האט געגאנבעט איז געקימען פין די ביזנעס וואס האט באלאנגט צי אנדערע מענשען, עס האט באלאנגט אויך צי מענטשען וואס האבען אינוועסטעט זייער אפגעשפארטע געלטאין ALOU בכדיי צי האבען פין וואס צי לעבען אויף די עלטעטרע יארען וכדומה דאס געלט וואס ער אין זיינע קינדער האבען באקימען איז לחלוטין געגנבהטע געלטער אין זיי זענען מחייב דאס ציריקגעבען פין וועם מהאט דאס געגנבהט וזה לך האות : אויב איז זיין פסק איז נישט קיין פאליטישע פסק,אין ער האט צריקגעצויגען זיין פסק וויל ער איז א דחיל חטאין , וויל ער האט שטארק מורה פין די עבירה פין כח הפועל בניפעל, דאן לאזן מיר זעהן צי ער וועט מקיים זיין והשיב את הגזילה אין צריקגעבען דאס געגנבהתע געלט וואס אביגדור האט עם געגעבען צי די פין וועם מהאט דאס געגנבעט!!!!!!!! אויך איז אינטערסאנט אז אנווערפענער שרייבט אז עפעס א קליפה האט עם געמאכט דעם דיין פסקענען פאלטש בענין סקול דיסטריקט , אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס פאר א קליפה האט עם געמאכט פסקענען פאר 25 יאר אז דער ערוב איז כשר', אין ייודען האבען פאר זיינע אויגען געטראגען אין שבת? נאר היינו טעמה דשופר והיינו טעמה דמגילה דער אזויגעריפענער פסקים זענען פאליטישע פסקים וד"ל

yosefelye » 8/3/2006 01:48

מדברי הרב אברהם גרענד שליט"א
HE IS A
FAKE PHONY  FRAUD

קושקע » 8/3/2006 03:51

איך הייב אן ערענסט צו טראכטן אז מענדלדרעי, איז לכאורה גערעכט, אפאר רשעים און לצים, מאכן לצנות פון א חרוב איד, און שלעפן פון איהם ארויס קריאזע חתומות, וואס מאכן איהם נעבעך ללעג ולקלס, די אידן וועלן בראטן אין גהינם פארן מבזה זיין א תמימות'דיגער תלמית חכם.

הזהרו בגחלתן!

לאזט געמאך דעם איד, ער האט שוין גענוג מיטגעמאכט!

feineryid » 8/3/2006 05:25

דער דיין וייסט אז די רבי שליטא האט במפורש געזאגט אז דער סקול דיסטריקט איז מותר ,

פין וויא האט ער גענימען די היתר ארויסציקימען א קעגען זיין אייגענע מרא דאתרא די רבי שליטא?

פארוואס ריט דער דיין נישט איין, פארוואס איז ער א טראבעל MAKER .?

ווען דער דיין נעמט די פעדער אין זיין האנט אין שרייבט אינטער אן איסור אויף א ענין וואס די
רבי האט מתיר געוועה ,גייט ער ארויס א קעגען רבין שליטא , ער נישט קיין נעבעך וייל ער מאכט
דאס במזיד

פארוואס לאזט ער זיך אויפהעטצען פין זיינע קינדער וואס א טייל רעדען אפען א קעגען רבין שליטא,
ספעציעל דער וואס איז אן איידעם אויף HEWES ST.

