ער איז דא! בכבודו ובעצמו!
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » לכבוד ראש חודש: א באזוך פונעם ראש הקהל
לכבוד ראש חודש: א באזוך פונעם ראש הקהל
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1823457
ווער איז דא?
א גוטן ר"ח אדר מורים ורבותים!!!!!
יא! לכבוד ראש חודש אדר האב עך זיך אריבערגעכאפט אויף אביסל.
נו דער עולם זאל טרינקען לחיים!!!!!!
לאמיך נאר געבן דא א גראם אביסל,
לכבוד אדר לאמיך אנפילן דעם שיסל,
זינגען א ליד אז ס'זאל קלינגען,
און יעדער וועט דא מיטזינגען,
העי העי! ליהודים ליהודים.. וכו'.....
אז דער עולם וועט דא מיט מיר מיטשטימען,
און אביסל אונטערברימען,
וועל איך קענען זינגען אסאך מערצעשעם,
און יעדן ארויסנעמען אביסל פון קלעם,
הוי ליהודים ליהודים.........
אה, יענטאאש איז דא............. כ'האב געמיינט אז דער נייער ראש הקהל איז דא.
ווער איז דא? מיר זענען אלע דא, דער ראש הקהל מיט'ן גראף. איך ציטער פאר שרעק. מה נשתנה הלילה הזה?
גייט עפעס פאר אין דארף?
גייט עפעס פאר אין דארף?
בארוהיג זיך נאטורליך;
מיר זענען נאר געקומען מאכן א מיטינג אויב עס איז שוין געקומען די צייט צו מאכן אן אודיט אויף דיין אשכול אויב עס מעג פארבלייבן אויבן-אן.............................
מיר זענען נאר געקומען מאכן א מיטינג אויב עס איז שוין געקומען די צייט צו מאכן אן אודיט אויף דיין אשכול אויב עס מעג פארבלייבן אויבן-אן.............................
גראף
נייע ראש הקהל? וואס איז דאס?
נייע ראש הקהל? וואס איז דאס?
נאטרליך נאטורליך וואס איז דא זיך צו שרעקן?
האק אן דעם גראף מיט א שטעקן,
לאמיר ווייטער דא טאנצן און זינגען,
שרייען און שפרינגען.
אוי וויי, איך האב דא ארויסגעגעבן סודות פון חדר? מען האט שוין געמאכט עטליכע מיטינגן מיט די באהערדע פונעם דערפל אויב פילייכט איז שוין געקומען די צייט אויפצונעמען א נייעם ראש הקהל נאכדעם וואס דער אלטער איז פארשווינדן מיט די פאריעריגע שניי.
האלאו, מאך א שווייג, איך האב גארנישט געזאגט.
האלאו, מאך א שווייג, איך האב גארנישט געזאגט.
מיטינג אהין מיטינג אהער,
איך גיב מיך אזוי א קלער,
אפשר איז כדי ראה"ק צו בייטן,
און אויפצונעמען א צווייטן.
פארשטייט זיך נאר נאך לעגאלע וואלן,
יעדער זאל זיין מיינונג שאלן,
זאגן זיין דיעה הויך און קלאר,
און וואס עס וועט בלייבן וועט זיין וואר.
מען דארף קיין וואלן נישט מאכן
יענטאאש קענסט קראכן
שטילערהייט וועט מען א נייעם ראש הקהל אויפנעמען
קענסט זינגן זאגען און ברומען
יענטאאש קענסט קראכן
שטילערהייט וועט מען א נייעם ראש הקהל אויפנעמען
קענסט זינגן זאגען און ברומען
איך טו נישט פלאצן און קראכן,
איך טו זינגען און לאכן,
ווייל ביי אונז אידן דער פאלק דער הייליגער,
איז יעצט אדר א צייט גאר א פריידיגער.
אדער, געטראפן אדער...............
(ווער געדענקט נאך די "מגילת אסתר מיט געזאנג"?)
(ווער געדענקט נאך די "מגילת אסתר מיט געזאנג"?)
אה די רבי קומט, די רבי קומט
איך האק נישט מיט א שטעקען,
טוט זיך נישט דערשרעקען.
אויף א זמר גיי איך גראדע איין,
אבער עס ניגון מיז זיין מיין.
