די פרייז פון א פעקל ברויט איז געשטיגן צו $2.25
איך בין היינט געוואויר געווארן אז
זעיט אויס אז ביז היינט האט די רעבעצין פון דיין דארף געבאקן פארן קרעשמע היימישע פרישע ברויט.
האב איך שוין לאנג נישט געקויפט קיין פעקל ברויט, קען זיין, אבער די לעצטע מאל איך האב געקוקט אויפן פרייז איז עס געווען 2 דאלער.
אפשר ווענדט זיך דאס אויך ווען דו קויפסט דאס? אין אנדערע ווערטער, אויב עס איז היינטיג אדער נעכטיג (איך גלייב אז נישט, ס'נישט מסתבר, אבער ס'איז אויך זייער אינטערסאנט אז די זעלבע לאבל ברויט זאל קאסטן א דיפערענץ פון 60 צענט ארויף אדער אראפ).
אגב, ווייסט איינער אויב אלל-פרעש פון מאנסי און פון וויליאמסבורג האבן א שייכות?
HOW TO BE MAAVER SEDRA ON THE WEB
http://www.mechon-mamre.org/i/t/u/u0.htm
TO BREAK UP THE 7 ALIYAS
http://bible.ort.org/books/torahd5.asp
MISHNAYOS
http://www.mechon-mamre.org/b/h/h0.htm
GEMURA
BAVLI
http://www.mechon-mamre.org/b/l/l0.htm
GEMURA
BAVLI
TZURAS HADAF
http://www.e-daf.com
GEMURA
YERUSHALMI
http://www.mechon-mamre.org/b/r/r0.htm
TOSEFTA
http://www.mechon-mamre.org/b/f/f0.htm
RAMBAM
http://www.mechon-mamre.org/i/0.htm
SHULCHAN ARUCH
ALL 4 CHALAKIM AVAILABLE
http://books.chabadlibrary.org/sifrey_yesod/shulchan_oruch/index.php
ZOHAR
http://books.chabadlibrary.org/sifrey_yesod/zohar/index.htm
SIFREI LUBAVITCH
http://books.chabadlibrary.org/sifrey_yesod/index.htm
ABOUT GEDOLEI YISROEL
http://www.famousrabbis.com/therabbis.htm
LIKUTEI MOHARAN
http://www.mohorosh.org/likutei_mohoron/
GREAT LEADERS OF OUR PEOPLE
http://www.ou.org/about/judaism/rabbis/default.htm
SHARPEN YOUR HEAD
http://puzzles.usatoday.com/sudoku/
.. א כלל גדול אין גוגעל טאלק
געוואויר געווארן אין א געשפרעך מיט יענטאאש ני"ו
ווען איך "טייפ", שרייבט זיך אויף ביי יענעם "יאנקל פאדראטשיק איז טייפינג".
אויב איך שטעל זיך אפ אינמיטן טייפן, איידער איך דרוק "ענטער", דאן שרייבט זיך אויף "יאנקל פאדראטשיק העס ענטערד טעקסט".
יישר כח ערעב יענטאאש פארן אויפקלערן די מאדנע ערשיינונג וואס איך האב נישט פארשטאנען ביז היינט. *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
און וואס מיינט דאס?
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:NAMESPACE PREFIX = O />
די מאדנע ווערטער האב איך נישט געשריבן, דאס איז געשען פון זיך אליינס, ווייל די פאר שורות האב איך זיך פארגעשריבן שוין פאריגע וואך, נאר היידפארק איז געגאנגען שלאפן פונקט ווען איך האב געוואלט שיקן די תגובה, האב איך געקאפיט די פאר שורות קיין ווארד, יעצט ביים איבערשיקן פון ווארד, איז פון זיך אליינס ארויפגעקומען די פאר מאדנע ווערטער, ואתכם הסליחה.