די מכלומפורשטדיקע אוסרים האבען אויסגעטיילט צרות פארן רבין מיט די סקוול דיסטריקט צי אנע
סקול דיסטריקט

זיי האבען זיך אנגעטשעפעט אין סקול דיסטריקט בכדיי אויפציהעצען די ווילדע טאליבאן עלעמענטען וואס
האבען זיך באזעצט אין מאנארוי

די רבי בעל דבריי יואל זיע האט זיך אויך א סאך אנגעליטען פין די SUPER פרימע וואס האבען זיך
איינגערעט אז זיי פארשטייען ייודישקייט בעסער פין רבין זיע

דער באשעפער זאל אפהיטען ווען די ייודישע וועלט וועט ווערען אנגעפירט דארך עקסרעמיסטען
וויא הר' בעק<הר' לייטנער וכדומה

תוקן על ידי - wassa_dif - 08/03/2006 9:25:43

מקוה_איד » 8/3/2006 06:56

איך האלט אז די אהרונים זאלן אריין שיקן דעם בריוו צי די אפעלאט דשאדשעס, מיט די טראנסקריפט פון רבין'ס דרשה א טאג איידער די סקול דיסטריקט וואלן, אלס אן עקזעמפל ווי דער "טשיף דשאדש" איז זיך גענצליך מחולק מיטן "גרענד ראביי", ממילא איז א אפענע באווייז אז סיז מעגליך אז דער "טשיף דשאדש" איז נישט און איינקלאנג מיטן "גרענד ראביי" לגבי די "עקספאלשן" פון בערל פר"מ. און דאס איז קלאר אז דער גרענד ראביי איז העכער פונעם "טשיף דשאדש"..

feineryid » 8/3/2006 11:01

סאיז אינטערסאנט צי באמערקען אז היות דער רבי שליטא האט ברבים געזאגט אז די סקול דיסטריקט איז מותר לכתחילה אין די וואס זענען מתנגד צים סקול דיסטריקט זענען אינטערגרובערס וואס לעבען פין מצער זיין אנדערע רח"ל אין די רבי שליטא האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט אקעגען די וואס זענען עם מצער אין דעם ענין פין סקול דיסטריט במילא פרעגט זיך א שאלה , פארוואס האט דער דיין נישט געזעהן דאס דארעך שמיסען מיטען רבין ביפאר ער קימט ארויס מיט זיין איסור בריף צי די רבי איז מסכים מים זיין איסור א קעגען סקול דיסטריקט?' פארוואס איז פארן דיין חשובער די דעה פין בעק אין ר לייטנער אין פארוואס איז נישט דא א מחאה פין "גרויס קהל" אין פין ר' ז"ל א קעגען דעם וואס דער דיין איז אפען ארויסגעקימען מיט א פסק א קעגען די מרא דאתרא רבינו שליטא איז שוין נישט דא אין די ג"רויס קהל" אבער צווישען די רבינס וויליעסבורגער קינדער ,דער אבד וומס וויליעמסבורג אפילו איינער וואס זאל זיך אנעמען פאר דעם רבינס כבוד דער מרא דאתרא, סאיז א חרפה אין א בושה!!!!!

monroe06 » 8/3/2006 17:23

I think the whole idea about this letter is, that they want to put the ruv in a spot, if he don't ansewr nothing they will say what's about your father's Kuved, in the other hand if he do say  something there is not a better thing for them that they shleped in the ruv in politic's.

mechel19 » 8/3/2006 17:30

נחמי' קרויס דער גבאי פונעם דיין
זאגט אז דער בריעף איז מזויף
און אז דער דיין האט דאס קיינמאל נישט
אינטערגעשריבן, איך האב עם געפרעגט
פארוואס דער דיין קומט נישט ארויס מיט
א מחאה אז מען האט מזייף געווען דעם
בריעף, זאגט ער אז דער דיין האט געזאגט
אז יעדער פארשטייט אז עס איז פאלטש
און מען דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן,

