היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בקשה ואזהרה - נישט טוישן דעם אויסשטעל

בקשה ואזהרה - נישט טוישן דעם אויסשטעל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1815939

כל_העולם » 21/2/2006 22:32

מיר האבן שוין עטליכע מאל געבעטן פון די חשוב'ע חברים, אז צוליב די טובה פון די ליינער זאל מען נישט טוישן דעם גראפישן אויסשטעל פון די תגובות.

אזויווי עס זענען פאראן שרייבער וועלכע האלטן זיך נישט דערצו טראץ די פילע בקשות, מוזן מיר מעלדן דעם פיינפולן באשלוס, אז מיר וועלן מוזן אננעמען שריט אקעגן די וועלכע האלטן נישט איין די תקנות, פון אויסמעקן תגובות ביז גענצליך חוסם זיין.

מיר האפן אז איר וועט עס אננעמען מיט פארשטענדעניש און איינזען.

א דאנק.

כל_העולם » 21/2/2006 22:35

מען טאר נישט טוישן דעם פאנט פון אריאל (Arial), ווי אויך פון דעם סייז פון (pt 10).

עס איז אויך נישט ראטזאם צו לייגן קיין בעקגראונד קאלירן.

אלע אנדערע טוישונגען זענען נישט קיין פראבלעם, פונקט ווי ביי די אלטע אויסשטעל.