טעלעפאנען
1) סעלפאונס וואס צעקלינגן זיך אין בית המדרש אינמיטן שטילע שמונה עשרה.
2) אינגעלייט וואס לויפן ארויס מיטן טלית אויפן קאפ אינמיטן ברכת יוצר מיטן סעלפאון ביים אויער.
3) פרויען וואס רעדן אויף סעלפאון'ס שטיפענדיג א קערידזש מיט די אנדערע האנט און די קינדער שרייען און וויינען און א קאר קומט און זי באמערקט נישט.
אין שוהל
4) מענטשן וואס ריקן זיך אן יעדן טאג צום לעצטן מנין.
5) מענטשן וואס זיצן ביים לעצטן מנין און שמועסן אדער טרונקן קאווע, הערשט נאכדעם כאפן זיי זיך אז זיי האבן נאכנישט געדאווענט.
6) די גראטעס ביי די מקוה טירן. וואס טוט מען אויב עס פאסירט ח"ו א פייער? הצלה?
7) מענטשן וואס לאזן אייביג איבער א האלבע צעביסענע קאצקע ציקער נעבן זייער ליידיגע קאווע גלאז.
די ליסטע איז נאך גרויס..