היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קאשויער רב מוחה אויף עטרת אברהם

קאשויער רב מוחה אויף עטרת אברהם

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1812496

אלעסאמת » 19/2/2006 18:14

נעכטן נאכט איז געווען די דינער פון קאשויער מוסדת און זאל פון עטרת אברהם און ווען ר' זלמן לייב איז דארט געווען האט די קאשויער רב זיך אויף געשטעלט און האט געזאגט אז אזוי ווי די הנהלה פון עטרת אברהם איז יעצט דא וויל ער מוחה זיין אויף די פירצה פון די זאל און נעקסטע יאר זאל מען אדער נישט דא מאכן די דינער אדער זאל די הנהלה פון עטרת אברהם טוישן די זאל

איוואן » 19/2/2006 19:24

רז"ל איז אריינגעקומען אינעם זאל פונקט ווען ר אליעזר חיים האט אנגעהויבן צו רעדן, ער האט נעבעך געברויכט זיצען דארטן א אנדערט האלבן שטונדע אויסצוווארטן ביז די דרשה ענדיגט זיך, ר' אליעזר חיים האט געהאקט אויף אלעם וואס איז שייך אין אינדערצווישן האט ער זיך אנגערופן אז ער וויל מער נישט קיין פאמפע, אין אז ער האט שוין געבעטן די עסקנים פון אנפאנג אז מען זאל צוריק ציען פון עטרת אברהם, אבער זיי האבן געטענהט אז מען האט שוין איינגעשטעקט א דיפאזיט.

ער האט נאכדעם געזאגט אז ער הערט אז די זאל איז די ערגסטע פריצות'דיגע זאל צווישן אידישע געגענטער אין עס פאסט דירעקט נישט פאר די הייליגע וויליאמסבורג, אין ער וויל טאקע דא זאגן פאר די בעלי בתים פון די זאל אז זיי זאלן אויפהערן אריינברעגן פריצות אין ווילי, אויב נישט וועט קאשוי מער נישט מאכן קיין מסיבות אין עטרת אברהם..

די גאנצע צייט ווען מען האט אנגעגאסן רז"ל מיט הייס וואסער איז ער געזיצן אין געבלעטערט א קונטרס'ל פון קאשוי ישיבה, מאנכע זאגן אז עס איז נישט דא דארט אזופיל צו ליינען וויפיל ר' זלמן האט געקוקט דערינען, אחוץ אויב ער האט עס איבערגעקוקטו 3-4 מאל.

גלייך נאכן דרשה האט ער זיך אויפגעהויבן און געגעבן מיט א קאלטקייט די הענט פאר ר' אליעזר חיים אין אנטלאפן פון דארט. תוקן על ידי - wassa_dif - 20/02/2006 6:45:49

אייןסאטמאר » 19/2/2006 19:35

וואס וויל מען נעבעך פון אים, ער איז דאך צובראכן אויף שברי שברים.

איך הער אז ער האט געזאגט פאר  קאשויער רב אז ער זאל רעדן דערוועגן צו ר' בעריל פר"מ

העלפ_פליז » 19/2/2006 22:51

אזוי שרייבט דער ניק אויסש... וואס איז דער מנהל פונעם פורום חדשות שונאי סאטמאר

אזוי שרייבט ער דארט:
"דער פורים ראבינער המכונה טשיף ראביי האט געכאפט גוטע שלעק. נישט פון די ארונים.
נאר גאר פון זיין אייגענע רבנים... ר' אליעזר חיים בלום האט אים גוט אויסגעשמיצט.

נישט סתם, נאר גוט אריינגעשמיסן אז ס'האט געשפריצט פון ר' זלמן לייב'ן... ס'פנים איז אים רויט געווארן. נאכדעם ווייס געווארן, נאכדעם נאכאמאל רויט אזיל סומקא ואתי חיוורא... אז ס'איז געגאנגען א רויך און ס'האט געהילכט...

ר' אליזער חיים האט געמאכט א מלוה מלכה דינער היסוד פאר מוסדות קאשוי אין עטרת אברהם, און דער חונף ר' זלמן לייב איז געקומען לעקן... און זעצט זיך אויבן-אן... אין זיין זאל.. און אינמיטן עפנט דער קאשויער זיין פיסק און הייבט אן שינדן און שניידן לעבעדיגע שטיקער... פון ר' זלמן לייב'ן וואס זיצט לעבן אים...

