באמבע ! באמבע ! באמבע! באמבע!
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1824817
די מעכטיגע באמבע וואס משה בן פראדעל שווערט, קומט אט אט.
אין FEDERAL COURT גייט מארגן עקספלאדירן די מעכטיגע RICO קעיס.
MICHEAL SUSMAN איז געווארן ריטעינד דורך משה בן פראדעל אריינצוגעבן אריין די RICO קעיס אין פעדערעל קאורט
עס גייט קנאקן אן אטאם באמבע.
עטליכע חברה גייען געבן SWORN AFFIDAVITS אין FEDERAL COURT
חיים בער מייזעלס בן ליפא זאגט אז מ'האט אים פארשפראכן 50 אלפים צו געבן א אפידעיוועיט.
משה לאנדא בן יוסף דוב האט שוין אינטערגעשריבן פאר סאך ביליגער.
MICHEAL SUSMAN זאגט אז ער גייט אריין SUCKEN JUDGE ROSENWASSER און עס גייט זיין באשריבן אין NEW YORK TIMES און NY POST און NY DAILY NEWS און אלע צייטונגען איבער USA.
מייקעלע סאסמאן, משה'לע בן פראדעל... און יאסעלע וואלדמאן
YOU'RE UP FOR BIG SURPRISES.
מיר האבן ענק נישט דיסאפאוינטעט ביז יעצט און מיר וועלן אייך ווייטער נישט דיסעפאוינטן...
KEEP UP YOUR WORK
זשוליאני08
קענסט עפשר ביטע מאסביר זיין קלארער וואס דא גייט
וואס איז דאס RICO?
RICO איז א נאמען ווען מען האט לעגאלע טענות אקעגן עמיצן אז ער אביוזד דעם לעגאלן סיסטעם, ווי צב"ש מאפיא וכדו', דאס איז אן ערנסטע קעיס, וואס השי"ת זאל שומר ומציל זיין די נאכפאלגן וואס דאס קען ברענגען פאר אונז אלע, און עווענטועל פאר גאנץ כלל ישראל.
אומגלויבליך וואו רשעות קען עמיצן פארפירן !!!
קאזאק הנגזל.....
בן פראדל (דער מאפיאזא) גייט וויינען
קאזאק הנגזל.....
שיין דערלעבט!
קעגן וועם איז די קלאגע? ראזענווסער?
די ארוינים?
יא ארוינים אוי וועלן ענק יעצט ליידן, איין זאך לערענטס ענק אויס מיט סאטמאר פאנגט מען נישט אן
יזדעזע תבל ומלואה !!!
לויט ווי יודעי דבר געבן איבער, גרייטן זיך די נידערטרעכטיגע פארשוינען משה גבאי און רז"ל און זייערע שותפים להחזיר עטרה ליושנה. עס וועבט זיך דא א ערנסטע קאנספיראציע, וואס קען באמת האבן שרעקליכע און ווייטגרייכנדע פאלגן פאר צענדליגער, אויב נישט הונדערטער, יארן פארן יהדות החרדית, ביי יעדע אנגעלעגנהייט וואס וועט צורירן דאס מינדסטע שתדלנות פאר א ערליכן איד באשר הוא !!!
הרשעים כים נגרשו, זיי גרייטן זיך אין די נאנטע טעג אנצוקלאגן נישט בלויז דעם הויכגעשעצטן ריכטער ראזענוואסער, נאר אויך גאווערנאר פאטאקי און טייל פון זיינע געהילפן, ביז אזוי ווייט אז זיי ווילן אנקלאגן אויך הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד שליט"א, און נאך עטליכע אינגעלייט טראץ וואס עס איז קיין שום חטא נישט באגאנגען געווארן דורך קיינעם אין קעגנזאץ פונעם געזעץ, כאילו זיי זענען טייל פון די קאנספיראציע !!!
שומו שמים על זאת !!!
צו איז די תורה גענצליך אונטערגעגאנגען ?! איז שוין נישטא קיין שום אפהאלט פאר תאות הכבוד והשררה, נאר דער אני ואפסי זאל דיקטירן ?! און דאס גייט מען נאך אריינגעבן אין געריכט אז דאס פארלאנגט די "רעליגיע" ?!