-HILCHOS NEDURIM
אז דער קרעטשע ניצט די אר''י זייגער
BTY עס דערמאנט פין א געווסע רבי וואס פלעגט נישט ריקען זיין זייגער ווינטער אין זימער וויל עס איז אן עיר הנדחת ווייל עיר איז אין עברית א זייגער (איי עס איז ענדערש זיך ביקען 100 מאל צי די ע''ז וואו רעדן איין ווארט עברית? א קשיא אויף א מעשה) אין ער האט זיך אלץ געווינדערט אז זיינע חסידים קימען אלץ אן א שעה שפעטער וואו אפגעשמיסט
דיין מלמד האט מסתמא געקענט עברית אזוי ווי איך קען דעניש, ער האט אודאי געמיינט צו זאגען אז "אוהר" אין דויטש איז א זייגער, ממילא קומט אויס אז א פאריקטע זייגער איז אן "אוהר" הנדחת.
גוד דזשאב!
I SOMEHOW HAD A FEELING THAT THIS WILL COME...
ביז היינט האב איך נאר געהערט פון א U-TURN
זאג מיר ווען די באקומסט דיינע לייסענס, איך ברויך פשוט וויסען ווען אראפצוגיין פון די סיידוואלק.
הייסט דאס איז ביז יעצט דרייווסטו אויפן סיידוואלק? קיין וואונדער אז איך שפיר זיך לעצטנס רואיגער אויפן גאדער ווי אויפן סיידוואק.
מען קען עס אויך רופן three point turn.
איך ווארט נאך געוואר צו ווערן פארוואס יאנאש האט אזוי ליב צו טשעפענן מיט קרעמער.
ווי לאנג פלאנסטו צו ווארטן???
היימישע;
יאנאש האט נישט געכאפט קרעמער'ס וויץ, אבער יאנאש זעהט אז די האסט יא, איז אפשר ביזטו עס מסביר פאר יאנאש'ן.
רבותי אמרתי אחכמה והוא רחוקה
איך בין היינט געוואויר געווארן אן אינטערסאנטע זאך איבער גוגל טאלק, מ'קען זיין אויף איינמאל אריינגעסיינט צום זעלביגען יוזער נעים, 10 מענטשן אויף איינמאל אויב נישט מער, און וואו אויך קען מען פון איין קאמפיוטער זיין אריינגעסיינט צו צענדליגעער יוזערס און מ'קען רעדן צו זיך אליינ'ס און מ'קען נאך מאכן א קאפרענס אויך מסתמא.
זעהט מיך דארט א טיכטיגער אינגערמאן (מיט אסאך שליסלען אויפ'ן פאסיג) ווי איך שטיי א באדראפעצטער באטראכטענדיג דעם פרישען קוויטעל. זאגט ער מיר, "פייט" עס דורכ'ן אינטערנעט און שרייב אז דער מיטער איז א "פעסט מיטער" און בעז"ה וועט מען עס "דיסמיסען" ונזכה ונחי'.
כ'וועל אייך בלי"נ מודיע זיין למזכה את הרבים.
עס וואלט געווען גאר א פאסיגע זאך ווען איינער קען מעלדן וועלכע שעות "קרעמער" ניצט זיין גוגל טאלק.
*
איך בין היינט געוואר געווארן אז א שיינער יוד שעמט זיך מיט זיין מקוה קארטל! ער איז געגאנגן צוגעגאנגן צום מאשין, זיך אויסגעדרייט, און געמאכט די מאשין זאל סקענען פון זיין "בעק פאקעט" דארט ווי דאס בערזל ליגט. איך האב אזוי געלאכט.
איך בין שוין אינאיינוועגס היינט געוואר געווארן צו וואס ס'ליגט דארט די VDO קעמרא.
*
איך בין היינט געוואר געווארן אז ס'איז א גרעסערער הידור צו צינדן ליכט "ביים פלאץ" ווי מ'דאווענט. היינט כ"א אדר, ר"ר אלימלך'ס יארצייט, האט איינער אנגעצינדן דעם ליכטל לעבן זיין טו"ת בייטעל, זעהט אויס אלטס זכר צו "לחם עוני" שעונין עליו דברים הרבה.
ר"ר אלימלך זאל זיך שוין דערבארעמען אויף דעם יוד און אים שענקן וואס ס'פעלט אים...
דיין שילדערונג האט מיר אויך געקאסט א לאך... איך פארשטיי אבער נאכנישט געהעריג די מעשה, דער איד האלט די בערזל אינעם הונטערשטן טאש פון די הויזן, יא? אויב אזוי, האט ער לכאורה געברויכט זיך אויפשטעלן אויף א בענקל כדי די מאשין זאל אויפכאפן דאס קארטל, ניין?
