היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דינסטאג 5 אזייגער: פרישע פאפירען דא!

דינסטאג 5 אזייגער: פרישע פאפירען דא!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1824645

באראש » 28/2/2006 23:44

היינט דינסטאג 5 אזייגער דארפן זיין אין אפעלעט געריכט פרישע פיינל פאפירען פון ביידע זייטן, ווי יעדער גייט אפווענדען דעם אנדערען אויף די פאפירען וואס מען האט אריינגעבען דאנערשטאג.

עס אזי שוין כמעט 5 ווער האט די פאפירען זאל עס דא ביטע ארויף לייגען.

דאס אזי שוין די לעצטע פאפירען אויף די סטעי פאר די פענעל פון די 4 ריכטערס, נאעסט דארף זיין די דעסיזען צו יא סטעי צו נישט.

ווארהייט » 1/3/2006 00:05

פארוואס איז זיך קיינער נישט מרחם.

רבותי. האטס רחמנות. אפשר מעגן מיר אויך עפעס זען און געניסן.


וויפיל איז דער שיעור צו ווארטן?

אלעסאמת » 1/3/2006 00:17

ס'איז שוין 5:15?

באראש » 1/3/2006 00:33

עס אזי שוין 5:40 די קארט איז שוין געשפארט 40 מינוט, ווילאנג נאך וועלן מיר ווארטן.

ווילי_חסיד » 1/3/2006 01:16

די ארוינישע פאפירן פין היינט קרעדיט סאטמאר בתפארתה ווילי_יונג

http://rapidshare.de/files/14386561/ReplyAffirmationinSupportofCrossMotion.pdf.html

ווער עס קען זאל עס ארויף לייגן אויף www.YouSendIt.com

פאטאקי08 » 1/3/2006 01:51

דא קענט איר עס קריגן דורך יו סענד איט

abi_gezint » 1/3/2006 01:53

איך האב נאך נישט ג'ענדיגט צו ליינען די גאנצע אינהאלט אבער אויף וויפיל איך זעה איז דאס קילורין לעיניים ממש א ברכה צו מאכן

abi_gezint » 1/3/2006 01:58

איך גלויב עס וועט זיין נאך א גרויסע "רבן דקרו" העדליין

פאטאקי08 » 1/3/2006 02:05

וואס איז יענע אידיש געשריבענע פעיפערס צום סוף?

סימןטוב » 1/3/2006 02:09

דאס איז דער "קונסות" פאר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אלס גאב"ד ירושלים.

abi_gezint » 1/3/2006 02:11

א פראטאקאל פון שנת תש"ל

אלעסאמת » 1/3/2006 03:24

איך האב יעצט גענדיגט ליינען די פעיפערס ס'איז זייער פיין איין זאך פארשטיי איך נישט ווען איז באס יא גיט און ווען דארף מען אן אנערע לויער

באראש » 1/3/2006 04:32

עס איז שטארקע גיטע פאפירן עס דערקענט זיך אז עס ליגט דערין אסאך קאפ און מוח.

ווער האט די זאליס פאפירען?

געגאנגען » 1/3/2006 09:14

די פאפירן זענען אויסערגעווענליך, א הערליכע חזרה אויף מערסטנ'ס טעמעס, אבער זייער קלאר ארויסגעברענגט און זייער זאפטיג אהערגעשטעלט.

עטליכע הערות:

 - פון זיינע ערשטע ווערטער זענען מאנכע זיך טועה כאילו ער ווייסט קלאר אז מען האט צוזאמגעשטעלט די צוויי קעיסעס פאר די זעלבע פיר ריכטער וואס זענען דן אויף די באראש אפיעל. דאס איז א טעות, ער זאגט בלויז אז קהל יטב לב איז דא אויף ביידע זייטן פונעם געריכט, וויבאלד זיי זענען די וואס אפעלירן און די וועלכע ווערן אפעלירט. [מ'קען עס קלאר זען שפעטער ווען ער רעדט וועגן דעם פאלשן בריוו וואס יענקל כהנא האט אריינגעגעבן אין געריכט כאילו דער רבי באשטעטיגט זיינע וואלן, ווי ער שרייבט אין פוטנאוט 5 קלאר אז "מ'זאל געבן דעם באווייז אויך פאר די ריכטער וועלכע זענען דן אויפן באראש אפיעל"].