מען זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס איז א קינדער-שפיל, דאס קען האבן ערנסטע און ווירקליך שרעקליכע תוצאות אויב עס קומט צושטאנד, איין באשעפער ווייסט ווען עס וועט נאך אמאל קומען דערצו אז א פאליטישאן זאל צורירן צו יעדע זאך וואס האט שייכות מיט אידן, וויסנדיג אז דער צד שכנגד קען זיך אויף אין ארויפזעצן בלויז ווייל עס איז ארויסגעקומען א טובה פאר יענעמ'ס צד שכנגד, און ער וועט אים אפסטעמפלען אלס איינער וואס איז א מאפיאנער רח"ל !!!
ווער עס האט די מינדסטע השפעה אויף רז"ל און זיינע מענטשן, איז מחוייב צו טון אלעס אין דער וועלט דאס אפצושטעלן בעוד מועד !!!
ווער עס שפילט זיך מיט פייער דער ווערט אפגעבריט, נעמט עס נישט פאר לייכט !!!
תוקן על ידי - בא_ללמד - 01/03/2006 6:52:52
תוקן על ידי - בא_ללמד - 01/03/2006 6:53:27
בא ללמד וואס שעלסטו אזוי וואס וועט שוין געשען וועסטו מיט ר' אהרן נישט האבן ראדני,
און אויב האט איינער געשמירט זאל ער זיטצן
איך האב יעצט געהערט אז משה אליין האט געשיקט מעסעדזשעס פאר מענטשן אז זיי גייען ביטער חרטה האבן, און אז ער גייט מסרן מיט אלע מעגליכקייטן יעדן איינעם וואס שטייט אים אין וועג!
ראדני.
דו מיינסט טאקע אז אונז זעמיר נעכטן געבוירן? אונז וואלט מיר נישט געקענט טון די סעים זאך ביי באראש? אונז האמיר דעמאלטץ געסטאפט די גאנצע אויספארשונג קעגן באראש ווייל אפאר אידעלעך זענען געווען ערנסט אריינגעמישט אין די גאנצע קעיס, און אונז האמיר נישט געוואלט אז אידן זאלן האבן צרות.
דעס איז שוין געווען דארט וואו באראש איז זיכער געווען אונטערגעקויפט, דא נעמט מען די אוהב ישראל פאטאקי, וואס האט שוין געטון א געוואלד טובות פאר אידן, פון אלע פארטייען, און מגייט אים אפשר צוברעכן זיין גאנצע פאליטישע חלום פון לויפן פאר פרעזידענט?
וויפיל גייט עס ברענגען שנאת ישראל? וויאזוי גייען פאליטישאנס אנקוקן פון היינט און ווייטער חרדישע אידן? זיי גייען מער נישט וועלן קוקן אויף אונזער זייט!
שעמטס ענק!
נידעריגע מוסרים און רוצחים!
תוקן על ידי - מבני_בניו - 01/03/2006 7:00:52
רבותי!
ס'איז בלויז א פאנטאזירעכטס,
די וועלט איז נישט משוגע
די גאווערנמענט מיטן סיסטעם זענען נישט קיין קעלבלעך,
מקען נישט שפילן אדער טון וואס מוויל,
סאיז נישט די ערשטע קעיס און אויך נישט די לעצטע וואס איינער וויל דרייען א קאפ
ווייל סשמעקט אים לטובתו,
אבער סוף גנב לתלי'
דאס בעקפייערט ביגטיים,
פראדל מיינט ער שניידט יעצט מוציא ביים טיש אבער פאקטיש גראבט ער זיך דעם אייגענעם גרוב...
דזשאסט וועיט ענד סי!
מעיזשאר, ביזט נישט גערעכט.
אפילו אונז ווייסן אלע אז סגייט גארנישט געשען פאר קיין איין איד אי"ה, ווייל קיינער האט גארנישט געטון איליגעל, איז פונשט גענוג א שטינק אין אלע צייטונגען צו שאטן פאר פאטאקי'ס פאליטישע קעריער, און די זעלבע פאר ראזענוואסערס פלענער צו לויפן נאכאמאל פאר דזשאדזש.
זייער ציל מיט די קעיס איז אפצושרעקן אנדערע דזשאדזשעס פון פסקענען קעגן זיי, ווייל ווער סגייט קעגן זיי וועט האבן גרויסע צרות וואס קיינער זוכט זיך נישט, אבער באראש ווען ער האט געפסקנט קעגן די אהרונים איז אים גארנישט געשען, במילא וועלן דזשאדזשעס ענדערש זוכן זיך אנצונעמען פאר זיי.