עפעס איז מיר אומבאקאנט,
דיין פאכען מיט די האנט.
מיין רבי האט נישט אזוי געזינגען,
די ווערטער נישט איינגעשלינגען.
נאר מיט א מויל פיל מיט שליים,
א ניגון געבראכט פון דע אלטער היים.
איבער א קרעטשמער און א שענק,
עפעס אזוי איך געדענק.
פריווט אויס דאוןלאודען אנליין,
און הערט אויס דעם ניגון אליין.
http://s52.yousendit.com/d.aspx?id=1696XVA45VL8R3RMWJBAS4GPNA
טוט זיך נישט דערשרעקען.
אויף א זמר גיי איך גראדע איין,
אבער עס ניגון מיז זיין מיין.
עפעס איז מיר אומבאקאנט,
דיין פאכען מיט די האנט.
מיין רבי האט נישט אזוי געזינגען,
די ווערטער נישט איינגעשלינגען.
נאר מיט א מויל פיל מיט שליים,
א ניגון געבראכט פון דע אלטער היים.
איבער א קרעטשמער און א שענק,
עפעס אזוי איך געדענק.
פריווט אויס דאוןלאודען אנליין,
און הערט אויס דעם ניגון אליין.
http://s52.yousendit.com/d
וואס גייט היינט פאר דא אין קרעטשמע אז דער עולם איז צולאזט???
אה קרעמער! דא ביזטו! איז זיך דיך ארום.......
אקעי לאמיך ווייטער אנגיין מיטן פורים שפיל.
אדר איז געקומען א פרייליכע צייט,
לאמיר זיך אלע מאכן גרייט,
אפרעכטן דא א פורים א ריכטיגער,
ווי עס פאסט פאר די קרעטשמע אונזערער.
די קרעטשמע ווי מען טוט א גאנץ יאר שמייכלען,
דארף מען דאך יעצט פון געלעכטער שאקלען די בייכלען,
ווייל יעצט איז דאך איבעראל לוסטיג און לעבעדיג,
פון אייראפע ביז רוסלאנד און ווייטער ביז צו דאנציג.
נו זאל יעדער איינער דא ארויסגעבן די סחורה,
זאל עס זיין אן ארטיקל אדער וויץ צו א דברי תורה,
סיי וואס מען זאל קענען א שמייכל ארויפברענגען,
אזויווי ווען מען האט געטון המן אויפהענגען.
הוי ליהודים ליהודים.......
לאמיר טאקע גלייך א פורים רב אויפנעמען,
און יענער זאל זיך גארנישט טון שעמען,
איך מיין טאקע 'קרעמער' גארנישט קיין צווייטער,
ער אליין דארף יעצט זיין א גרייטער,
אנהייבן מיט די דרשות און דברי תורה,
כי טוב סחרה מכל סחורה,
און אז ער וויל קען ער אויך א פורים קידוש אראפלייגן,
אזויווי מען פלעגט פאר דעם מלמד אין חדר צייגן.
נו קרעמער גיב דיינע מחשבות שנעל א מיש,
און הייבן פירן א גרויסארטיגע טיש,
זאג א איינצוגונגס דרשה ווי עס ברויך צו זיין,
אז יעדער זאל עס פארשטיין.
הוי הוי ליהודין ליהודים......
מיט דעם וועל איך מיינע ווערטער זיין מסיים,
און גלייך גיין צום פורים רב נעמען שריים,
נעמען אויך דערצו א הארציגע ברכה,
דבר ה' זו הלכה.
לאמיר טאקע זינגען אלע צוזאמען,
און ענדיגן מיינע גראמען,
איך ווייס נישט צו עס איז געווען בא'טעמ'ט,
אבער עטליעסט עס האט געגראמט.
נו לאמיך שוין איינמאל פאר אלעמאל שווייגן,
און מיך פון דא אוועקבייגן,
זייטס מיר אלע געזונט און האטס א גוטן טאג,
פארגעסט פון אלע מי און פלאג.
הוי ליהודים ליהודים.........