ער נעמט זיך שרייען אז דער עטרת אברהם איז א זאל פון פריצות.. און אזוי ווי די הנהגה איז יעצט דא  זאגט ער יעצט בתורת פסק אז דער זאל איז פריצות און מ'דארף עס שוין אפשפארן... 

דער חונף זיצט דארט, און גלייבט נישט וואס ער הערט. און ר' אליעזר חיים מאכט זיכער און נעמט זיך שרייען נאך העכער:  איך בין מוחה אויף דעם זאל. און די הנהגה וואס איז יעצט דא דארף עס פארשפארן, התולר תלוי בצאוורם

נאך די דרשה איז זיך דער לעקער און  חונף אויפגעהויבן און ארויסגעלאפן פון זאל... אבל וחפוי ראש.

----------

איז דא א טעיפ פון דעם?
אויב יא ביטע ארויף לייגן
ווייל עס איז שווער צו גלייבן אז ער זאל זאגן " איך בין מוחה אויף דעם זאל. און די הנהגה וואס איז יעצט דא דארף עס פארשפארן, התולר תלוי בצאוורם"

ווען ר זלמן זיצט הארט נעבן אים


תוקן על ידי - כל_העולם - 19/02/2006 22:52:44

yones69 » 20/2/2006 01:52



אזוי ווי דער קאשויער האט געהערט אז ר' אהרן נעמט צוריק די מוסדות און קהל איז ער שוין דא ער האט א גאנצער מגילה וואס מוחה צו זיין יעצט...

בא_ללמד » 20/2/2006 02:06

איר כאפט נישט.

דאס איז געווען א אונטערגעשטעלטע זאך.

מארגן לויפט מען אין געריכט אויפווייזן אז דער "דעת תורה" איז אז רז"ל איז יא בעה"ב אין די קהילה, והא ראי', נישט נאר רז"ל זאגט אזוי, ר' אליעזר חיים בלום האלט אויך אזוי...

רז"ל'ס רויט ווערן האט אויסגעפעלט פארן געריכט, צו קענען אויפווייזן אז ער איז טאקע די "הנהגה" קעגן וועמען מ'האט גערעדט...

א גלענצנדער שריט פון די זאליס - אייגנטליך שוין די צווייטע, נאך דעם ערשטן גלענצנדן שריט פון רז"ל זעלבסט פאריגן זונטיג...

yohcee718 » 20/2/2006 02:14

דער ר' אליעזר חיים איז נישט היינט געבוירען און ער פירט שוין אהן מיט מוחאות שוין 50 יאהר אבער יעצט אז ער זיצט אויף מקום קדשו פון זיין פאטער זצוקללה"ה האט ער באקומען א גרויסען שופר


ס'איז ביי מיר זיכער אז דער חרדישער וועלט דארף זיין גרייט אויף א מביל מיט מוחאות...

מ'וועט זיך נאך בענקען נאך ר' מאטעל'ע וויזשניצער'ס מוחאות וואס זענען געוועהן רעלאטיוויש מעסיג.

PUT ON YOUR SEAT BELTS

kerry08 » 20/2/2006 02:28

איך האב געהערט א א גוטע מעשה - לאמיך עס מיטטיילען מיט אלע ידידים אויפן פורם.

עס איז געווען אמאל א איד וואס איז געגאנגען באזוכען אין א משוגעים הויז. טרעפט ער דארט איינעם זיצען, און גייט אריין מיט אים אין א שמועס. נאך אפאר מינוט הייבט ער טראכטען צו זיך - איך זעה נישט פארוואס מען האט דעם מענטש דא אריינגעשטעלט? דער פארשוין קוקט דאך אויס פולקאם נארמאל?!.

אזוי רעדנדיג נעמט דער מעשיגענער ארויס זיין טאביק פושקע - און איז מכבד דעם אורח צושמעקן טאביק. דער געאסט האט אנגענומען דעם כיבוד. אזויווי נאר ער לייגט צו די פושקע צו די נאז געט יענער אים א פארקלאפ דעם דעקל  אין ס'האט אים א קוועטש געטאהן אויף די נאז. 

וואס איז דאס?  - פרעגט אים דער גאסט מיט וואונדער?!. 