איך האב געהערט אז מפלאנט צו ענטפערן אז די גאנצע קעיס באלאנגט צו rico, ווייל די גאנצע קעיס איז געמאכט צו אויספרעסן פון די לויערס א פסק וואס איז גוט פאר זיי.
א שטורעם אין א גלאז וואסער.
משה גבאי און זיינע חברה ווייסן פשוט נישט מיט וועמען זיי הייבן דא אן, ראזענוואסער איז אנגענומען אלס אויסערגעווענליך באגאבטער יוריסט און פלינקער מח נישט בלויז אינעם 9-טן דיסטריקט, נאר אין גאנץ ניו יארק סטעיט! צו קומען זאגן אז ער נוצט דעם געריכט ווי א מאפיאנער, איז בערך ווי מעלדן אז טשעיני ארבעט פאר איראן...
יעדער ווייסט אז מייקל סאסמאן איז א דעמאקראט, אזוי אויך זענען די ברוקלינער פאליטישאנ'ס דעמאקראטן, וועלכע קענען באשטיין אין דער ערד צו לייגן פאטאקי'ס חלומות, וועלכע קענען אין א געוויסן זין שטערן פאר הילערי און איר אראפבינדן צו ניו יארק. זייער וועלן אנדרייען אזא נארישן סקאנדאל אין אזא סענסיטיווע צייט אקעגן דעם גאווערנאר קען זיי אזוי צוריקשיסן, אז מייקל סאסמאן קען פארלירן זיין לייסענס אויף א גאנץ לעבן.
אזוי אויך ווייסט יעדער וואס איז באקאנט מיטן פאליטישן סדר היום אין ניו יארק, אז עס טוט זיך אויף טישן און בענק דעם אופן וויאזוי מ'זאל איבערמאכן דעם געריכט סיסטעם אין ניו יארק, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער סיסטעם איז דערקלערט געווארן אומקאנסטיטוציאנעל, און אז פאטאקי זוכט פארן ארויסגיין איבערצולאזן זיינע אפדרוקן אויפן געריכט סיסטעם. דער גאנצער שטינק וועט באלד אנערקענט ווערן ווי א דורכזיכטיגער פרואוו פון די דעמאקראטן, און דעם היץ קאפ סאסמאן בראש, אוועקצונעמען די רעכט פון פאטאקי אריינצורעדן אינעם סיסטעם, און אזוי פארשטארקן די פאזיציע פון די ליבעראלע ווי סאסמאן וחביריו אינעם אופן פונעם ענדערן דעם סיסטעם.
בקיצור, א שוואכע שטרוי אויף וועלכע די דערטרונקענע פרובירן זיך אנצוכאפן, און וועט ארבעטן ווי א בומעראנג מיט אזא קראפט, אז די קומענדיגע גענעראציע וועט נישט געדענקען אזא מענטש ווי משה פרידמאן.
תוקן על ידי - געגאנגען - 01/03/2006 9:15:21
זאליס איך גיי זיין גיט צו ענק,
מאכטס נישט גארנישט אויף מיר פליס
פרישע UPDATE
נעכטן איז געווען א מיטינג אין שטיב פון יעקב בער טייטלבוים. דער זון פון ר' זלמן לייב.
דארט האבן זיך געפינען
דער לאיער מייקעל סאסמאן
יאסעלע וואלדמאן (נייער שטערן פון די זאלונים)
משה פרידמאן
אליעזר קעסטענבוים
יעקב בער ט"ב (דער בעל אכנסיא).
ליפא קרויס (פון די נייע ליגעל טיעם).
משה לאנדא בן יוסף דוב
חיים יוסף נידערמאן בן משה דוד
חיים בער מייזעלס בן ליפא
עס איז באשלאסן אז מ'/גייט אריינגעבן די RICO קלאגע אין FEDERAL COURT אין וויט פלעינס ניו יארק.
דזשארדזש ארט און באב ליף
די גרויסע PR פירמע האט פארשפראכן מעכטיגע ארטיקלען קעגן ראזענוואסער אין אלע צייטונגען.
כ'פארשטיי נישט. ריקא, וויאזוי איך פארשטיי, איז א קרימענאלע קלאגע. ממילא פארשטיי איך אז די גאווערענמענט איז דער וואס ברויך קלאגן.
