היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברוך דיין אמת: ר' משה האפמאן ז"ל

ברוך דיין אמת: ר' משה האפמאן ז"ל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1813263

איוואן » 20/2/2006 03:48

יעצט אנגעקומען די ביטערע בשורה אז א דער אלטער יוד ר' משה האפמאן ז"ל וועלעכער איז דער מייסד חברה שומרים איז נפטר געווארן, אין די ניינציגער יארן.

ר' משה ז"ל פלעגט ביז נישט לאנג צוריק זיצן פארענט פון זיין אלטן ספרים געשעפטל אויף ליע עוו. אין האלטן אין דער האנט א שומרים ראדיא.

ת.נ.צ.ב.ה.



תוקן על ידי - איוואן - 20/02/2006 3:49:38

mechel19 » 20/2/2006 04:56

ר' יקותיאל יודא בן ר' משה איז נעבעך געווארן א יתום'ל,
המקום ינחם אותו בתוך שאר אבילי ציון וירושלים

מבני_בניו » 20/2/2006 06:23

איז דעס די עכטע?

מבני_בניו » 20/2/2006 07:36

איך הער סהאט געדארפט זיין א ברית פאר א אייניקל היינט, און מהאט עס נישט געקענט מאכן, אינצווישן איז ער אוועק.

אייןסאטמאר » 20/2/2006 19:45

ער פלעגט יארן לאנג ארימגיין ביי חתונות און דערמאנין דעם עולם צו דאווענען מעריב, מיר (די עלטערע) געדענקען  זיין שרייען מעריב מעריב ביז ווען ער האט צאמגעשטעלט א מנין, איז ער גראד געגאנגען צו א צווייטע ווינקעל אדער א אנדערע זאל צו דערמאנען נאך אידן צו דאווענען מעריב, זיין זכות הרבים אויף דעם אליין איז אין לשער.

טראץ וואס ער איז גיווען א פאפא חסיד פלעגט ער קימען אסאך צו רביה"ק זי"ע ויבלח"ט רבינו שליט"א ביי פארשידענע געלעגענהייטן, איך געדענק איך פלעג אים זען יעדע כ"ו אב דאווענען אין ראדני, און לערנען משניות לע"נ רביה"ק זי"ע, ער האט אויך א סאטמארע איידעם, איצקאוויטש שיך סטאר (אפשר מערערע).

יהא זכרו ברוך, ת.נ.צ.ב.ה.

בא_ללמד » 20/2/2006 21:19

ער איז געווען 95 יאר אלט. גאר א חשוב'ער ערליכער איד. יהא זכרו ברוך.

אין זיין ספרים געשעפט האט מען אפט געקענט טרעפן אנטיקן ממש, אבער מ'האט נישט געקענט אריינגיין דארט צו אפט...

העלפ_פליז » 20/2/2006 21:51

נעקסט טיים מאך א בעסערן קעפל
איך האב געמיינט אז די מאכטס חוזק פון יאסי בראך

yankees » 21/2/2006 02:18

אזוי פלעגט ר' משה ע"ה זיצן אין פראנט פון זיין סטאר אויף ליע עוו. אגאנצן טאג, און געליינט/געלערנט. און ווען איינער איז אריבער צווישן עם און זיין סטאר האט ער געגעבן א שריי סעיל!! און גלייך ווייטער געלערנט.
יהא זכרו ברוך !

[בילד – נישט אפגעהיט]