הו הא יענטאאש, איך בין רויט פאר בושה
אזא כבוד נאכדערצו במדה גדושה
איך בין נישט צוגעוואוינט דערצו
איך ווייס נישט וואס איך טוה
אין חדר איך געדענק
ס'האט זיך געטאן טישן און בענק
איך וויל זיין פורים רבי ביים רבי'ן אינדערהיים
ניין איך וויל שרייט אויס מיט א הויך קול חיים
יעקב האקט איבער מיט א זעץ אויפן טיש
די כיתה ציטערט מען שווייגט ווי די פיש
קיינער טענה'ט זיך מיט אים איבערהויפט
אז ער איז פון די כיתה די גאנצע הויפט
קוים מיט צרות בין איך געווארן דיין
עד היום קען איך עס נישט פארדייען
און דא פלוצלינג אזא כיבוד אומגערישט
אזויפיל כבוד איך ווער צוחושט
זאל איך עס אננעמען
אפשר וועל איך זיך פארשעמען
זאל איך פרעגן מיין מאמע
זי ברויך דאך אויפנייען א פידזשאמע
אזא כבוד נאכדערצו במדה גדושה
איך בין נישט צוגעוואוינט דערצו
איך ווייס נישט וואס איך טוה
אין חדר איך געדענק
ס'האט זיך געטאן טישן און בענק
איך וויל זיין פורים רבי ביים רבי'ן אינדערהיים
ניין איך וויל שרייט אויס מיט א הויך קול חיים
יעקב האקט איבער מיט א זעץ אויפן טיש
די כיתה ציטערט מען שווייגט ווי די פיש
קיינער טענה'ט זיך מיט אים איבערהויפט
אז ער איז פון די כיתה די גאנצע הויפט
קוים מיט צרות בין איך געווארן דיין
עד היום קען איך עס נישט פארדייען
און דא פלוצלינג אזא כיבוד אומגערישט
אזויפיל כבוד איך ווער צוחושט
זאל איך עס אננעמען
אפשר וועל איך זיך פארשעמען
זאל איך פרעגן מיין מאמע
זי ברויך דאך אויפנייען א פידזשאמע
פרעג נישט די מאמע פרעג נישט די באבען,
זיי ועלן נאך פון דיר ליצנות טרייבען,
האב נישט קיין מורא ציטער פון קיינעם,
האסט דאך א דעת זקיינעם.
שלום צו אלעמען גלייך
מיט די האנט איך רייך
א פרייד נעמט מיר ארום
א ניגון'דיל איך ברים
א גוטן קאנדידאט אויפגענומען
מ'דארף זיך גארנישט שעמען
דעם קרעמער איך מיין טאקע דא
באלד וועט דא זיין א זא
ווען ער וועט זיך צו די בימה אויפשטעלן
וועט ער מיט זיינע רייד יעדן געפעלן אוי אוי אוי אוי
איך וויל דא טאקע קלאר פארשטעלן
אז מיר וועלן זייער שטארק קוועלן
נו יעמוד יעמוד מורה מורינו הרב
מיר האבן רשות פון גראף
לאז דיינע זיסע ריידן הערן
און מיר וועלן פרייליך ווערן
שוין לאנג נישט געלאכט קיין גוטס
קיינער זאגט שוין נישט קיין וויץ
ערנסט איז געווארן דער דאיען
זיינע שיעורים קען איך שוין נישט פארדייען
נאטורליך לאזט אונז ווי אן עגונה ווארטן
מען קען אויף איהם שוין נישט רייטן
יענטאאש איינמאל אין א חודש קען מען
איך מיין טאקע א נייעם זאל מען נעמן
און די קאראפשען זאל זיך שוין אויפהערן...
