היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » "משנכנס" פארמעסט

"משנכנס" פארמעסט

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1823178

קרעמער » 27/2/2006 22:00

אזוי ווי מיר טרעטן שוין אט אט אריין אינעם געהויבענעם חודש אדר, וואלט איך געוואלט בעטן די חשוב'ע מיטגלידער זאלן ארויפלייגן שיינע "משנכנס" סיינס.

די מקור פון א משנכנס סיין האב איך אמאל געזען אז דאס קומט דערפאר ווייל עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (הל' תשעה באב) אז מען ברויך איבערלאזן אן אמה אויף אן אמה אומגעפארטיגט אין שטוב אלס זכר לחורבן, זאגט דער ספר (כ'געדענק נישט דעם נאמען) אז די "משנכנס" סיין ברויך זיין אן אמה על אמה, צו פארדעקן דעם זכר לחורבן, כדי די שמחה זאל זיין בשלימות.

אין די בראשית יארן (אנדערע רופן עס: די געזונטע יארן) פלעג איך יעדע יאר ערב ראש חודש אדר זיך אראפזעצן מיט א פאפיר און מאלעווען א היימישן "משנכנס" סיין אזש ס'איז געגאנגען א ריח ניחוח... ס'האט פארמאגט פון כל המינים, פון די מגילה מיט די המן טאשן, ביז די שכורים מיטן אויפגעהאנגענעם המן אליינס (אפשר וועל איך ארויפלייגן בילדער, איך ברויך זיי אויפזוכן).

אבער איך בין שוין היינט פארנומען (...), און פארשטייט זיך אז איך האלט נישט ביים צאלן קיין געלט פאר דעם וואס זינגט "א דאלער משנכנס, מ'קען גיין טאנצן" (ווער געדענקט?), וויל איך מען זאל דא ארויפלייגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה" סיינס, אויטאמאטיש וועט דער גאנצער עולם הנאה האבן וגם אני בתוכם.

לכתחילה וואלט געווען א שיינע זאך אויב איינער קען ארויפלייגן עפעס וואס האט א שייכות מיט די קרעטשמע, אזוי וועלן אלע חברים קענען דאס ארויספרינטן און אויפהענגן ביי זיך אין שטוב, און פורים ווען דער עולם וועט ארומגיין אין די שטובער וועט מען קענען אנצייגן מיט די פינגער "דא וואוינט א קרעטשמע מיטגליד"!!!!!!!!!!!!!

גלייבט מיר אז ווען איך וואלט זיך אויסגעקענט מיט "גרעפיקס" וואלט איך שוין אויפגעקומען מיט עפעס, בין איך דאך אבער א בטלן, און נישט סתם א בטלן פון די עשרה בטלנים פון מסכת מגילה, נאר "ה"בטלן מיטן ה' הידיעה, בעט איך זיך ביי אייך - געלונגענע מיטגלידער - טוהט מיר א געפעליגקייט, פארשאפט שיינע משנכנס סיינס, לכתחילה מיט א סימבאל פון די קרעטשמע, וועלכע דינט אלס א סימבאל פון חודש אדר "א גאנץ יאר פרייליך"!

יישר כח למפרע!

קרעמער » 27/2/2006 22:03

ביים אריינטייפן "משנכנס" אין גוגעל, גיבט ער דאס:
[בילד – נישט אפגעהיט]

שם_אחר » 27/2/2006 22:07

פון גוגל קען דאך א יעדערער זעהן וואס איז די חידוש?

קרעמער » 27/2/2006 22:08

אריינטייפענדיג אויף ענגליש, געט ער נאך אן אויסוואל:
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/2/2006 22:09

שם אחר;

לאו דוקא, די וואס האבן דזשעי-נעט קענען נישט אריינגיין אין גוגעל אימעדזשעס!
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/2/2006 22:10

ס'ווערט בעסער און בעסער
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/2/2006 22:11

און די לעצטע איז די בעסטע (אחרון אחרון חביב):
[בילד – נישט אפגעהיט]

mates1 » 27/2/2006 22:52

אט איז מיין "משנכנס אדר מרבין בשמחה" בלע"ז

قمهس طعة غءقي زسجحف

שנאפס » 27/2/2006 23:08

משנכנס אדר מרבין בשמחה

jewboy » 27/2/2006 23:15

.
[בילד – נישט אפגעהיט]