אויב ווילן די זאלוינים טענה'ן אז זייער פריוואטע רעכטן זענען פארלעצט געווארן דאן ברויכן זיי אריינברעגן א ציווילע לאוסוט.
סאו וואס גייט דא פאר, איז דא אייער וואס ווייסט און איז וויליג אונז אויפצוקלערן???
וויאזוי האט ער נאר געזאגט "אויב בין איך נישט דער פילאט זאל דער עראפלאן קראכן
דאס האט נעכטן געהאנגען אין ראדני.
די חברה בעטן אז מ'זאל קומען אינטערשרייבן אפידעיוויטס אין קאורט
און עס וועט זיכער ברענגען א STAY.
וור זענען די טעלעפאן נאמבערס
ס'איז כדאי צי וויסן ווער די גרויסע עסקנים זענען
זיי לייגן אבער נישט זייערע נעמען?
[בילד – נישט אפגעהיט]פארשטייט זיך אליין אז אלעס איז בהיתר פונעם גרויסארטיגן פורים בית דין
אומגלויבלעך!
ממש אפענע מסירה!
מיטן גוטהייסונג פון א רב....
יזדעזע העולם!
מיטן שטיף ראביי טשעפע נישט.
וואס ער טוט, איז נאר ווייל ליפא קרויס און יעקב בערעלע הייסן אים.
ער טוט גארנישט פון זיך.
קען איינער דא שרייבן קלאר וואס דא גייט פאר איך מיט מיין קליין קאפ פארשטיי נישט
וועם גייט מען קלאגן?
וואס גייט מען קלאגן?
זאך קענער זאגן אז אליעזר קעסטענבוים שטייט אונטער די גאנצע זאך\ און ער האט צואמענברענגט יאסל וואלדמאן מיט יעקב בער טייטלבוים.
ווי ער זאגט איז נידערמאן דער אויפזעער אין קרית יואל צו שלעפן AFFIDAVITS פון מענטשן.
מ'כאפט AFFIDAVITS רעכטס און לינקס און מ'געט גרויס געלט אז מ'זאל שרייבן וואס מער ליגענט און וואס מער פארעכערישע זאכן וואס דער אינטערשרייבער האט מכלומרשט געהערט...
אין שטאט איז יעקב בער אליינס אין קאנטראל.
שלום דייטש און יוסף מרדכי כהנא האט ער ארויסגעלאזט פונעם געשעפט.
זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין שום נארמאלן לאיער האבן זיי געמוזט נעמען דעם צידרייטן SUSMAN
פרישע UPDATE
מ'זיצט ב"ה נישט שטיל.
עס איז צונויפגעקליבן געוארן א ריזיגער פייל פון דעם פארברעכער וואס האט אנגעפירט מיט
JERUSALEM HOMES
וד"ל.
וואס דארט איז פארמישט גאר ערנסטע און קרימינאלע פארלעצונגען פון
FRAUD, MONEY LAUNDRING, RICO AND BANK FRAUD
וד"ל.
עס גייט גיין אטאם פאר אטאם.
נוקלעאר פאר נוקלעאר
ביז דעם טשיף ראביי'ס בענקל.
תוקן על ידי - כל_העולם - 01/03/2006 20:52:33
Is it possible that somebody should post a copy of that press release
נו ווי איז די באמבע!
די שוטה
נאו פראבלעם. זיי ווילן מלחמה? מיר וועלן זיי עס געבן!
מסירה פאר מסירה!
מיר וועלן זיי ווייזן וואס מיר קענען!
נו די קארט איז שוין פארמאכט היינט ווי איז די באמבע?????????
מארגן קומט א אשכול אזוי
אפגעשטיפט! אפגעשטיפט! אפגעשטיפט! אפגעשטיפט!
דע צעטיל וואס די ארוינים לייגן דא איז שקר ס'איז קיינמאל נישט געהאנגן און ראדני, ס'איז אזוי ווי זייער צעטיל אז די רבי שליט"א ווארפט ארויס ר' שואל , און אויך אזוי ווי זייער צעטיל פון ר' שואל וועגן די בית החיים,
ס'איז שקר זיי זענען עקספערט און מאכן פאלטשע צעטליך
Their whole case is based on the First Ammendment "Freedom of Religion" which is a pure
Federal issue, it only makes sence they will try the Federal court system
איך הער אז זיי גייען ווייטער אן מיט זייער פינסטערע פלאן, ממוז עס סטאפן ווי פריער! סוועט זיי גארנישט ברענגען, נאר שאדן מאכן פאר אלע אידישע עסקנים.
