היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאיר הירש ארויסווארפן פרידמאנס רעסטאראנט

מאיר הירש ארויסווארפן פרידמאנס רעסטאראנט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1818172

אנטוערפןרב » 23/2/2006 18:11

עפעס הער איך אז מאיר הירש וואס איז שוין לאנג אין קאורט קעגן פרידמאנס רעסטאראנט אין קרית יואל, נאר וועגן דעם ווייל ער שטערט פאר די דעלי פון ועד הקריס ביזנעס, און אנשטאטס מאכן גוט די דעלי איז ער געגאנגען אין קאורט אז מזאל ארויסווארפן דעם איידעלן איד פון ביזנעס מיט נארישע תירוצים, שוין נאכדעם וואס א בי"ד האט געפסקענט אז מטאר אים נישט ארויסווארפן. אבער דעס האט מאיר הירש יא עקסעפטעט פון די אהרונים אז ממעג גיין אין קאורט. קען זיין אז ער האט געבארגט א לעדל פון ווינער רב.
יעצט שמועסט מען אז ער גייט אים נעקסטע וואך ארויסווארפן אויף די גאס ווי א הונט!
ווער סווייסט פונקטליך די מעשה זאל עס פליז ארויפלייגן דא.

ארענדאר » 23/2/2006 18:34

אוי:

א רחמנות אויף דעם הרב פריעדמאן.


אן אפיל  פאר אן עמערדזשענסי סטעי פון די מנהלים

ביטע אויסמעקן דעם אשכול ווי פריער

ווייל הרב פריעדמאן וועט דא אין דעם אשכול צעשמירט ווערן אלע זיינע פריוואטע אנגעלעגנהייטן.

עס קומט עם נישט די גרויסע  בזיונות.

ער איז נישט קיין פובליק פיגור, ער איז א פריוואטער איד.

ער איז נישט שולדיג אז ער איז א טענענט ביי א ציבור'ישע שאפינג סענטער

ראו,  הזהרנוכם !

כאפטס אריין א וואדקע

פאקטיש » 23/2/2006 18:43

אנטווערפענער פערד אדרבה, לאמיר רעדן פון חיים שלמה פרידמאן און אלע זיינע מעלות ומדות אנגעהויבן ביי זיין איי קיו דערנאך זיינע מדות דערנאך זיין אויפירונג צו מענטשן ווייטער וויאזוי ער פירט זיין סטאר פון דארט, צו ער האט באצאלט רענט אבער פאר דעם לאמיר דיר געבן די אויסוואהל, צוריקציען און אפשוינען דעם חיים שלמה פרידמאן, וואס דו ווילסט מכלומרשט זיך אנעמען פאר אים נו, ווילסטו גיין ווייטער, אדער נישט

kj_village » 23/2/2006 18:45

איך האלט אויך אז די אשכול דארף אראפגיין, אדער פארשפארט ווערן
אדער ביז מען טיט עס וויל איך אריינכאפן אין מודיע זיין פאר יעדעם
אז דאס וואס אנטווערפן האט געשריבען אז עס איז דא א פסק פין א בי"ד אז מען טאר עם נישט ארויסווארפן אדער גיין אין קארט' קעגן עם איז שקר
אדרבה גייט אריין אין יענע  סטאר אין ליינט אפ די צעטליך וואס עס הענגט דארט
 עס נישט געווען קיין שום ד"ת איבער די ענין {לויט ווי איך ווייס}
די צעטיל וואס הענגט דארט איז פין  איינעם  וואס האט געגעבן א פסק אן א ד"ת תוקן על ידי - kj_village - 23/02/2006 18:51:37

kj_village » 23/2/2006 19:03

אנטווערפן
נאך איין זאך. די שרייבסט אז ער גייט גיין אין גאס ווי א הינט
וויל איך דיר מודיע זיין אז ער ווייסט שוין א יאר צייט אז ער גייט פליען פין דארט
מילא ער האט צייט זיך מסדר צי זיין ערגעץ אנדערש
מען האט עם נישט געווארפן פין איין טאג אויפן צווייטען

