א קאסע פאר די קרעטשמע
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1824820
רעדענדיג מיט די באהערדע האמיר געזעהן אז סיז צרות צרורות, סיז נישט דא קיין געלט אין די קאסע, האמיר זיך בארעכנט, צו מאכן אן ערנסטן אפיל, הגם סיז חודש אדר, אבער דאך מוז מען דאס נעמען ערנסט, ווייל מיר מוזן האבן געלד צו ראנען, די שעלפס זענען ליידיג, די פאטעטע טשיפ'ס איז שוין צום גיין אין גארביטש, די וויינען זענען שוין ליידיג, די פעסער דארף מען ריפילען, קיין געלד איז אבער נישט דא.
רבותי איך געב $500.00 צום אפיל רופט אייך אהן ווארים.
אה אה אה.........
ווילאנג איך בין געווען ראש הקהל האט זיך געגאסן
אלעס ווי וואסער...... ס'האט זיך געטון אויף טישן און
בענק... אלעמאל געווען צו טרינקען און צו עסן... געווען
א געשמאק צו פארברענגען.... איצטערט אז איך גיי איז
נישטא קיין געלט הא???!!!!!.......
נו, עסט די פירות.....
נישט אפשר איז א רעדע צירוק צו נעמען יענטאאאאאש פארן ראש הקהל,
וואס טויג דאס גאנצע אפיל.
האלט איינער אנדערשט פון מיר??
התאחדות וויינט אז ס'נישטא קיין פאטעיטא טשיפס אדער וויין
קומט יענטאאש ווי אן אויבער חכם צו גיין
א גוטע עצה טוט ער פארשלאגן
מיר זאלן די פירות עסן טוט ער זאגן
אוי יענטאאש איר שלאפט אדער איר דרימלט
מילא ווען די פירות וואלטן נישט געווען פארשימעלט
אבער לויט די פנים וואס זיי טוען יעצט טראגן
קענען זיי נאר פארדארבן אונזער מאגן
איך בין זיך משתתף צום אפיל
מיט אזויפיל און אזויפיל
זאגט מיר נאר מיט געפיל
וויאזוי קומט די געלט אן צום ציהל?
יענטאאש איך האב נישט געוואלט צופיל רעדן, אבער אויב האסטע דיך שוין יא אנגערופן, נו אדרבה, וויהין האסטו עס געלט פארפאקט, קיינער פון די איינגעשטעלטע באקומען שוין פאר חדשים נישט קיין געהאלט, יאך על ענק א סוד פארציילן, נאטורליך שרייבט שוין נישט צוליב דעם, דער דאיען האט קוים אויף ברויט מיט הויזן, יאנאש וויל אפציען, און דער ראשהקהל האט זיך געקויפט א האמאר.........
שיינע מאנסע,
און ער זאגט נאך אז ווען ער איז געווען ראש הקהל איז געלט געווען אין די קאסע, נו וואדע ווייס מיר פון דעם, מיר נעמן אויף טאקע א נייעם ראש הקהל, און מיר ווילן אנהויבן א נייע קאסע, וואס דו זאלסט טאקע קיין צוטריט צו דעם נישט האבן.
איך געב נוטי טשוס פארן קאסע, אויב פעהלט עס אויס.
איז דא צו בייקומען אין ארץ ישראל די נוטי טשוס?
ניין,
כמעט פון די איינציגסטע אמעריקאנער נאש וואס ס'איז נישטא צו באקומען, באט איינער האט מיר פאריגע וואך געברענגט א גאנצע זאק פון דעם.
סאכדעס;
וואס פאלט דיר איין אז יאנאש וויל אפציען??
גראדע מיין איך אז יאנאש פארמעסט זיך גאר מיט קרעמער'ן איבער די דעם זיץ פונעם געוועזענעם ראש הקהל.
יאנאש כאב דיר נישט געהאלטן פאר אזא בטלן, דו פארשטייסט נישט אז דאס איז א פאליטישער דרוק פאר יענטאאש?
אוי ווען וועסטו דיר שוין אויסלערנען, נישט אלעמאל דארף מען אריינרעדן.
אהא! אהא! אהא!
נע נע נע!!!.......
דער דיין הייבט אן מיט די לגיונות?! דאס וועל איך
שוין נישט לאזן! פארגעס נישט אז ביזדערווייל
בין איך נאך אין אמט.
איך וויל נאר פרעגן דעם עולם:
צו האלט איר אז דער דיין קריגט שוין נישט קיין
געהאלט א לענגערע צייט און אנשטאט צו רעזיגנירן
האט ער גאר אנגעהויבן פארלערנען א טעגליכן שיעור?!!!....