UPDATE פון די RICO קעיס.
DAVID POLLACK פון JCRC
האט געשיקט שארפע בריוו צו גאווערנאר GEOGRE POTAKI (וואס איז שוין 2 וואכן אין שפיטאל) ווי ער שרייבט גאר מיאוס אז ער ווייסט אז דער גאווערנאר איז פארמישט אין א CONSPIRACY מיט JUDGE ROSSENWASSER.
דער משוגענער DAVID POLLACK וואס ארבעט פאר NIEDERMAN און די 2 JOSEPH'S (מענצער/גאלדבערגער) האט אויך געשריבן א בריוו צו CHIEF JUDGE JUDITH KAYE
POLLAC מיינט אז ער איז אין תימן און קען משוגע מאכן די שטאט מיט פאלשע AFFIDAVITS.
ער וועט אוודאי נאכדעם שרייען אז ער איז אומשולדיג און ער ווייסט פון גארנישט.
ער וועט נאכדעם שרייען אז ער האט קיינעם געהייסן שרייבן AFFIDAVITS.
מענצער און גאלדבערגער מיט RABBI NIEDERMAN וועלן זיין זיינע עדות.
גוטע סופרייזעס פאר דעם אפגעריסענעם POLLACK.
HIS DAY IS COMMING
אהרונישע ליגנערס און פאפערס! ענק זענען די עכטע רוצחים און מוסרים! ענק ווילן דא אנמאכן א קאשע קעגן סאטמאר און זיי נאכדעם פארמסערן ביי די פאליטישאנס כאילו אונז ווילן ענק גאר מסערן!
ענק מאכן א פאלשע צעטל כאילו סהאט געהאנגען אין ראדני, איך האב געפרעגט צענדליגע מענטשן קיינער האט נישט געזען אזא צעטל. ווען מקאלט די נאמבער רעדט דארט איינער סתם שטותים און נארישקייטן, ענק האבן געמאכט א פאלשע קאמפאני כאילו סגייט זיין א פרעס ריליעס, יעצט האבן ענק ארומגעשיקט פאלשע צעטלעך צו די פאליטישאנס, און מקומט זיך באווארענען פון פאראויס און מזאגט שוין אז ענק "האבן געוואוסט אז סאטמאר גייט זאגן אז סאיז פאלש".
וועמעס קאפ ווילן ענק פארדרייען?! ענק זעען עטץ שטייץ שמאל אין קאורט, גייען ענק מאכן אזא פאלשע דריידל און אזוי אויפרעגן די דזשאדזשעס קעגן סאטמאר!!! דעס איז ענקער אלטע לוזערישע וועג פון מאכן פאלשע צעטלעך און עס נוצן קעגן סאטמאר!
אדרבא, ווער האט געמאכט די פאלשע צעטל קעגן ר' שאול פערלשטיין?! ווער האט געמאכט די פאלשע בריוו פון ר' שאול וועגן די ביה"ח?! ווער האט געזאגט אז עיב דויטש האט גערעט צום רבין?! ווער האט געזאגט אז יוסף יושע גראס האט גערעט צום רבין?! ווער האט אריינגעגעבן עפידעוויטס וואו צענדליגער מענטשן שטעלן זיך איין מיט פורזשערי און זאגן אז זיי זענען געווען ביי די גענעראל פארזאמלונג פון קהל ה' שמות תשס"א?! ווער האט געמאכט א פאלשע ארגאניזעישאן פון "ועד הרבנים דקהל יטב לב"?! ווער האט אריינגעגעבן פאלשע פראטאקאלס פון די קהל?!
די זעלבע מענטשן האבן יעצט געמאכט די פאלשע צעטלעך און טרייען עס אנצולייגן אויף סאטמאר!
אומפארשעמטע רוצחים און מוסרים!
יעצט גייען די ארוינים מאכן א באמבע?
איך האב יעצט געהערט אז די זאלי'ס האבן געלייגט אויף האלד די גאנצע זאך
ווייל ר' י. ח. מ. פ. געט ארויס א בריוו אז אזוי ווי ס'איז שוין דא א סטעי איז בטל ומבוטל למפרע די היתר פון מסירה