איך הער אז דער רב פארט קיין שיקאגא צו די מיעל מארט שחיטה.
האט עס עפעס צו טאן מיט רובאשקין'ס מיליאן דאלאר אפפער פאר קרית יואל?
ביטע מעלדן ווער ס'האט נייעס.
ער איז קוים אהיימגעקומען שוין פארט ער ווייטער??
כ"ק דער רב שליט"א וועט אפשטאטן א באזוך און עטליכע שלאכט היייזער (מיעל מארט איז נאר איינס פון עטליכע) , און די מיד- וועסט, זייענדיג אונטעוועגנס אהיים פון קאליפארניע.
אי"ה דאנערשטאג וועט ער לאנדן און א גוטע שעה אין ניו יארק.
ליצים זאגן אז ווען עטליכע זאלונים האבן געבעטן ר' זלמן לייב ער זאל אויך פארן צו די שלאכט הייזער, און ווייזן פאר יעדן אז ער ווייסט אויך וויאזוי מ'קוקט אויף הינדל, נישט נאר זיין ברידער אהרן...
האט ר' זלמן לייב געזאגט מייט א ציבראכענקייט:
יעצט קען איך נישט פארן, ווייל יעצט בין איך אליין גע'שאכטן...
תוקן על ידי - כל_העולם - 21/02/2006 22:25:22
וואס איז רובאשקינ'ס מיליאן דאלער אפפער פאר קרית יואל ?
זיי ווילן נעמען די קרית יואל'ער שחיטה ?
alleged ???
דורך וועמען ?!
איז דא עמיצער וואס האלט אז ער וועט נעמען די פלייש אן אליין אראפשיקן שוחטים ?
רובאשקין שלאגט פאר אן אייגענע שחיטה פאר קרית יואל אין זייער פלענט אין אייאווא
צוויי טעג א וואך וועלן סאטמארע שוחטים אראפ פארן קיין אייאווא צו שעכטן ספעציעל פאר קרית יואל
דאס איז נאר א פארשלאג פון רובאשקין און עס איז א ווייטע ספק צו קרית יואלער רב וועט אמאל אן נעמען די אפפער
די מעשה איז, אז דער קרית יואל רב שליט"א האט אנגעהויבן לעצטנ'ס זוכן א פלאץ וואו ער זאל קענען איבערנעמען גענצליך דעם שלאכט הויז בשעת די שחיטה, און נישט ער זאל קומען צו יענעם ווי א גאסט.
עס הייסט אז ר"י מייזליש שליט"א, דער ראש השוחטים ובודקים פאר די עדה החרדית אין ארץ ישראל, איז שוין אויך געקומען קוקן דעם פלענט צו זען אויב ער קען דא שחט'ן אנשטאט אין ארגענטינע, וואס מען לאזט נישט אריין פון דארט קיין פלייש קיין ארץ ישראל. און דער קרית יואל רב שליט"א האט שוין מיט אים גערעדט איבער דעם פלענט.
עס איז דא א שטארקער טשענס אז קרית יואל וועט אנהייבן שחט'ן אין רובאשקין פלענט אין אייאווע!
וואספארא פלייש, בשר בהמה?
הלואי זאל שוין מתיר זיין ררובאשקינ'ס פלייש, און סאטמאר זאל קענען דארט שחט'ן די שחיטת סאטמאר.
דער עולם וועט זיין דער וואס וועט הנאה האבן די פרייזן פון פלייש וועלן פאלן גאר שטארק.
און די סטארס וועלן אויך נהנה זיין דערפון ווייל זיי וועלן פטור ווערן פון מעיל מארט וואס טרעט אויף יעדעם איינעם ווייל ער איז אליין ביי די חסידישע אידן.
עס איז שוין די העכסטע צייט דערצו מיר אידן פון וויליאמסבורג ווארטן דעראויף בכליון עינים.
עס פארן שוחטים סאטמערע יעדע וואך מיט א פליגער צו טשיקאגא און צו טאראנטא
צו שחט'ן פאר סאטמאר, מיל מארט,
איך ווייס נישט צו עס וועט זיי זיין בעסער אייאוווע צו טשיקאגא
ביז היינט פלעגן דער רב און קר"י דיין יעדעס יאר פארן צו טשיקאגא אמאל אין טאראנטא
און גאר לאנג צוריק פלעגט מיל מארט שחט'ן א שטיקל צייט און ארגענטינא
למעשה גייט צוריק ארויף קומען די מעשה מיא ווייסמאנדל'ס שחיטה
אויב איינער געדענקט דברים כהוויתן און ווי אזוי איז היינט זאל ביטע פאוסטן
איין סאטמאר יא מען רעדט פון בשר בהמה
Tuesday, February 21, 2006
RUBASHKIN offers $1,000,000.00 (a Million dollars) Donation to Satmar Monroe
Rabbi Aaron Teitelbaum the Rav of Satmar Monroe it is alleged that he is being offered a million dollar donation for his Mosdos if he will accept the Rubashkin meat in Monroe.
Rabbi Aaron Teitelbaum is now on the way to the Rubashkin plant in Iowa to give his blessing.