יענקעלע11 » 8/3/2006 19:14

זאג פאר דעם נחמי' קרויס,
זאל זאגן פאר כבוד הדיין שליט"א,
אז ער זאל נישט, און טאר נישט
פראווען קיין עניוות, דא איז נישט די רעדע
פון זיין אייגענעם כבוד, דא רעדט מען פון
כבוד התורה, מען האט געמאכט צו שאנד
און צו שפאט יעדן פסק פון רבנים, אויב איז דא
א מציאות אז א רב אדער דיין זאל עפעס מתיר זיין
אדער אסר'ן און יארן שפעטער דאס מבטל זיין,
פאר סיי וואס פאר א טעם, דאס איז די גרעסטע
השפלה פאר די תורה, קיינער וועט מער נישט
אנעמען קיין שום היתר אדער איסור, אדער קיין
שום הדרכה פון קיין רב, ער וועט זאגן, OK אין
אפאר יאר וועט ער זיך טשענזשן זיין מיינד,
דער דיין האט א פליכט ארויס צוקומען מיט א מחאה
און א גילוי דעת, אז וואס מען האט געשריבן בשמו איז
א זיוף גדול, און אז די תורה איז א ניצחית,
שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת,
ער דארף זיך אנעמען אויף כבוד התורה וכבוד הבורא יתברך שמו.

זאליסאסמאן » 8/3/2006 20:00

איך הער זאגען אז עס איז דא א חתימה פון דיין צו גיין צו די בחירות, ער האט א גאנצע הסבר פארואוס היינט מעג מען שוין גיין

שורשנגח » 10/3/2006 00:53

1) נאך איין זאך וואס שטייט נישט ר' מנשה שרייבט אונטער "חדש" משבט אנשטאט "חודש".

2) לויט ווי איך הער האט ר' מנשה פריעדמאן ערלעדיגט ביים ראב"ד פון פאסט אפיס צו שיקן די פאסט פאר ביליגער, אלס הכרת הטוב פאר די 7 יאר וואס מנשה האט געארבעט ביטער שווער ביים סאטירען די פאסט אין פאסט אפיס.

לויט ווי מבינים זאגן טאמער ר' מנשה וואלט געבליבען אין פאסט אפיס וואלט ער היינט געווען דער פאסט מייסטער (ראב"ד בלע"ז).

בא_ללמד » 10/3/2006 04:38

איך בין מוחה ברבים אויף דעם בזיון פון איינעם פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו, נישט קיין נפקא מינא אין וועלכן מצב ער געפינט זיך היינט.

אפגעזען פון דעם - בארעכטיגטן - ווייטאג אקעגן זיינע מעשים, סיי מיטן דרייען די תורה ווי א טרענדערל און מודיע זיין ברבים אז ער האט נישט קיין אייגענע מיינונג, אדער לפחות אז ער איז געגאנגען אונטערשרייבן אויף די האקעלסטע זאכן אקעגן זיין פריוואטע מיינונג, און בעיקר דאס וואס עס איז תלוי בצווארו דאס וואס די סאטמארע מחלוקה איז נאכנישט געשליכטעט געווארן ביי קיין דין תורה, און ער האט במישרין פאראורזאכט א שרעקליכן זלזול הן אינעם ענין פון מסרב זיין לדי"ת און הן אינעם ענין פון גיין בערכאות, בארעכטיגט דאס נישט צו מבזה זיין דעם מענטש פערזענליך.

אפילו אויף ר' אברהם לייטנער, וואס האט יא א קלארע מיינונג אין יעדן ענין - כאטש א פארקרומטע, און אויף וועמען רבינו שליט"א האט שוין געלאזט הערן זיין פונקטליכע מיינונג, וואלט איך זיך אויך נישט געטרויט צו רעדן, זיכער נישט אויף אזא איד וואס איז אין די גוטע צייטן זיינע געווען באמת א ריזן תלמיד חכם, ווי עס זענען מעיד אלע וועלכע האבן מיט אים גערעדט אין לערנען, טראץ וואס ער איז א מענטש אן קיין "ביינער" און ס'איז "שרשיו מועטין", איז דאס ווייט נישט קיין פתח צו עובר זיין אויף דעם שרעקליכן איסור פון בזיון תלמיד חכם.

פאר זיינע מעשים וועט ער אפגעבן דין וחשבון, פאר אייערע מעשים וועט איר אפגעבן דין וחשבון !

