די אהרונים האבן דערווישט די לעצטע וואך א גאנצע הויפן מיט טעיפס פון רבינו שליט"א, ווי די אינשי דלא מעלי בראש פון ר' זלמן לייב העצן רבינו שליט"א, אויף גאר א בארבארישען אופן, ממש צו שוידערן, די שכל אנושי צוגייט ווען מען הערט דאס, וואס גייט אויפשטורעמען די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו.
דאס הארץ צוגייט ווען מען הערט די טעיפס, טרערן פליסן ווען מען הערט דארטן ווי זיי ציען אן מיט רשעות און אכזריות רבינו שליט"א א איד פון 90 יאר, דאס רשעות דערפון איז איין לשער.
די גאנצע וועלט וועט הערן קלאר און דייטליך דאס וואס די רשעים ורוצחים האבן אפ געטאן מיט רבינו שליט"א די לעצטע 7 יאר, און יעדער וועט הערן קלאר די מצב ליידער פון רבינו שליט"א.
מער פרטים וועל איך מעלדן אין די נאנטע טעג.
איין קליינע נאטיץ וועל איך יעצט שרייבן וואס מען הערט ר' זלמן לייב זאגט פאר רבינו שליט"א אז "סאשע" פירט אן א גאנצע גרופע פון שקצים וואס זאלן רח"ל הרג'ן רבינו שליט"א.
מען הערט ווי רבינו שליט"א ווערט אנגעצויגען און צובראכען און ער ריפט זיך אן: איך וויל נישט זעהן דעם "טאשער" פאר די אויגן, דער "טאשער" זאל מיין שוועל נישט איבערטרעטען.
תוקן על ידי - כל_העולם - 20/02/2006 3:01:06