בנוגע די "גוגעל-טאלק", האסט דאך נישט פון מיר געפרעגט, לאז איך טאקע איבער פאר אנדערע דאס ענטפערן.
זעהט אויס אז יגר נוצט אן אנדערע מקווה ווי דיר, איך האב שוין געזעהן א מקווה וואס איז ריטשעבל פונעם בעק פאקעט.
ביי די וועי, קען איך טאקע ארויסגעבן דיינע שעות דא אין פאבליק?
איך האב געליינט און איבערגעליינט די ערשטע מורא'דיגע ידיעה וואס דו ביסט היינט געוואויר געווארן, און זיך שטארק געמוטשעט צו פארשטיין די פשט פון דיינע רייד, ביז איך האב געזען דעם צווייטן האלב פון דיין תגובה, האב איך שוין פארשטאנען כמעשהו בשני כך מעשהו בראשון, הוידעל בוידעל לאקשן מיט קעטשאפ.
======
איך בין היינט געוואויר געווארן אז די DOME העכערן HSBC באנק אין וויליאמסבורג, האט מגן דוד'לעך אויף די פענסטערלעך ביים דאך (זיי האבן מיר געלאזט אזוי לאנג שטיין אין די ליניע, אז איך האב זיך גענומען קלאצן אויפן דאך, וזה פריה).
אויך בין איך היינט געוואויר געווארן אז עס איז פארהאן אזא זאך וואס רופט זיך SELECTIVE SERVICES, איך בין אראפגעגאנגען אין פאסט אפיס בשליחות פון א חבר אפצונעמען אזא סארט רעגיסטראציע קארטל פאר די אויבנדערמאנטע פראגראם, פרעגט מיר נישט וואס דאס איז פונקטליך, ווייל איך ווייס אויך נישט, איך בין נאר געווען א שליח לקבלה, נישט להבנה.
נאך איין זאך בין איך היינט געוואויר געווארן, אז דער 'גרויזאמער' האט נאך א ניק! פרטים לא יבואו.
1) די זוהן (חמה) איז נענטער צום ערד קוגל ווען זי גייט אדורך איבער ארץ ישראל.
2) די לבנה דערנעטערט און דערווייטערט זיך צום ערד קוגל עטליכע מאל אין אפארלויף(במשך) פון איין טאג.
3) די ערד קוגל שטייט און די זון דרייטזיך.
_________
קרעמער,
דארפ'סט זיך נישט אנצולדיגן אף דעם וואס דו האסט געקלאצט אין דאך, ס'איז לכתחילה אזוי (ככתוב דע מה למעלה ממך,) נא דען אין אזא דור מבול איז דאס דער איינציקסטער זייט אף דער וועלט וואס איז נאך געבליבן ריין (אויך נישט אלע מאל). תוקן על ידי - גם_זו - 18/05/2006 11:20:19
since your last comment in this ashkol bred went up 4 sents,i paid yesterday $2.29 !!!!!
but its still cheaper then gas...or milk
ווען דו וואלסט געזען ווי שטויביק די דאך פון אט דעם באנק איז, וואלסטו נישט געזאגט אז דאס איז די איינציקע ריינע פלאץ אויפן פלאנעט (ערד קוגל).
עס איז געווען אזוי שמוציק, אז דער שחור וואס איז געשטאנען אין די רייע אונטער מיר האט געבליטשקעט דערקעגן.
טאטעניו איז טויט מעשוגע!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
2.825 תוקן על ידי - טאטעניו - 18/05/2006 23:44:10
השתא דאתית להכא, אז די ביסט שוין יא געוואור געווארן דעם סוד, בעט איך דיר האלט עס ביי דיר, מאך א שווייג!
COPY?
[בילד – נישט אפגעהיט]
{באגב, דיין לעצטע תגובה, דערמאנט מיך פון טאטעניו'ס אשכול מיט 38 תגובות אינטער א האלבע שעה!}
[בילד – נישט אפגעהיט]
אן אינטערסאנטער אשכול ארויפצוברענגן