ענטפערט ער אים: נעקסט טיים  גלייב וואס מען זאגט דיר - מעשיגע איז מעשיגע...!!

yones69 » 20/2/2006 02:59



אין די נעקסטע דרשה וועט שוין ר' זלמן לייב קענען זאגן "באמת" וואס רבינו זי"ע האט געזאגט אויף אים.


וואס כידוע האט זיך רבינו זי"ע גאר שארף אויסגעדריקט אויף אים ווען מען האט אים געוויזען זיין ספר דוד ודור וואס ר' אליזער חיים האט ארויסגעבען און רביה"ק האט עס אראפ געווארפן אויף דער ערד.

תוקן על ידי - wassa_dif - 20/02/2006 6:48:44

פאטאקי08 » 20/2/2006 19:33

דא האט עטץ די עכטע קאשוי'ער פרצוף
ער איז מוחה אין גרויסן אזש ער שעמט זיך נישט ברבים צו פארשעמן א רב וואס זיטס און צענטער פונעם אויבן אן
און ער איז מוחה . און ער אליין באנוצט זיך מיט זאל
וואס הייסט
"מום שבך על תאמר לחברך"
ער זאגט מען האט שוין געלייגט א דעפאזיט
וואס הייסט ? אויב טאר מען נישט וואס איז די תירוץ וועגן געלט

די שאלה איז נאר ר' זלמן פארוואס גייט ער אהין ווען ער ווייסט ווי שלעכט זיי זענען געווען פאר זיין אייגענעם טאטן. און ער גייט אהין נא איז ער זיך אליין שולדיג האט צוריק געכאפט א גזונטן פראסק פון זיי אליין

דא כאפט ער פון סאטמאר פון ראזענוואסער
גייט ער צו אהבה מוסתרס כאפט ער פון זיי

העברת פי ה' היא לא תצלח

בא_ללמד » 20/2/2006 21:34

זייט נישט באזארגט, דאס איז נאר דער אנהויב.

רז"ל און זיינע חברה וועלן גאנץ שנעל געוואויר ווערן פארוואס רבינו שליט"א האט מיט די קאשויער בהמות נישט געקענט גיין צום טיש. א באנדע פאנאטישע עקסטרעמיסטן און לא לנו'ס, פארמאגן נישט די פונדאמענטאלע פרינציפן פון מענטשהייט און תורה'דיג, אלעס איז יהרג ואל יעבור, וכו' וכו' וכו'.

ווייזט אויס אז ביז היינט האבן די אלע אויסגעשפיגענע געשפירט אז זיי דארפן האבן רז"ל אלס שטעקן אקעגן דעם רב שליט"א, ווי אויך אז ער זאל זיי געבן לעגיטימיטעט, יעצט ווען זיי האבן שוין אויסגענאגט דעם ביין ביזן לעצטן טראפן, און רז"ל האט זיי שוין ארויפגעברענגט אויף דעם שטאפל וואס זיי האבן געוואלט זיין, דארף מען אים דאך אויך שטעלן אויפן פלאץ.

נאך אלעם איז דאך נישט גענוג אז ר' אליעזר חיים זאל זיין פון די פירער, ער מוז דאך זיין דער פירער זעלבסט.

די איינציגע עצה אים שטיל צו מאכן איז אביסל מער אויפצופלאקערן דעם פייער צווישן די ברידער, וואס ברענט שוין אונטן גאנץ פעסט, און ווען ער וועט זיין פארנומען וועלן שוין די יהרג ואל יעבור'ס געריכטעט ווערן צו אנדערע ערטער... מיר וועלן שוין האבן מנוחה.

העלפ_פליז » 20/2/2006 21:46

בא ללמד
ווי האלט טאקע דער מצב דארט?
אליעזר חיים איז דער עלצטער?

חיים_יושע » 20/2/2006 21:47

האט איינער א טעיפ פון די דרשה?

אדער א פיקטשער פון רז"ל ביים מעמד? תוקן על ידי - כל_העולם - 20/02/2006 22:41:39

בא_ללמד » 20/2/2006 21:55

ר' אליעזר חיים איז דער עלצטער, און עס קאכט זיך דארט א פעסטע מערכה צווישן אים און ר' שמחה ישראל, נישט קיין צופיל קלענערער עקסטרעמיסט, וועלכער איז עמטליך דער "דיין" אין קאשוי, אבער פאקטיש איז ער דער איינציגער וואס וואוינט אין קאשוי, און אסאך קאשויער תלמידים שטיצן אים בכלל.

hotwire » 20/2/2006 23:17

למעשה בעל הבית אין קאשוי איז ר' משה מנחם, אין ער העט געמאכט א יד אחת מיט ר' אליעזר חיים, ווייל ר' אליעזר חיים האט געדעקט זיינע שטיק אלע יארען, יעצט איז די פראבלעם אז אויב ר' אליעזר חיים וועט האלטען אזוינע דרשות וועט דאך דער בעלבאטישע עולם פין קאשוי, א דוגמא די פישמאנ'ס וכו' אויפהערען צו געבען געלט, און וואס וועט ר' משה מנחם דעמאלטס טוען.