הא?! קיינמאל! ער האט לעצטנס פון מיין באוויליגט הארץ
געקריגן א פעטן רעיס, און יעצט אז ער זעט אז איך גיי שוין
וויל ער לעקעווען די נייע ראשי הקהילה לאזט ער ארויס לגיונות!!....
סאכדעס!!... איך וועל אנהייבן ארויסגעבן די סודות!!...
זאל איך ווייזן פאר יעדן דיין פאנפענדיגע הוראה?!!...
זאל איך דערציילן יעדן איבער דעם שארפן טעלעגראמע
וועלכע מיר האבן ערהאלטן פון די טשעכאלאפאניאקעווע
טובי הקהל ווען מיר האבן דיך אויפגענומען אלס דיין?!!!!....
זאל איך יעדן זאגן די מאנסע מיט דעם טריפה'נעם עוף?!!...
זאל איך אלעס דערציילן???!!!?....
העעעעע!!!!!!..... סארא חוצפה!!!........
נו שוין הער דייען וויסטע וואס כ'על דיר זאגן,
אז עס גראבלט דיר אזוי דער מאגן,
אז פון הונגער עס טוט ממש שרייען,
נו נאדיר אפאר המן טאשן צו פארדייען,
[בילד – נישט אפגעהיט]
שערקויך ראש הקהל פאר די טאשן
לאמיר טאקע מאכן א ברכה און נאשן
זאג מיר נאר אפשר טוהסטו וויסן
א זאך וואס ליגט מיר שוין לאנג אין געוויסן
פארוואס איז המן'ס טאש דרייעקיג געווען
א שיינער טעם איך האב נאכנישט געזען
וואס טוסטו נישט פארשטיין,
אז אויב עס איז פיר עקיג טוט דאס א דעלקעלע זיין,
און אויב פינף עקן ווילסטו עס מאכן גערן,
איז דאך דאס א פשוטער שטערן,
און אויב ווילסטו מאכן עקן זעקס,
איז דאך דאס א ציוניסטישע מגן דוד געבעקס,
ווייטער אויב ווילסטו גיין צו צוויי עקן גלאט,
האט דאך דאס סתם נישט קיין פשט,
מוזטו צוקומען צו די דריי עקיגע קיכלעך,
דאן איז דאס א ריכטיגער המן טאש ווי מען זען אין די ביכלעך,
דערמאנסט מיר טאקע א מעשה שהיה
ווערט געברענגט אין ספרים גענוי
צוויי רביס געטראפן האבן זיך
געכאפט א שמועס בסוד שיח
פרעגט איינער א הארבע שאלה
די גראבע פינגער הייבט ער למעלה
זאג מיר רבי'ניו וואס זאל איך טון
וויפיל קרעפלעך עסן איז דער דין
איין קרעפל איז דאך צו ווייניג
דריי צופיל האלט דאך יעדער אייניג
ווידער צוויי טוט דאך זוגות זיין
נו וואס קען מען טאן טייערע דיין
זאגט יענער כ'האב אן עצה
לייג צו אויער און פלייצע
מאך איינס אזוי גרויס ווי צוויי
דאן וועט אלעס זיין כדאי
ווילסטו מאכן זיבן עקן מן הסתמא,
וויפיל נאך עקן זאל זי מאכן די אידישע מאמע?
און מאכן עקן אכט,
דאס קומט שוין ניטאמאל אין באטראכט,
און צו מאכן ניין,
דאס קען שוין זיכער נישט זיין,
ווילסטו דען צען?
האסט שוין אזאנס אפילו געזען?
אפשר ביסטו מיר מסביר דאן
פארוואס ברויכן עקן בכלל זיין
מאך א רינדעכיגע טייגל
אזוי ווי א בייגל
פול עס אן מיט דזשעם
מאך א ברכה במלכות ושם
בייס אריין ס'זאל גיין א רויך
וועסט מיר נאך זאגן שערקויך
רינדיג איז דאך א פשוטער 'דאנאט' קוכן,
גאנץ חנוכה שוין געטון פון דעם פארזוכן,
מיט קאסטערט און דזשעם,
גענוג געהאט פון דעם,
ווען מען האט מיר דאס בלוט געצאפט
האב איך זיך מיט א דאנאט דאס הארץ דערכאפט
מאך נישט חוזק פון מיין לעבן ראטעווער
ס'איז זייער זייער גוט, וואט-עווער
איך מאך נישט קיין געלעכטער פון דיינע נאשן,
איך וויל פשוט מיינע המן טאשן,
היידפארק קראכט
פיין פארבראכט
א גוטע נאכט