יענקעלע11 » 12/3/2006 17:37

בא ללמד,
מיינסט עס ערנסט?
פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו?,
זענען מיר טאקע אין אזא ביטערן דור שפל?
און אפילו אז יא, טיט דאס דען בארעכטיגן, אנצונעמען א פול מויל מיט וואסער ווען א דיין מאכט אן א חילול השם מסוף העולם עד סופו, וואלט דען דער רבי זי"ע און להבחל"ח דער רבי שליט"א, אויך אפגעשוינט א דיין וואס מאכט אזא ביטערן חילול השם,מיט מאכן ליצנות פון די תורה הקדושה און פון רבנישע היתרים ואיסורים?, להיפוך, אויב איז עס אמת אז ער איז א גרויסער תלמיד חכם, איז קלאר אז דער רבי זי"ע וואלט ארויס געקומען א קעגן עם בחרב ובחנית,

בא ללמד, במקום שיש חילול הם אין חולקין כבוד לרב, דער רבי זי"ע וואס האט זיך כסדר צוריק געהאלטן און זיך נישט מטפל געווען מיט יעדן מאן דהוא, און האט נאר קלאר געזאגט זיין מיינונג, און נישט אנגעגרייפט יענעם, אבער אויב איז יענער געווען א אזוי גערופענער גדול בתורה און א תלמיד חכם, איז דער רבי ארויס געקומען אקעגן עם מיט די שארפסטע לשונות, נאר כדי צו פארמינערן דעם חילול השם,

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט א רב אדער דיין וואס האלט אנדערשט ווי איך, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות, ס'זענען אלץ געווען רבנים און אפילו גדולים וצדיקים, וואס האבן געמאכט א טעות, אבער דאס האט נאך נישט געגעבן קיין היתר זיי צו באשמוצן און בארעדן, אלע סאטמארע חסידים האבן געהאלטן אז דער לעצטער בעלזער רבי זי"ע, איז געווען א קדוש וטהור, און האט נאר געמאכט א געוואלדיגן טעות בענין הבחירות הטמאות, האט דען עמעצער געוואגט פוגע זיין בכבודו? זיכער אז נישט, דער רבי אליין אין ויואל משה שרייבט דעם לשון יראים ושלמים זענען געכאפט אין ציונות, דער רבי זי"ע האט פשוט אויף געוויזן זייער טעות און נישט פוגע בכבודם געווען,

אבער ווען ס'איז געווען א חילול השם, איז ידוע אז דער רבי איז ארויס געקומען אפן און געזאגט לשונות וואס מען האט געווענדלעך נישט געהערט פון עם, איך בין נישט מדמה ר' ישראל חיים מנשה צו די דאזיגע פערשוינען (און דריבער שרייב איך נישט זייערע נעמען מען זאל מיך נישט באשייגעץ'ן פארן עם צו גלייכן צו זיי), אבער דער חילול השם איז יא גלייך, ווען א דיין בישראל קען אזוי אפן ארום דרייען מיט זיינע פסקי הלכות וואס יעדער וואס האט א מח בקדקדו זעהט אז דאס איז נישט קיין פסק הלכה, נאר אז דאס איז א קאפיטל פאליטיק, און דאס הייסט א חילול השם איום ונורא, ומה יאמרו הבריות, וואס וועלן אידן זאגן, מאי אהני לן רבנן?,  אז זייער היתר איז קיין היתר און זייער איסור איז קיין איסור, וואס איז היינט מותר איז מארגן אסור און וואס איז היינט אסור איז מארגן מותר,

