היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » וואלן פאר א נייע ראש הקהל

וואלן פאר א נייע ראש הקהל

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1823466

גראף » 28/2/2006 02:45

לאמיר כאפן דעם ראש הקהל ביים ווארט פאר ער האט חרטה (ווי שטענדיג).
מיר פראקלאמירן אז עס גייען פארקומען וואלן פאר די ראש הקהל'שאפט פונעם דארף.
ווער עס וויל קאנדידירן,
זאל אריינגעבן די פאפירן!

קרעמער » 28/2/2006 02:48

אזוי ווי איך האב ליידער היינט נישט קיין שום אפיציעלע שטעלע אין די קרעטשמע, שטעל איך ארויס מיין ניק צו קאנדידירן פאר ראש הקהל!

taty11 » 28/2/2006 02:50

נא אויף וואלן בין איך גרייט............

jewman » 28/2/2006 02:51

פאר וועם זאל איך שטומען???

הא??

גיבט א עצה פאר א יודישע מאן.

יענטאאש » 28/2/2006 02:52

איך טו אינדארסירן פאר ראש הקהל אונזער הויכגעשעצטער,פאפולערער, אנגעזעהענער, מכובדיגער, קוואליפיצירטער, און ווייסעך'וואס'נאך'ער הרב ר' קרעמער הי"ו.

קרעמער » 28/2/2006 02:52

דערווייל בין איך דער איינציגער קאנדידאט - אידעלע - שטום פאר מיר וועל איך געוואונען מיט א לענדסלייד..

heimishjew » 28/2/2006 02:52

נא איך בין גרייט אויף וואלן ווער איז דא????



רבותי!!!

taty11 » 28/2/2006 02:54

פאר קרע(טש)מער טייערע....

איוואן » 28/2/2006 02:55

איך שטום  פאר אונזער אלעמען בליבטער קרעמער 

קרעמער » 28/2/2006 02:56

איך בין איבערגענומען... אזויפיל מענטשן שטומען פאר מיר? איך טרייסט זיך אז עס איז נאר איין מענטש מיט צענדליגער ניקס.

טשאלענט » 28/2/2006 02:59

אהההההההההההה!!

קרעמער איך האפ איך בין נישט אנגעקומען צו שפעט,  איך בין פאר דיר  אלל די וועי....

דיפלאמאט » 28/2/2006 04:13

אין איראק איז געווען אמאל א מנהג צו שטומען נאר פאר איין קאנדידאט.

איך שטום פאר 'גראף', מיינער אן אלטער פריינט נאך פון חדשות אנש.

געדענקסט נאך?

גראף » 28/2/2006 05:51

אודאי געדענק איך דיפלאמאט, אבער צוערשט ברויך איך ארויסשטעלן מיין ניק אויף די קאנדידאטן ליסטע...

שם_אחר » 28/2/2006 16:47

איך דריי זיך לעצטענס דא אין קרעטשמע, ממש א ריזיגע פראיעקט, דער עולם דא זענען דאך יודען וואס זייער גאנצע לעבן איז געמאכט צו מאכן א לעבן, איז לאמיך טרייען איך שטעל מיך ארויס פאר א קאנדידאט, איך וויל לויפן פאר ראש הקהל, דער עולם קען מיך נאכנישט, אבער מיט די צייט וועט עטץ זעהן מיינע גרויסע אויפטוענגן לטובת הכלל והפרט, איך זאג ענק צו אז איך וועל ענק נישט אנטוישן, איך האף אז מ'דארף נישט האבן קיין פעטישאנס צו לויפן.[בילד – נישט אפגעהיט]

cano » 28/2/2006 18:32

קרעמער עס איז שוין דא א שואל ומשיב?
 טאמער נישט שטים איך פאר דיר פאר שו''מ די האסט מיר שוין קלאר געמאכט פארשידענע פארמישענישען,
עֶס פאָר רה''ק דארף איך קודם זעהן אלע נאַמעֶניִס אבער אויב וועט מען דורעך פירען וואלען אן מפרסים זיין די נעמען וועל איך שטימען פאר ه طة غءق زسج

יאנאש » 28/2/2006 19:25

קרעמער;

יאנאש האלט אז עס איז נישט רייט אז די זאלסט געווינען, פשוט ווייל עס איז אייגעפירט בכל העולם אז איינער פון דע אינסייד ווערט פראמאטעד פאר מען נעמט אויף איינעם פון די אטסייד, מיין איך אז היות די האסט נישט קיין פאזיציע דא אינעם קרעטשמע, און יאנאש פארמאגט יא, זאל יאנאש ווערן ראש הקהל, און יאמאלט ווערט אטאמאטיש אפן די שמש פאזיציע, קענסטו קאנדידירן פאר דאס, אבער ראש הקהל "העלל נאו"

קרעמער » 3/12/2006 22:00

די וואך קומען ענדליך פאר די וואלן פאר ראש הקהל, אין ניי קרעטשמע.

כאפט א בליק