איין עצה האט הער אוועק נעמען די מייק פון ר' אליעזר חיים, מער וועט ער קיינמאל נישט אויף טרעטען.

דריי מאל האט ער גערעדט פאר א גרויסען ציבור, אין אלע דריי מאל האט ער זיך אנגעמאכט, מ'האט געמיינט אז ער איז געווארען מער סאליד במשך די יארען, אבער ער דארמאנט די מעשה פון ר"ר יונתן מיט די מייזעלע.

א. אין קאנטינענטאל ביי די עצרת הספד למלאות השלושים, האט ער מסביר געווען פאר יעדען אז ווער ס'עסט בהמה פלייש איז פסול לעדות.

ב. און ארץ ישראל, אז עס איז א מצוה צו האקען שטיקער פון די קינדער.

ג. עטרת אברהם.

yohcee718 » 21/2/2006 00:08

א ביסל איבער די מאס

קאשויער רב אין רוב פון זיינע קינדער זענען פיינע איידעלע קינדער מיט זייערע מיינונגען כבודם במקומם מונח

ס'איז נישט פאר א סאטמארער צו זאגען אז ביז אונז איז נארמאל ווייטער פון אונז איז קוקו.

בין אדם לחבירו איז דער עיקר, ר' שמחה ישראל ווי ווייט איך קען איהם  אן איידעלער איד בדרך אביו און מאכט נישט קיין מוחאות רעכטס אין לינק'ס חוץ ר' אליעזר חיים זענען כולם אהובים נארמאל.

דער ר' אליעזר חיים ווי דערמאנט פריער איז גאר אנאנדערע פרשה ער גייט אונז געבען לעקען האניג.

און ווי דערמאנט פריער דער סאטמאר רב אליין האט איהם געהאלטן פאר
OFF THE WALL

כאטש מ'קען דאך זאגען דאס זעלבע אויף דער קאשויער רב אליין

איך האב געהערט זאכען פון א איד וואס איז געשטאנען בשעת מעשה ווען סאטמאר רב האט איהם אוועק געמאכט. ואכמ"ל

אבער דאך דער קאשויער איז דאך געוועהן א הייליגער איד כל ימיו בתורה ועבודה בלי הפסק והכל לשם שמים ריין ריין ריין קדושה זצוקללה"ה, ס'איז מיר נישט קיין נפקא מינא וואס סאטמאר רב האט געזאגט אויף איהם. אבער ר' אליעזר חיים איז דאך גאר ווייט פון דעם ...

hotwire » 21/2/2006 00:30

יוחי, איין זאך איז כולי עלמא מודו ר' אליעזר איז א אפגעהיטענער אן ערליכער א תלמוד חכם מער ווי אלע ברידער, אבער אן עקסטרעמיסט איינס אין די וועלט

וילי_ראביי » 21/2/2006 00:50

ווילי יונג אין ח.א.ס. שרייבט א בריוו

[בילד – נישט אפגעהיט]

בא_ללמד » 21/2/2006 01:00

קוקט אויס אז ער דארף טאקע נאכאמאל דעם זאל...

פארפאלן, יהרג ואל יעבור איז רעזערווירט נאר אקעגן סאטמאר [אינטערנעט איז נאר א ספק יהרג ואל יעבור, לדעתו...], און שגץ שטיק טוט מען נאר אין סאטמאר.

אין מיינע אויגן איז דער בריוו אן עפנטליכער אנערקענונג פונעם קאשויער בהמה אז סאטמאר זענען נאר די אהרונים, און במילא קענען נאר זיי באגיין עוולות...

נישט געזארגט, עס וועלן נאך קומען פון אים א שיינע פאר אזוינע "חרטה" בריוו.

-----------

אגב, ווער איז דער כ"ק רבינו זצ"ל ?