איך האלט דא אין מיין האנט א איסור וואס ר' ישראל חיים מנשה האט אינטער געשריבן אויף ר' אברהם לייטנער, היינט צו טאג טאנצט ער מיט עם ווי צוויי גיטע פריינד, איז דאס נישט א ליצנות און א חילול השם?, ער האט געאסרט די בני יואל, היינט זענען זיי ביי עם די נאנסטע מענטשן, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, ער האט מתיר געווען צו רופן נחמן בראך לערכאות (ווייל דעמאלטס האט זיך אזוי געלוינט) און היינט איז עס אסור, איז דאס נישט א ליצנות און א חילול השם?,  העי, ר' ישראל חיים מנשה, וואס איז געשען מיט דעם היתר, קען דאס רבי בערל פריעדמאן שליט"א נישט נוצן?, ווען 109 מחשובי הנהלת קהל יטב לב קומען זיך צוזאמען און שרייען אז זיי ווילן גיין צו דין תורה זענען זיי א קשר בוגדים, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, א עירוב וואס האט עקזעסטירט 25 יאר און דער זעלבער דיין האט געפסקעט פאר די תושבים פון ראדני סטריט אז זיי זאלן נישט מאכן קיין עקסטערע עירובי חצרות ווייל קהל מאכט אן עירוב פארן גאנצן בלאק, און פלוצלינג ווערט דער עירוב בטול מעיקרו, און נאר כשר פאר גויים,  איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, דער מוסד שערי חמלה וואס איז געגאנגען פארן רבין אין לעבן אז עס זאל עקזעסטירן און וואס האט לכל הדיעות געראטעוועט אן א שיעור קינדער און גאנצע משפחות, איז געווען מותר פאר 15 יאר, און נישט נאר מותר נאר א מצוה גאר, און דא פאר אביסל פארשטינקענע פליטיק ווערט דער היתר בטל מעיקרו, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?,
 
ר' ישראל חיים מנשה, וואס איז געשען מיטן סמכותו העליונה פנעם רבין שליט"א, איז דען עפעס א ספק אז דער רבי שליט"א האט לוחם געווען בדם לבבו אויפן עקזיסטענץ פון דעם מוסד, און געזאגט אז אויף יענע וועלט ווען מען עם פרעגן וואס ער האט אויף געטוהן אויף די וועלט, וועט ער אנצייגן אויף דעם מוסד שערי חמלה, ס'איז עם געגאנגען בנפשו, אז דער מוסד זאל עקזעסטירן, און יעצט ווייל דער רבי איז ליידער אין א מצב וואס קען זיך נעבעך נישט ארויס שטעלן פאר דעם, האט ער די העזה צו ווידערשפעניגן אונזער הייליגן רבי'נס פסקים, איז דאס נישט קיין חילול השם און א ליצנות פון די תורה. 

ניין, בא ללמד, נישט איך בין מבזה ר' ישראל חיים מנשה, ער אליין האט זיך מבזה געווען, ניין איך האב נישט מבזה געווען, רבי אלעזר המודעי האט עם מבזה געווען, קיק וואס עס שטייט:

משנה, מסכת אבות פרק ג' משנה י"א,
רבי אלעזר המודעי אומר, המחלל את הקדשים, והמבזה את המועדות, והמלבין פני חברו ברבים, והמפר בריתו של אברהם אבינו עליו השלום, והמגלה פנים בתורה שלא כהלכה, "אף על פי שיש בידו תורה ומעשים טובים" אין לו חלק לעולם הבא:.

*:namespace prefix = o /> 


תוקן על ידי - יענקעלע11 - 12/03/2006 17:43:37

yankees » 12/3/2006 18:17

היינט ביים מיטונג וואס איז פארגעקומען במעמד 468 רבנים, "להצלת כבוד חתימת הרבנים שליט"א"
האט מען מחליט געווען אז:
 מהיום והלאה בכדי איינצושפארען די אלע פראבלעמען און ליצנות פון די תורה הק' און פון זיך אליין, וועט אויף יעדע בריוו פון ביד"צ ד'סאטמער אדער פון התאחדות, האבן אן עקספערעשען דעיט, דאס הייסט אז די איסור אדער היתור אדער מחאה גייט אן ביז יענע דעיט.
און ווען יענע טאג קומט אן ווערט די בריוו בטל כעפרא דארעה.
ר' איצא גליק איז שטארק דאנקבאר געווען פאר די געוואלדיגע אויפטו עם צו שפארן האלב ארבעט, ווייל ווען די בריוו קומט אן צו יענעם דעיט עקפייערט עס פון זיך אליין און ס'פעלט נישט אויס צו דריקן נייע בריוו אז די אלטע איגרת ראשונות זענען שוין נישט בתקפו...
למשל די היתר פאר'ן עירוב אויף ראדני וואלט באקומען 30 יארע פון תש"ל ביז תש"ס... די היתר אויפן סקול דיסטריקט 10 יארע,  ועוד ועוד.
דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט א פריילכע שטימינג צום געוואלדיגן אויפטו זיך ווינטשענדיג איינער דעם אנדערען,


