היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » איר זענט געלאדנט צום סיום

איר זענט געלאדנט צום סיום

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1825668

בןמלך » 1/3/2006 21:29

אזוי ווי מיט עטליכע וואכן צוריק, האט דער מנהל "דזשובוי" געמאכט א ווילדן "שארטסטאפ" אויף
דעם פורום "חדשות אנ"ש", וואס פלעגט פארנעמען די טייערע צייט פון גאר אסאך מענטשן.
אין יענע צייט האב איך פונקט אנגעהויבן לערנען א נייע גרויסע מסכת. האב איך באשלאסן, אז אפשר
זאל איך נעמען די פאר איבעריגע מינוט א טאג וואס איך פלעג שפענדן אויף די נארישע היידפארק,
און אנשטאט דעם לערנען גמרא אין די צייט.
וכך עשיתי, איך האב אפגעלאזט די נארישע פארק, און געפארן בלאט נאך בלאט אין ים התלמוד, א
גרויס חלק פון די צייט וואס איך האב געלערנט איז געווען אפגעשפארטע צייט וואס וואלט
ווארשיינליך געגאנגען לטמיון אין פארק אריין.
דעריבער יעצט ווען איך גרייט מיך צו ענדיגן די מסכת בשעה טובה אין די קומענדיגע טעג, וויל איך
דער עולם זאל זיך משתתף זיין מיט מיין שמחה, און זיך מיטפרייען געהעריג.
איך מיין אז די שענסטע השתתפות וואלט געווען אז יעדער זאל מיך נאכטוהן, און אנהייבן א מסכת
תיכף ומיד, טאקע די פרייע מינוטן, און מיר וועלן זיך אי"ה מיטפרייען מיט ענקער שמחה!

shia550 » 1/3/2006 22:29

כאטש איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען פון זיין מחיקות.

חילך לאורייתא.

aush » 2/3/2006 00:33

בןמלך;

מזל טוב, הלואי אויף מיר געזאגט.

יושע;

איך מיין אז מחלוקת און הלבנת פנים קען מען אויך רעכענען אלס א גוטע זאך, טינק אבאוט איט.

CHAPLAIN » 5/3/2006 23:21

Good example! keep it up

jewboy » 5/3/2006 23:33

בןמלך.

כל הכבוד (Y), אויב אזוי שטייען מיר כמעט אייניג, נישט ממש, כמעט.

קיפ איט אפ.

דיפלאמאט » 6/3/2006 06:02

בןמלך, מיין פריינט.

קיינמאל האט מיר נישט באנומען אזעלכע קנאה געפיהלן דא אויפן פארק ווי היינט, נאכן ליינען דיינע שורות.

זאג מיר פון ווי נעמט מען די גבורה?