אלע צוזאמען הנה מה טוב ומה נעים עס איז אוי ווי שיין און אוי ווי זיס........לעבעדיג
מיט די האנט איך רייך
א פרייד נעמט מיר ארום
א ניגון'דיל איך ברים
א גוטן קאנדידאט אויפגענומען
מ'דארף זיך גארנישט שעמען
דעם קרעמער איך מיין טאקע דא
באלד וועט דא זיין א זא
ווען ער וועט זיך צו די בימה אויפשטעלן
וועט ער מיט זיינע רייד יעדן געפעלן אוי אוי אוי אוי
איך וויל דא טאקע קלאר פארשטעלן
אז מיר וועלן זייער שטארק קוועלן
נו יעמוד יעמוד מורה מורינו הרב
מיר האבן רשות פון גראף
לאז דיינע זיסע ריידן הערן
און מיר וועלן פרייליך ווערן
שוין לאנג נישט געלאכט קיין גוטס
קיינער זאגט שוין נישט קיין וויץ
ערנסט איז געווארן דער דאיען
זיינע שיעורים קען איך שוין נישט פארדייען
נאטורליך לאזט אונז ווי אן עגונה ווארטן
מען קען אויף איהם שוין נישט רייטן
יענטאאש איינמאל אין א חודש קען מען
איך מיין טאקע א נייעם זאל מען נעמן
און די קאראפשען זאל זיך שוין אויפהערן...
אלע צוזאמען הנה מה טוב ומה נעים עס איז אוי ווי שיין און אוי ווי זיס........לעבעדיג
קרעמער: ביי מיר אינדערהייארבעט עס שוין א גאנצע וואך
פראגע זאג וואס שטייט דארט אין די צייטונג ?
ענטפער bla bla bla
פראגע איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
וואס די זאגסט דארט
פראגע זאג וואס שטייט דארט אין די צייטונג ?
ענטפער bla bla bla
פראגע איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
וואס די זאגסט דארט
cano;
ביי מיר אונדערהיים ארבעט עס פון פורים ביז תענית אסתר (כלשון קול מבשר ווען מען דרוקט נומער 6 אויפן מעין מעניו, אויך קען מען דארט הערן א שטיקל פונעם טעיפ... פאר ווער עס ברעכט נאכנישט דערפון).
איינמאל איז געווען א טשאדעלע באדעלע
... איך בין עפעס א קליינע נארעלע
... חס ושלום, נישט קיין קליינע
נאר א גרויסע...
ביי מיר אונדערהיים ארבעט עס פון פורים ביז תענית אסתר (כלשון קול מבשר ווען מען דרוקט נומער 6 אויפן מעין מעניו, אויך קען מען דארט הערן א שטיקל פונעם טעיפ... פאר ווער עס ברעכט נאכנישט דערפון).
איינמאל איז געווען א טשאדעלע באדעלע
... איך בין עפעס א קליינע נארעלע
... חס ושלום, נישט קיין קליינע
נאר א גרויסע...
שוין ראש חודש דער צווייטער,
פון דעם חודש דער פריידיגער,
ווידער בין איך געקומען,
זאגן און ברומען,
אבער ס'איז נישט שיין,
כ'בין דא איינער אליין,
נישטא צו וועם צו רעדן און זאגן,
חוץ צו די אייגענע קראגן,
וואס גייט פאר מיט אים?.....
ער איז שוין ווידער דא..........
יא, ס'איז שוין נישט לכבוד ראש חודש, ס'איז
שוין פלעין 'איך בין דא!'.......
אבער וואו זיינט איר????......
יענטאש וואס איז מיט דיר געשעהן
קענסט נישט ל"ע גיט זעהן?
אלע לעקטער ברענען סי נישט טינקעל
איך שטיי ביים באלעמער נישט ביי א ווינקעל
שטעהל דיך נאר אויף גיב זיך זיך א דריי אויס
געב א קליינעם שפאן מיט א טריט פאראויס
וועסטו זעהן מיר שמועסען אזוי געמיטלעך
גענוי ווי מיר טוען אלע נעכט דורכשניטלעך
אפילו דער דיין איז פארטון מיט די הייסע טיי
אלע מאכען א צימעס פון מארגענדיגער שניי
שלעפ אהער א באנק און זעץ דיך שיין אוועק
עפען דער טאביק פישקעלע און געב א שמעק
רעד אריין מאך א באמערקונג און לאז זיך הערען
אז יענטאאש רעדט טוט אים קיינער נישט שטערען
קענסט נישט ל"ע גיט זעהן?