                          [בילד – נישט אפגעהיט]    "א פרייליכען פורים"   [בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 12/3/2006 19:48

איך וועל זאגן אפאר פונקטן וואס איך האלט שוין ביי מיר אין בויך זייט די קאנטרעווערסיע האט אויסגעבראכן, אבער פשוט מחוסר זמן האבעך נישט געהאט א געלעגנהייט צו ארויסברענגן.

1. דורכאויס די גאנצע רבנות פון רבינו שליט"א האט די רבי קיינמאל נישט געוויזן אזא עמאשן און פעשען צו אן ענין ווי "שערי חמלה" צו העלפן די קראנקע אומבאהאלפענע אידישע קינדערלעך, די שטערקסטע ווערטער און רצוניות האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט ווען ער האט גערעדט פון דעם ענין, 100 מאל מער ווי די גאנצע בני יואל פרשה, חלב, בעלז, א.ד.ג., איך בין געווען אין ביהמ"ד הגדול ווען רבינו שליט"א האט גערעדט די באוויסטע דרשה א טאג איידער די "סקול דיסטריקט" וואלן, האט ער בערך געזאגט אזוי: "איך בין שוין אן אלטער איד, איך האב שוין אסאך מיטגעמאכט, ליידער איך האב איך נישט קיין אייגענע זכותים, אבער, רבותי, לאמיך אייך זאגן, איך האב זכות אבות, איך האב געהאט גרויסע טאטעס אין זיידעס וואס די וועלט האט געציטערט פון זיי, איך וועל איצט איינמאל ניצן די זכותים, איך וויל וואונטשן בזכות אבותי הק' די אלע וואס וועלן שטימען פאר די סקול דיסטריקט זאלן קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו און קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער, און פארקערט וויל איך נישט זאגן" איך געדענק נאך ווי היינט ווי דאס גאנצע געפאקט ביהמ"ד איז געשטאנען ווי פארגליווערט, א סקרוך האט דורכגענומען די ביינער, מ'האט באמת געשפירט ווי א צדיק הדור בלוטיגט פאר רחמנות אויף אידישע קינדער אין סיז באמת א שעת הכושר צו געהאלפן ווערן מיט אלע ישועת, איך געדענק ווי אידן האבן יענעם טאג פון די וואלן זיך געשפירט באמת גליקלעך אז מ'האט אזא הבטחה פון א צדיק.

אגב, וויל איך ציגעבן א קליינע אינצידענט, וואס ברענגט ארויס די גדלות פון רבינו שליט"א, און די אמתע רחמנות אויף אידישע ברודער, איך ווייס נישט צו יעדער ווייסט די מעשה, אבער איך בין דארט געווען בשעת מעשה, וועל איך עס מיט-טיילן, א טאג נאך די וואלן איז רבינו שליט"א געווען אויף א ברית פון אן אייניקל אין פליישמאנס, נאכן ברית איידער די סעודה, איז רבינו שליט"א געווען אין זייער א גוטע גיסטע, נאכן היסטארישן שטארקן געווינס פון די וואלן אין קרית יואל לטובת די סקול-דיסטריקט, האט נאך רבינו שליט"א געהאט א שטיקל חרטה געפיל אז אפשר דאך וועט שאטן זיין הקפדה אויף די מיעוט אידן וואס האבן געשטימט קעגן די סקול דיסטריקט, האט ער ארויסגענומען געלט פון טאש אין אריינגעלייגט אין פושקע אז ער נעמט אראפ יעדע הקפדה, אז קיין שום איד זאל נישט האבן קיין צער א דאנק זיין הקפדה. כאטשיג די אידן זענען געווען זיינע בלוט-שונאים האט ער דאך זיך נישט געשפירט אז א איד וועט אפשר ח"ו אומגליקלעך זיין א דאנק זיין הקפדה.

