היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאצים! גיוואלד! היינט דינסטאג הפגנה אין בית שמש

נאצים! גיוואלד! היינט דינסטאג הפגנה אין בית שמש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1816248

ארגינעלער » 22/2/2006 07:35

"שטופ! שטופ! גיוואלד! נאצים!"

אויף די קליפ זעט מען א טיפיקעל הפגנה פון חרדים אין ארץ ישראל.

די יעצטיגע מחאה איז פארגעקומען היינט דינסטאג משפטים אין בית שמש וואו די עירי' איז געקומען מיט פאליציי און פארשלאסן אן אומלעגאלע מקוה.

די פאליציי האט געהאקט קעפ און ארעסטירט צענדליגער, ביז ס'איז זיי געלונגען צו צוברענגען די סעמענט טראקס וועלכע האבן פארשטאפט די מקוה.

נאכדעם וואס די פאליציי איז אוועקגעגאנגען האבן די חרדים אויסגעליידיגט די מקוה פון סעמענט. אן ארבעט וואס האט געדויערט שעה'ן. די פאליס איז צוריקגעקומען און מען האט זיך ווייטער געשלאגן.

אבער צום סוף האבן די חרדים אויסגעפירט.

אויף די אויבנדערמאנטע קליפ זעט מען וויאזוי די חרדים שטופן צוריק די פאליציי ביים אנפאנג פון די מחאה

ארגינעלער » 22/2/2006 08:26

קליפ נומער 2

אויף די קליפ זעט מען וויאזוי די ציוניסטישע משטרה ברעכט אן די ביינער פאר א יונגערמאן

משהוואלף » 22/2/2006 08:37

could you please upload this video some where else i should be able
to download it with my filter

thank you

ארגינעלער » 23/2/2006 02:24

קליפ 3

בעפאר'ן גיין במלחמה האבן זיי קודם פרובירט צוריקצוהאלטן די ציוניסטישע פאליציי בתפלה

ארגינעלער » 23/2/2006 04:04

קליפ 4

די פאליציי ברעכט דורך דעם ווידערשטאנד און דער צעמענט טראק דערנענטערט זיך

ארגינעלער » 23/2/2006 04:29

קליפ 5

די יונגעלייט פרובירן מיט די לעצטע כוחות צו שטערן די ארבעטער פון אריינגיסן די צעמענט אין מקוה

איך_הער » 23/2/2006 19:43

איז דאס די איינציגסטע עצה ווי אזוי צו לייגן קליפס ? ס'איז נישט נארמאל קודם איז די גאנצע סייט פול מיט מאוס'ע אדווערטייזמענטס און נאך אלעם קען מען צופלאצט ווערן ביז אלע משוגעת'ן לאזן נאך און הערשט דעמאלטץ הייבט זיך אן פרישע ביז עס ווערט אינגאנצן דאונלאוד