היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » BRAKING NEWS זאלונים קלאגען בען אסטרער

BRAKING NEWS זאלונים קלאגען בען אסטרער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1814762

yones69 » 21/2/2006 06:04

די דעפרעסטע זאלונים, בראש פון דעם ליגעל טיעם פון 
יעקב בער טייטלבוים
שלום דייטש
יוסף מרדכי כהנא
וואלף מארקאוויטש

האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן זייער לאיער בען אסטרער, מיט די טענה אז בען אסטרער האט גענומען פון זיי איבער א פערטל מיליאן דאלאר מזומנים, און זיי צוגעזאגט בתקיעת כף אז ער גייט זיי דעליווערן א פסק וואס זיי ווילן.

דערווייל האט אסטרער געמאכט שווערע געלטער און זיי געגעבן א מכה בדופן.

איצט הייבן די לוזערס אן א מערכה קעגן אסטרער.
און מיר קענען רואיג לאכן און קוועלן פאר שמחה. ווי די קארפען קעפ שלאגן זיך צווישן זיך.

אבי נישט צווישן אידן, זאגט מען ביי אונז.

ראדני152 » 21/2/2006 06:43

די ארוינים ברענגן א נייע מעשה יעדע פאר מניט, ברענג פראפ אויף די מעשה

ארגינעלער » 21/2/2006 16:53

BEN OSTRER האט גארנישט גאראנטירט

ער האט זיי סתם געזאגט אז ער וועט טרייען זיין בעסט. וואס קען מען אים קלאגן... קען מען עפעס באווייזן.


ס'איז סתם א סימן פון דעפרעסיע.

yones69 » 21/2/2006 17:28

ראדני די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

BEN OSTRER האט גענומען א פערטל מיליאן דאלאר מזומן (איין עבירה)
ער האט עס נישט איינגעמאלדן פאר די IRS (נאך א עבירה. פעדערעל CRIME)

אברהם בער יאקאבאוויטש האט באווייזן אז ער האט אים געגעבן געלט און OSTRER האט עס נישט REPORTED, און יעצט איז שוין 2006.

הקיצור. די זאלונים גייען ברענען די פיס פאר זייער אייגענעם לאיער BEN OSTRER


אוי וועט זיין FUN

תוקן על ידי - כל_העולם - 21/02/2006 22:08:11

זשוליאני08 » 21/2/2006 19:09

די זאלונים ליגעל טיעם גייען ווייטער פון א פשוט'ע מעל-פרעקטיס קעגן בען אסטרער.
זיי גייען אים געהעריג מסר'ן מיט קרימינאלע מיסברויכן אז

ער האט זיי ליגענט געזאגן
ער האט זיי צוגעזאגט א געווינס דורך קרומע וועגן
ער האט גענומען מזומן
ער האט נישט איינגעמאלדן די געלטער, ווי עס פארלאנגט זיך געזעצליך.
און אז ער האט זיי פארראטן.

OSTRER זאגט אז ער האט זיי געהעריג פארטרעטן און אז ער האט קיינעם נישט צוגעזאגט קיין געווינס, ער האט געטאן וואס יעדער לאיער טוט.