היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גייט זיין באסעס צו די ביזנעס סענטער ?

גייט זיין באסעס צו די ביזנעס סענטער ?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1825956

ביז_אהער » 2/3/2006 03:32

אזויווי די לאקאלע צייטונגען מעלדן אז מ'גייט בקרוב פארטיג ווערן מיטן בויען די ביזנעס סענטער, וואלט איך געוואלט דא בעטן אין פאבליק פון די ווילעדזש, אז מ'זאל איינמאל פאר אלעמאל ענדיגן די דיסקרימינאציע וואס קומט פאר שוין יארן לאנג אקעגן די מענער.

שוין יארן וואס קרית יואל איז די איינציגסטע פלאץ אין די וועלט וואו מענער האבן נישט די רעכטן צו פארן מיט די שטאטישע באסעס, איך פארשטיי אז ס'דארף זיין "לעידיס פירסט", אבער זיי זאלן זיין די איינציגסטע ? דאס איז שוין א אומדערהערטע חוצפה !

ביז היינט איז עס נאך געווען איבערצוטראגן, יעצט ווען מ'האט געבויט די נייע שטעטל איז שוין טאקע געווארן אסאך שווערער, אביסל אבער ווערט מען געהאלפן פון די היטשעס ביים קארנער, כאטש מ'ווארט שוין גענוג לאנג אז מ'זאל עפענען דארט די ראוד פון יחזקאל בראכ'ס לאט. (אפשר יעצט האט מען אינגאנצן געסטאפט די פלאן נאכדעם וואס יחזקאל פארקויפט די לאט ?! ווער ווייסט).

אבער יעצט אז מ'וויל דארט פארדינגען אפיסעס, און ס'גייט זיכער זיין אויך אסאך אפיסעס פאר מענער, פארוואס זאל מען נישט צושטעלן געהעריג איין באס פאר מענער ?! אדער כאטש א פלאץ אויפן באס פאר מענער ?!

בפרט וואס מ'שמועסט אז מ'גייט אהינטראגן די ווילעדזש אפיסעס, וועט עס זיין ממש א חורבן פאר איינעם וואס האט נישט קיין קאר.

[ס'איז שוין סתם אזוי געקומען די צייט צו מאכן באסעס וואס זאלן ארומפארן נאר אינעם שטעטל אליינ'ס. איך מיין ס'איז שוין דא איין אזא באס, אבער ס'איז ווייט נישט גענוג, און זיכער נישט פאר מענער].

פאטאקי08 » 2/3/2006 19:52

ס'וועט מסתמא אריבערגעפירט ווערן נאר די פריוואטע אינערלעכע ווילעדזש אפיסעס
די פובליק אפיסעס ווי באצאלן וואסער O&R , הויזינג , קומיוניטי סערוויס וועט לכאורה בלייבן אין צענטער
אויב נישט איז עס סתם א משוגעת