צו האט זיין הייליגער טאטע נישט גערעדט אויף קיין יחידים ?

איז ביי די סקול דיסטריקט פרשה נישט געמאלדן געווארן אויף עמיצן אז ער איז א "מחטיא את הרבים" ?

חוץ אויב מיר וועלן אננעמען אז ער האט יעצט נישט געמיינט קיין יחידים, פונקט ווי זיין טאטע האט קיינעם נישט געמיינט...

13Hooper » 21/2/2006 07:18

ווער פין די קאשוער קינדער האט ביי דער מציצה בפה מיטינג אין סיטי האלל געוויזען מיט דעם פינגער אויף מעיאר בלאמבערג אין די אויגען אריין  אהן קיין רעספעקט פאר דעם מעיאר?

feineryid » 21/2/2006 08:15

איך האב די מעשה אליין געהערט פין אן אלטען תלמיד פין קאשוי רב ז"ל עס איז געשעהן אין די ערשטע יארען וואס די יראפעישע ייודען זענען אנגעקימען קיין אמעריקע די אגודת ישראל אין אמעריקע האט איינגעלאדענט דעם קאשוי רב זל צי האלטען א דרשה אויף אן אגודה קאנפערענס די רבי זיע האט דאס דערהערט אין ער האט זיך זייער געבייזערט אז א היימישער רב זאל האלטען א דרשה אויף די אגודה קאנפערענץ די קאשוי רב זל איז געקומען צי די שלוש סעידות פין רבין זיע אין די רבי האט איבערגעגעבען זיין פארדרוס צים קאשוי רב זל דער קאשוי רב זל האט געטענה" ט מיטן רבין אז ער וויל נאר אויפטין פאר יידישקייט מיט זיין דרשה ביי די אגודה קאנפערענץ האט די רבי זיע גענפערט צים קאשוי רב אז ער איז מסכים ער זאל גיין האלטען א רדרשה מיט איין תנאי; אויב די קאשוי רב זל וועט זאגען ביי די אגודת ישראל דרשה דאס וואס די רבי הייסט עם זאגען........ צים סוף איז די קאשוי רב זל נישט געגאנגען צי די אגודה קאנפערענץ........

אומדירעקט » 21/2/2006 19:53

אוי איז זיס די לעצטערע פאר ווערטער:*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

שכל זמן שתוכחות בעולם "נחת רוח" טוב וברכה באין לעולם... ...ונא לקבל דברים אלו למסירת מודעא על העתיד...

 

ס'ווארט זיסע צייטן פאר כלל ישראל

 

feineryid » 21/2/2006 23:31

.........

feineryid » 22/2/2006 00:02

תמימות איז טאקע זייער א חשובער ענין

פיןדעס וועגען איז זייער וויכטיג אז איינער וואס וויל זיין א מנהיג הדור זאל זיין א חכם

דער ר' אלעזר חיים האט ביים לעבען כסדר פארדרייט די קאפ פין טאטען מיט משוגעתער

ער האט זיך איינגערעט אז ער וועט מאכעט זיין טאטען פאר דעם מנהיג הדור

דערפאר האט ער כסדר געפיטערט זיין טאטען מיט זיינע מעשות אז די ייודישער וועלט גייט אינטער
אין אויב דער טאטע דער קאשוער רב וועט נישט טהון עפעס גייט די יידושקייט ממש שוין לטומיון

אין דער טאטע מיט זיין תמימות איז שוין געלאפען בקול בוכים האלטען די דרשות וואס ר' אלעזר חיים
האט עם געפיטערט

אין דער ר' אליעזר חיים האט כסדר מיט זיינע משוגעתען אריין געשלעפט זיין תמימותדיקען טאטען אין
אלע ערליי נישט וויכטיגע מחלוקת

אינטערסאנט צי באמערקען אז די מנהיגות פין די קאשוערס איז באשטאנען כסדר אינטערצירייסען וואס
א צוויטער בויט

באשר זיי אליין האבען נישט געהאט קיין אנונג אליין וויאזוי צי בויען ייודישקייט דהייננן
ערענסטע ישבות אבער מיידעל סקולס אבער כשערע בוטשער סטארס