אלנספאל, צו זאגן אז רבינו שליט"א האט געהאט ספקות און שערי חמלה, איז אדער אראפ פון זינען, אדער מוז גלייבן אז דער רבי איז ח"ו א געזונטער לץ אדער אן אקטיור, עפ"ל.

2. דער דיין'ס לעצטערע בריוו'ן ציפט זייער שטארק דאס הארץ, ווייל ליידער פארשעמט ער סאטמאר, ווי נישט ווי איז ריח"מ אלס געווען די JEWEL CROWN פון סאטמאר, ליידער יעצט שטעלט זיך ארויס אז ער איז א FLIP FLOP, א שוואכלינג אן קיין שום קאנוויקשן לאזט זיך בייגן ווי א לולב, און דאס האט נאך געברויכט צו זיין "דער סאטמארער דיין", נישט אומזינסט האט מען איהם פון די געציילטע מאל אין די היסטאריע פון די עדה החרדית איהם "אנידערגעשטימט" פון זיין גאב"ד ירושלים, נישט ווייל ער איז אן עם הארץ, נישט ווייל ער איז ח"ו א בעל עבירה, נאר פשוט ער האט נישט די כשרונות פון זיין א רב אדער א מנהיג, די וועד הפועל פון עדה"ח זענען נישט דוקא אלע אהרונים, זיי האבן גוט געוויסט אז דער מענטש וועט נאר זיין א דיזעזסטער און ברענגן בושות פארן עדה, ער וואלט פונקט גוט געווען צו א רבי'לע אין שטיבל מיט 3 מנינים, בערך דאס וואס ער איז טאקע יעצט.
ער ווערט פארגלייזט פון וואס זיינע שטיצערס זאגן איהם, בעיני ראיתי, פאר בערך 10-12 יאר צוריק ביי עפעס א דינער אין "עטרת אברהם" (די פענסי זאל איז דעמאלטס נאך נישט געווען - דאכצעך פאר "ייטב לב"), איז די זאל איז נאך געווען כמעט ליידיג, אבער דער דיין איז געזעצין אויוון-אן רואיגערהייט, פלוצלינג האט דער דיין געגעבן א שפרינג אויף ווי א בעיבי אין זיך גענומען ווינקען אין שרייען מיט זיין הייזעריקע שטימע "וויגדער!! וויגדער!!", גארנישט ער האט געזעהן אביגדור י"ב אריינקומען אין דאס האט מען אינטערגעקיצטל, כאמעך באמת געשעהמט. איך האלט באמת אז ער איז נישט קיין שלעכטער מענטש ער האט ח"ו נישט פיינט קיין איד, און איך האב נאך אלס די פולן רעספעקט פאר איהם, ווי נישט ווי איז ער נישט קיין ליידיגייער, זיין פראבלעם איז נאר ער איז א תמימות'דיגער מאמאראשער איד, וואס זעהט אלעס שווארץ און ווייס, ער זעהט נישט קיין קאלירן.

3. אפי' לו יצויר סיז יא דא א הסבר צו ריח"מ'ס FLIP FLOP, איז קלאר אז ער איז זיך גענצליך מחולק מיט רבינו שליט"א, ממש מקצה אל הקצה, איז נישט דא קיין פראגע אז דער רבי איז העכער ווי דער דיין, און מ'טאר נישט נאכגיין נאכן דיין שליט"א און דעם ענין.

בלאט: 1 2