פאקטיש » 23/2/2006 19:17

עס איז דא א "אפיציעלע" פסק דין פון מכון להוראה צו גיין אין ערכאות אנטווערפענער, ווילסט נאך אלץ גיין ווייטער און מבזה זיין דעם חיים שלמה פרידמאן? נאך א עצה פאר נעקסט טיים, אז דו ווילסט שרייבן שקרים וכזבים, פאנטאזיע, דמיונות און סתם נארישקייט, האט איך פאר דיר אן עצה, מאך דעם אשכול נאר אין חדשות זאלי, דארט וועסטו מיט דיינע שותפים אלעס וואט איר ווילט, און די איבעריגע חכמי כעלעם הזאלונים וועלן עס אפקויפן פארקויפן פארשפרייט פאר גוט געלט, די איינציגע זאך וועט זיין, אז אויב וועט עס א גרויסער שקר, א שעדליכער ליגנט, וועלן עס די אהרונים אויף כל העולם כולו פארציילן דעם אמת כמו שהוא בעלגישער פערד קענסט נעמען אן עצה אמאל פון א גוטן פ[ר]יינט

פאטאקי08 » 23/2/2006 19:23

אנטווערפענער איך ווייס נישט ווער דו ביסט
אז די ווילסט באשמוצען א (אייגענם?)

אבער אפילו אלע זלונים מתנגדים ,,,,
האבן עס נישט געוואלט אריין מישן אין פובליק אפילו זיי האבן געקענט מאכן דערפון א קאמפיין
סאו איז עס סתם א רשעות פון דיר ....

אנטוערפןרב » 23/2/2006 19:47

וואס זענען ענק אזוי אויפגעטאנצן? סאיז די ערשטע זאך וואס דא שטייט? קעגן יעדן מענטש מעג מען שרייבן נאר קעגן מאיר הירש טאר מען נישט שרייבן?! קיינער הייסט אים נישט גיין אין קאורט אן קיין היתר בי"ד!
איך האב געוואוסט ענק וועלן אנקומען ווייטער מיט ענקערע ליגענטס און שקרים אזויווי אייביג, אבער פארשווייגן? איך האב געמיינט אז דא לאזט מען יעדן רעדן וואס ער וויל?!

איך_הער » 23/2/2006 19:54

אזא אקס ווער לאזט דיך נישט רעדן פון מאיר הירש דו כאפסט נאר נישט (אדער דו מאכסט זיך ) אז און מציאות קומט אפיר ענדערש דו שמוץ פון חש"פ און נישט פון מאיר פון אים איז מען שוין מער ווייניגער נמאס

פאטאקי08 » 23/2/2006 19:54

אנטווערפענער דו ווייסט זייער גוט
וועמען מען וויל דא אפשוינען
אלץ מאיר הירש וואלט מען דיך געלאזט שרייבן ביז מארגען
מען האט פשוט רחמנות אויף א זאלי וואס די זלוינים אום מענטשען האבן אליין נישט רחמנות
זיי מוחל בע פונעם מנהל אויסצו מעקן דעם אשכול
ווייל אז נישט וועסטו טראגן אחריות פון באשמוצן דיינס א מענטש
ראה הזהרנוך

פאטאקי08 » 23/2/2006 19:59

בעלגישער
איך האב גראדע א לאנגע מגילה איבער דעם קעיס צו ווייזן ענקער פרצוף
איך וויל פשוט נישט בארעדען א יחיד וואס איז בדרך אגב איינע פון די תקנות דא

לאמיר זעהן ווי לאנג איך וועל מיך קענען איינהאלטן נישט צו שרייבן דברים כהוויתן

פאקטיש » 23/2/2006 20:06

די ביזט פאקטיש מער ווי פאקטיש וועלקאום צו רעדן פאקטיש פון מאיר הירש אגב, וועט דאס דיר פאקטיש געבן א פאקטישע געלעגנהייט, צו פאקטיש פארדרייען דעם שמועס

voile_yid » 23/2/2006 20:11

אנטווערפן!
וואס וואלסטו געטון צו דיין טענענט וואס צאלט נישט קיין רענט פאר איבער 5 יאר??

איך מיין אז ר' מ. הירש טריט אים נאך שענער ווי סיי ווער דען.

דרך אגב ער האט יא א היתר בי"ד

פאטאקי08 » 28/2/2006 23:38

ווייסט איינער צו מען וועט נאך קענען קויפן פיש דארט לכבוד דעם שבת?

zalishor » 28/2/2006 23:59

דער פרידמאן איז נישט קיין זאלי

ער האט א זון וואס איז געווען איינע פין די הויפט מוסרים אין יאסל וואדמאןס צייטן

א אנדערע זון דרייפט פאר די זאלי חדר די באס

פאטאקי08 » 1/3/2006 21:58

היינט צופרי געווען פאליס\שעריף דארט ארויף צו לייגן א שלאס

למעשה איז דעווארן עפעס א סטעי אויף דריי וואכן

אויב ווייסט איינער פרטים וואס עס איז היינט געווען דארט ביטע פאוסטן