אלע לעקטער ברענען סי נישט טינקעל
איך שטיי ביים באלעמער נישט ביי א ווינקעל
שטעהל דיך נאר אויף גיב זיך זיך א דריי אויס
געב א קליינעם שפאן מיט א טריט פאראויס
וועסטו זעהן מיר שמועסען אזוי געמיטלעך
גענוי ווי מיר טוען אלע נעכט דורכשניטלעך
אפילו דער דיין איז פארטון מיט די הייסע טיי
אלע מאכען א צימעס פון מארגענדיגער שניי
שלעפ אהער א באנק און זעץ דיך שיין אוועק
עפען דער טאביק פישקעלע און געב א שמעק
רעד אריין מאך א באמערקונג און לאז זיך הערען
אז יענטאאש רעדט טוט אים קיינער נישט שטערען
אה דא זענט איר,
באהאלטן ביי א טישל אונטערן טיר,
נו אז מ'דאיז נישט דא ווייסעך ווי לאנג,
ווייסט מען נישט וואו עס איז דער טיש און וואו דער שטאנג,
נו שוין לאמיך נישט אזויפיל קרעכצן,
גיב אהער א ברוינפנ'דל לאמיך נאס מאכן די לעפצן,
וואס הערט זיך וואס טוטצעך?
וואס איז נייעס וואס קאכצעך?
יענטאאש מיט נאטורליך זיצן איבער א ווארימע שאל טיי
קרעמער מיט זיין אנגעשפיצטע אויער גייט דארט פארביי
מיט א געשולטע אומשולדיגקייט ער נייגט צו אן אויער
דערטאפן וואס אייגנטליך רעדט דער שרייבער מיטן רה"ק המפואר
קרעמער מיט זיין אנגעשפיצטע אויער גייט דארט פארביי
מיט א געשולטע אומשולדיגקייט ער נייגט צו אן אויער
דערטאפן וואס אייגנטליך רעדט דער שרייבער מיטן רה"ק המפואר
דער אמטירנדער ראש הקהל ציט צי א טשעיר,
מאכן פלאץ פאר קרעמער צו זיצן איז דזשאסט פעיר,
הערן וואס ער טוט דערציילן און וואס עס טוט פארגיין,
מיט זיין 'קרעמער פאר ראה"ק' קאמפיין.
קרעמער זעצט זיך אנידער
מאכט זיך באקוועם ווידער
פלוצים באקומט ער א ביפ
דעם טיש געט ער א שטופ
מען ברויך דאך זען ווער
אפשר איז דאס דער שווער
יאנוש דער שמש רופט אריין
אויפן קול שמעקט זיך וויין
ער וויל נאר דרייען א קאפ
הערן וואטס-אפ
איך האק אראפ דעם פאון
צוריק צום שמועס שוין
מאכט זיך באקוועם ווידער
פלוצים באקומט ער א ביפ
דעם טיש געט ער א שטופ
מען ברויך דאך זען ווער
אפשר איז דאס דער שווער
יאנוש דער שמש רופט אריין
אויפן קול שמעקט זיך וויין
ער וויל נאר דרייען א קאפ
הערן וואטס-אפ
איך האק אראפ דעם פאון
צוריק צום שמועס שוין
קרעמער גוט האסטו געטון,
שיק דעם ערל לעזאזל אהין,
יענטאאש פארגינט מיר נישט אויסצוהערן זיין שמועס
ער גיט פאר נאטורליך'ן א שטויסל אין די פוס
ווינקט אים אונטערן טיש ער זאל אוועקגיין
אבי קרעמער זאל נישט דעם געשפרעך דערגיין
ער גיט פאר נאטורליך'ן א שטויסל אין די פוס
ווינקט אים אונטערן טיש ער זאל אוועקגיין
אבי קרעמער זאל נישט דעם געשפרעך דערגיין
סתם א בלבול אזוי גלאט,
איך זאל טון אזא שרעקליכן טאהט?!
איך דריי זיך דאך אויך ארום אנגעצויגן,
אוואו איז נאטורליך אוועקגעפלויגן,
עס האט עפעס אזוי געטון שיינען,
אז ער איז זיך געגאנגען באשטעלן ברוינפן און וויינען,
אבער פלוצים דאן,
איז ער מער נישט פארהאן,
ס'מאכט זיך ביי די שענסטע לייט
אז פלוצלינג מען גייט מען גייט
וואס קען מען טאן דעריבער
מען האט דאך שטובער...
אז פלוצלינג מען גייט מען גייט
וואס קען מען טאן דעריבער
מען האט דאך שטובער...