זייי האבען נאר געקענט שרייען פארוואס ביי א צוויטען טויג נישט אבער אליינס האבען זיי
באוויזען א גרויסע 000000
/
ווען דער סאטמערער רבי האט אין די ערשטע יארען געהאט א ישיבה פין 600 בחורים אין א מיידעל
סקול פין הינדערטער מיידלעך אין א תלמיד תורה פין טויזענטער קינדער אין דער רבי האט
אנגעפלאנצט דעם נייעם דור, אין דער זעלבער צייט האט קאשוי געהאט א ישיבהלע וואס האט פראדאצירט
די שוואכסטע בחורים אין די ערשטע דור פין בחורים ממש אויסווארפאן (איר קענט זיך נאכפרעגען ביי
דיי יודען פין יענע צייט עס איז א פאקט) אין דעם דור לדור האט דער ר' אלעזר חיים געבויט אויף די
התנהגות פין די תלמידים
וואס האבען געלערענט אין זיין ישיבה

בקיצור בשעת די רבי זיע איז געוועהן פארנומען מיט אויפבויען די נייע דור איז ר' אלעזר חיים ביזי
געוועהן אין משוגע געמאכט דעם טאטען וויא ארינטער צירייסען דאס וואס א צוויטער בויט הגם אללין
האבען זיי גארנישט געהאט צי באוויזען

זיי האבען געזאגט אז די מיידעל סקול טויג נישט , נא אדרבה זאל קאשוי באוויזען וואס זיי
קענען בויען אין טאקע מיטשענען זיך מיט די שוואכערע מיידלעך אז זיי זאלען אויסוואקסען אין
אויפבויען ייודישע שטיבער
דאס האט קאשוי נישט געקענט באוויזען

קאשוי האט נאר געקענט באוויזען וויא אראפציריסען וואס א צוויטער בויט

זייט געגרייט', מיר וועלען נאך א סאך ליידען פין דעם קאשויער.......... תוקן על ידי - כל_העולם - 22/02/2006 2:09:14

yohcee718 » 22/2/2006 00:37

כאטש איך בין נישט קיין אוהד פון ר' אליעזר חיים

האלט איך אז ער איז א רב בישראל וואס מ'טאר נישט רופען קיין נעמען .

קריטיק מוז מען קענען זאגען אויך דעם גרעסטען גדול אבער דברי בזויון האט נישט קיין טעם

און בנוסח המדובר:

איך בין מוחה!!!

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

feineryid » 22/2/2006 00:40

אין נאכדערצי ווען די רבי איז געוועהן פארנומען מיט בוען די נייעם דור אין אמעריקע איז קאשוי געוועהן ביזי מיט גענבהנען מיליאנען פין שטאט מיט זייער IRVINGSTON יושוב מיט שווינדלערייען אז די אלע וואס האבען עס דעמעלט בייגעוונט האבען געזאגט אז זיי שעמען זיך אז אזעלעכע גנבים אין שווינדלערס וויא די קאשויר זענען ייודען אין אין דער זעלבער צייט וואס אלעזר חיים ' ס קאשוי איז ביזי געוועהן מיט שווינדלערייען אין מאכען געלד דארעך שווינלערייען איז די רבי געוועהן פארנומען מיט בויען ייודושקייט אין אמעריקע אין די קאשויער האבען נאך געהאט די חוצפה צי זאגען מוסר פאר אנדערע וויאזוי זיך צי פירען בשעת זיי אליין זענעל געלעגען טיף אין גבניבות אין שווינדלערייאן וואס האט געמאכט א חילול השם אין די גאצער IRVINGTON געגענט ר"ל IS THERE NO SHAME !!!!!!!!!!!!!!!