 - שוין צום וויפילטן מאל זענען די זאליס ממש באגאנגען זעלבסטמארד, און זיי האבן נישט אפגעענטפערט דעם בריוו וואס די אהרונים האבן אריינגעגעבן מכלומר'שט אין נאמען פון רבי'ן קעגן שאול פערלשטיין, אויף וואס אונזער לויער רייט יעצט אן רחמנות, ממה נפשך, אדער איז דער רבי יא בעה"ב אדער איז ער נישט בעה"ב ?!

 - צי קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די לעצטע דריי וואכן איז מער רואיג ווי אין די לעצטע פאר יאר...?!

המשך מארגן אי"ה.

kligeryid » 1/3/2006 19:04

whats going on with zali papers frome yerstday?

זשוליאני08 » 1/3/2006 19:26

פאפירן פון דעם אויסגעשפילטן SCOTT MOLLEN.

ער רעדט נישט קיין ווארט פון פאלשע בריוו פונעם רבי'ן.
שוין צום צווייטן מאל.

ער קען דעם פאקט נישט לייקענען. דערמאנט ער עס נישט.

כאטש וואס די ארונים שרייען חי וקים אז דער CERTIFICATE איז קלאר א פאלשע זאך וואס זיי האבן אריינגעגעבן אין געריכט.

http://s45.yousendit.com/d.aspx?id=3OVJ51GEKJW4P08RBNDMV3I9OW

ארגינעלער » 1/3/2006 19:33

רבותי.

ס'איז נישטא קיין שום חידושים.
גארניקס.

די זעלבע קרעפ נאכאמאל און נאכאמאל.


* באראש האט יא געווארפן בערל פרידמאן (איי ווען).
* זיי זענען סטאטוס קווא. (ווענד מיך אפ).
* קאלעטערעל עקסטאפעל. (דרייען מיט די צונג פון זייערע סתירות).
* דערמאנען נאכאמאל דעם סיין ביים בית החיים) כאטש דער סיין איז שוין דארט 10 יאר.
* זיי האבן יא אויפגעוויזן אז דער רבי האט געווארפן בערל פרידמאן.
* יאנקעל כהנא איז נישט געווען וויצע פרעזידענט נאר פרעזידענט... (כאטש די שטאטוטען זאגט קלאר נאר איין פרעזידענט).

קיין שום חידושים.
אלטע באבקעס, איבערגעקייט און איבער מעלה-גרה'ט נאכאמאל און נאכאמאל.

ZERO NEW STUFF

אלעסאמת » 2/3/2006 00:11

איז עפעס געווען היינט און קארט? ווייסט מען שוין אויף זיכער וועליכע דזשאדזש'ס גיין דן זיין וועגן א סטעי?

zalishor » 2/3/2006 00:53

סאיז געגאנגען צי דע פיר ריכטער וואס האנדלן איבער די באראש עפיעל

האטבטחון » 2/3/2006 01:44

דאס הייסט סאטמער האט געהאט א געווינס, ווייל די ארוינים האבן געהאט געבעטן ס'זאל נישט גיין צו די אלטע ריכטער

האטבטחון » 2/3/2006 05:18

סאטמאר האט א שוואכע טשענס פאר א סטעי, מען דארף בעטן דעם באשעפער

שפיטצער06 » 2/3/2006 06:12

השתדלו והרבו תחינה אזוי ווי מיר שטייען אין א מצב וואס מען איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, אז די רשעים וואס האבן זיך פארמאסטן צוצונעמען די הייליגע סאטמארע קהלה, זאלן דורכפאלן און נישט מצליח זיין,צו באקומען א סטעי. איז יעצט הזמן גרמא מען זאל נישט אויפהערן מתפלל צו זיין מען דארף יעדן טאג זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים

איך_הער » 3/3/2006 19:29

עפעס האב איך געהערט אז מ'האט נעכטן אדער אייער נעכטן אריין געגעבן עפעס פרישע פעיפערס איז דא איינער וואס ווייסט פון וואס די רעדע איז ?