היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מגבית פאר "מרכז המוסדות" דסאטמאר בני ברק

מגבית פאר "מרכז המוסדות" דסאטמאר בני ברק

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1821518

jhhoruyr » 26/2/2006 17:41

היינט נאכט גייט בעזהשי"ת פארקומען אין בני ברק דעם יערליכן מגבית פאר מוסדותינו הק' אין בני ברק.

די מגבית קומט פאר יעדע יאר ביי די יומא דהילולא פונעם הייליגן קדושת יום טוב זיעוכי"א.

אזויווי יעדע'ס יאר גייט דאס פארקומען אינעם פראכטפולן "התמר" זאל, וואס געהערט פאר די הייליגע מוסדות הק'.

וועט אי"ה אויפטרעטן:
הרב ר' אלי כץ שליט"א, רב הקהילה
הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א, ראש הישיבה

אויך ווערט ערוואטעט א גרויסע גאסט פון אמעריקא
הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.



תוקן על ידי - jhhoruyr - 26/02/2006 17:45:44

jhhoruyr » 28/2/2006 00:11

די איינלאדנונג בריוו.

[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 28/2/2006 00:12

מה נהדר היה המראה ! ! !

קודם קליינע פרטים:


די זאל איז געווען איבערגעפילט, יעדע מינוט האט מען געברוכט צולייגן נאך טישן...
די אטמאספערע אין זאל איז געווען געהויבן אויף אזא פאל וואס איז נישט געווען די לעצטע 15 יאר אין ב"ב...
דער ציבור האט זיך אנגערופן מיט הערליכע סכומים למען החזקת המוסדות...

דער טשערמאן איז געווען:
הרה"ח ר' יקתיאל יצחק בראך, מנהל הת"ת וחבר הההנהלה

האבן אויפגעטראטן:
הרב ר' אלי' כץ, רב הקהילה
הגה"צ הרב ר' חיים צבי מייזליש, ראש הישיבה
הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד, מגיד מישרים, א געוועזענע תלמיד אין די סאטמאר'ע ב"ב מוסדות.
הרב ר' יעקב קאפיל שווארטץ, ראה"כ בבארא פארק, א געוועזענע תלמיד אין די סאטמאר'ע ב"ב מוסדות.
הרב ר' אורי שווארטץ, מנהל כללי במוסדותינו בקר"י, ומלפנים מנהל רוחני אינעם סאטמאר'ע ת"ת אין ב"ב,
און דערנאך א אייניקל פון הרב ר' שלמה זלמן ווירצבערגער ז"ל, וואס די משפחה האבן מנדב געווען די ערשטע כיתה אין די נייע געביידע אינעם ת"ת וואס ווערט יעצט געבויט אין שיכון קרית יואל ב"ב.

תוקן על ידי - jhhoruyr - 28/02/2006 0:58:29

jhhoruyr » 28/2/2006 00:34

און כמעט פארגעסן:

אויך האט גערעדט הרב ר' משה חיים ווייס מנהל המוסדות, וועלעכער האט ארויסגעברענגט די שטארקע געווינס וואס די מוסדות האט געהאט פאריגע וואך מיטן באקומען די"היתר בניה", און האט געשילדערט די השתלשלת הענינים וויאזוי די מחרחי ריב האבן פראבירט דאס צו פארמיידן.

jhhoruyr » 28/2/2006 16:51

איינע פון די מודעות וואס האט געהאנגען אין זאל.

[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 1/3/2006 00:35

הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א. ראש הישיבה
ביי זיין דרשה.


[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 1/3/2006 00:39

מנהל המוסדות הרבני המפואר ר' משה חיים ווייס הי"ו
ביי זיין דרשה
[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 1/3/2006 00:41

הרב ר' יוסף חיים גריוואלד שליט"א
ביי זיין דרשה
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 1/3/2006 00:51

ווי זיצט מ. וואלערשטיין דער עכטער מנהל המוסדות?...

jhhoruyr » 7/3/2006 02:51

געווען אין "בלאט" פארגאנגענע וואך.
[בילד – נישט אפגעהיט]