feineryid » 22/2/2006 03:23

עס איז אמת אז קאשוער רב איז געוועהן אן ערליכער יוד די פראבלעם איז אבער, ווען איינער וויל ווערען דער מנהיג פין כלל ישראל באשר די קינדער שטיפען עם אין רעדען עם אן אז ער איז די מנהיג הדור , איז זייער ביטער ווען מאיז נישט קליג (די קינדער האבען געהאט זייער אייגענע כוונות בכדיי אויפציבויען זייער משפחה נאמען וויא א משפחה מיט די מנהוגות פין כלל ישראל ...... דוי לאכט מען....)ׂ ווען איינער איז נישט קיין בעל שכל אין ער וויל ווערען א מנהיג קען ער מער שאדען טהון וויא רווח אין סאיז באקאנט אז די רבי זיע האט דאס געוויסט אין ער האט נישט געהאט קיין הנאה פין זיין מנהוגות אמביציאס!!!! מזאל פארשטיין, אז די רבי איז אויפגעוועהן נעכט אין איז כסדר געוועהן פארנומען אויפצישטעלען די נייע ייודשישע דור נאך די געוואלדיגע חורבן אי ן ער האט אוועקגעגעבען זיין גאנצער כח פאר די מוסדות אין פארען נייען דור דער יייודישער עולם נאכען קריג איז געוועהן זייער ציזאמגעבראכען פין די צרות דער עולם איז געוועהן ציזאמגעשטעלט פין פארשידענע ייודען, טייל זענען גלייך געגאנגען מיט די פרימסטע דרך , מיט א טייל האט די רבי געמיזט שווער ארבייטען אין ער האט בה מצליח מיט צריקברענגען זיין עולם צים עכטען ייודישען וועג אין נאך מער האט די רבי מצליח געוועהן אז די קינדער פין די מיטגעמאכטע ייודען זענען געווארען עכטע חסידישע יונגעלייט אופן אלטען שטייגער פלוצלינג הענגט מען פלאקאטען אז יא דער קאשוער רב קימט פין אויסער די שטאט קיין וויליעמסבורג אין ער וועט געבען אינסטראקשענס פארען רבין וויאזוי פירען די מוסדות אין עצות פאר יידישקייט אין קריטיקירער רעכטס אין לינקס וואס ער האט דורעכגעארבייט מיט דעם עקסרעמיסט אליעזר חיים!!!!! נישט דער קאשוער רב ווונט אין ווילעמסבורג, נישט ער האט ערענסטע מוסדות אין וויליעמסבורג אבער אויסער די שטאט מיט וואס ער וואלט אללין געקענט אנטיילנעמען אין האראווען אויף נייע מוסדות התורה ( אין וויא באקאנט זיין אייגענע ישיבה האט ארויסגעגעבען זייער שוואכע בוחורים א גרויסע חלק פין די ערשטע באמעס אין די ערשטע TRUCK DRIVERS פין די ציקוומפטיגער דור אין וויליעמסבורג) נא אז די האלטס אז דער חונוך איז קאפאט, דאן ביזטו נישט יוצא מיט קריטיקירען אין נאכדעם אהיימפארען ביינאכט , אדרבה אויב די חונוך טויג נישט וייז אויף מיט מעשים אז די קענסט בעסער , אין ער מיט זיינע קינדער זאלען אליין מיטמאכען די הארעוואניא אין שוויצען אין אויפשטעלען כשערע מיידעל סקולס , ישיבה'ס בוטשער סטארס און מיט דעם וויזען אז מאיז נישט קיין סתם מקשן אבער אויב קאשוי קען דאס נישט באוויזען אין זיי זענען נאר ביזי מיט העצען א קעגען אנדערע וואס וויא גווענדלעך איז דא מענטשען וואס הבען אייביג ליב צי בערען ווען משימפט די מנהוגות, חאטש די מנהוגות פארבירט די בעסטע וואס איז מעגליך מיט שווערע אומשטענדען, מיט פארשידענע ערליי משפחות ןןאס האבען שווערליכקייטען אין ייושקייט אז חאטש די קינדער זאלען מצליח זיין אויפצישטעלן ערליכע דורות , קאשוי איז ביזי מיט שנארען געלט דורך אויפהעצעו דען עולם אין אזוי דארעך שימפען אנדערע מאכען זיי געלט , אן דעם וואס זיי זאלען פראדצירען איון טאקע אויפשטעלען אייגענע מוסדות מיט די געשנארטע געלט , דאס איז שוין א חרפה אין א בושה אין אז מאיז נישט גרייט אליין צי הארעווען אויפצישטעלען מוסדות לה" ותורתו זאל מען זיך פארמאכען דאס מויל אין נישט האקען אין שימפון אנגערע וואס געבען אוועק זייער טאג אין נאכט אין זייער געזינט אויפצישטעלען דורות לה" ותורתו !!!!!!!!!!

feineryid » 22/2/2006 10:37

מגעדענגט נאך ווען קאשוי רב איז ארויסגעקימען א קעגען דעם אז מיידלעך זאלען ארבייטען אין אפיסעס יעדער טאטע פארשטייט אין פארבירט אז אז עס איז פיל בעסער אז די מיידלעך זאלען ארבייטען אין א אפיס וויא עס איז דא נאר נשים ולית מאן דפליג אבער דער פאקט איז אז עס איז דא גאר וויניג פין די אפיסעס וויא עס ארבייטען נאר וייבער אבער מיידלעך במילא איז ממש נישט דא קיין ברירא , באשר ווען מזאל לאגען די מיידלעך זיצען אין דערהיים איז פיל ערגער (עס איז יענע צייטען נישט געוועהן קיין 12 טע קלאס) איז די קאשוי רב ארויס געקימען מיט לאנגע צעטליך אז מיידלעך זאלען נישט גיין ארבייטען די סאטמערע רבי שליטא האט אויך אינטערגעשריבען אויף די צעטעל ווען די רבי שליטא האט זיך געטראפען מיט די סאטמערע רבי זיע האט עם די רבי פארגעהעלטען , מיט די ווערטער "פארוואס שרייבסטו אינטער פורסם פאפירען ציזאמען מיט קאשוי רב" די רבי האט אויך געוויסט אז סוואלט ווען געוועהן א גוואלדיגע טובה אויב עס וועט געשעהן א נס מין השמים אין עס וועט אראפקימען פין הימעל א פארטיגע אפיס וויא עס ארבייטען נאר נשים....... אבער ביז דאס געשענט דארף מען טהון די בעסטע אינטער די אומשטענדען אין היות יעדער פארשטייט אז די מיידלעך קענען נישט זיצען אינדערהיים דארף יעדער טאטע משתדל זיין אז די טאכטער זאל ארבייטען אויף די כשרסטע פלאטץ וואס איז מעגלעך זיין א סתם מקשן איז נישט קיין מנהוגות אין קיינער קען זיך נישט אליין אינדארסאן פאר מנהיג פין כלל ישראל ספעציעל דער וואס האט נישט געקענט באוויזען מיטמאכען אלע שוועריקייטען אין אליין האבען ערליכע מוסדות מיידעל סקולס אין תלמוד תורהס וכו, אין עס איז נישט דער דרך אינטערצייגראבען די מנהיגים וואס שוויצען אין ארבייטען ביטער שווער א גאנצע וואך א גאנצע ויאר אויףצישטעלען מוסדות החינוך בדרך ישראל סבא...... די אלע אויווען געשריבענע פראבלעמען וואס די רבי האט מיטגעמאכט מיט די קאשוי רב האט ער אויך מיטגעמאכט מיט ר אברהם לייטנער

נבוכדנאצר » 22/2/2006 15:46

מיר זענען מחויב צו טון וואס די גמרא זאגט

די גמרא זאגט אין מגילה כ"ה

האי מאן דסנאי שומעניה שרי ליה לבזוייה בגימ"ל ושי"ן האי מאן דשפיר שומעניה שרי לשבוחיה ומאן דשבחיה ינוחו לו ברכות על ראשו

נעמען א איד וואס איז כולו תורה און עבודה, און טאקע נישט קיין מנהיג, און איהם בארעדן אפילו אויף אן איידעלן אופן, כגון, ר' איד איהר זענט א שייגעץ - איז אסור על פי תורה ועל פי שכל

אויף יעדן איז דא שמוץ, דל מיניה פלגא וואס איז סתם שמועות רעות, דאס איבריגע קען מען פארענטפערן ווען מען הערט די אנדערע פלגא

סתם רעדן זלזולים אויף עהרליכע אידן דלא סנאי שומעניה איז קעגן די תורה לכל הדעות

ספוט » 22/2/2006 15:49

פארוואס זאגסטו אויף יעדעם איז דא שמוץ ?? אןיף ר' אהרן איז גארנישט דא..

feineryid » 22/2/2006 18:06

ווען קאשוי האט בעגנבעט די שטאט פין IRVINGTON מיט מיליאנען אין אנגעמאכט א חילול ה איום
ונורא
אז ייודען מיטען חסידישע לבוש זענען גנבים ל"ע

אין א וודאי האבען מיר נישט געהערט ר' אלעזר חיים מוחה זיין

אין קיין איין רב האט ליידער נישט מוחה געוועהן באשר קיין איין רב קען נישט זאגען טהור אני
מחטאי וד"ל

וכדאי ביזיון וכצף
תוקן על ידי - כל_העולם - 22/02/2006 21:25:32

feineryid » 28/2/2006 03:32

............