היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די טייטל'ס פון 152 ראדני און אלע קהל'ס בנינים

די טייטל'ס פון 152 ראדני און אלע קהל'ס בנינים

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1811894

אלעסאמת » 19/2/2006 05:21

ווייסט איינער ווי מ'קען זעהן די טייטל פון 152 ראדני עס איז דא שמועות אז עס איז געטוישט געווארן?
און אויב איינער קען זאל ער ברענגען אלע טייטל'ס פון אלע קהל'ס בנינים זאל מען זעהן וואס עס באלנגט קהל יטב לב
א דאנק

מבני_בניו » 19/2/2006 05:56

דו מיינסט אומזיסט לויפט מען מאכן א עמערזשענסי סטעי?! נישט אלעס דארף מען רעדן אין פאבליק.

משהוואלף » 19/2/2006 06:16

מבני_בניו די רעדט'ס נישט צו די זאך.

עס איז א פאובליק זאך וואס מ'קען זיכער זעהן ערגעץ ווי אויף די אינטערנעט.

קען איינער מוחל זיין און ברענגען א לינק ?.

אלעסאמת » 19/2/2006 07:16

יא איך האב עס געטראפן אלע בנינים פון קהל יטב לב און 82 לי זענען די פרייטאג איבער געשריבן אויף 163 ראדני אינטער ר'בערל פרידמאן איך האף מארגען ארויף צו לייגן די גאנצע פייל און א Pdf

אלעסאמת » 19/2/2006 17:06

דא האט איר אלע דיד'ס פון דע בנינים פון קהל יטב לב וואס איז יעצט אינטער די פרעזידענט ר'בערל http://s39.yousendit.com/d.aspx?id=0VZ4WVDY496F303GLZQ0AFRN0C

אלעסאמת » 19/2/2006 17:10

דא האט איר עס אין א קלענער פייל איך האב אראפ גענומען די פסק ראזענוואסער וואס איז דא ביי די אנדערע לינק

http://s39.yousendit.com/d.aspx?id=1D4JU12309B382U26J4HU68B2A

האטבטחון » 19/2/2006 17:21

ס'איז נישט קיין שום זיג פאר די ארוינים, ווייל יעדער מענטש קען גיין זאגן אז די בילדינג באלאנגט פאר עם און די שטאט גלייבט עם, מארגען איבערמארגן וועט ר' יענקל גיין זאגן אז ס'איז נישט בערלס און פארטיג

חיים_יושע » 19/2/2006 17:22

וואס טוט זיך מיט די קעמפס? תוקן על ידי - חיים_יושע - 19/02/2006 17:27:26

אלעסאמת » 19/2/2006 17:32

די קעמפס ווייס איך נישט ווי צו זיכען מ'דארף וויסן וועליכער קאנטי עס איז ווער עס ווייסט זאל זיכען תוקן על ידי - אלעסאמת - 19/02/2006 17:41:54

אייןסאטמאר » 19/2/2006 19:19

איך מיין אז עס איז נאר א דעקלערישן, כדי אויב איינער וויל עפעס טון און ער קוקט נאך ביי די קאונטי רעדזשיסטער זאל ער זען אז עס איז א דא א שאלה, אזוי מיין  איך, בין איך גערעכט?

דרך אגב, עס איז נאטארייזט ביי א היימישן נאטערי, ר' שלמה איצקאוויטש נ"י וואס איז עוסק יעדען טאג בתורה ותפלה אין סאטמאר האפער, ווייסט איינער צו מ' האט אים געדארפט באצאלן פאר'ן נאטערייזן? אדער האט ער עס מנדב געווען פאר קהל

נאר_פריילך » 19/2/2006 19:49

געווענליך בעט מען דערפאר 2.00 דאלער, איך גלייב ער האט דאס מנדב געווען

פאקטיש » 19/2/2006 19:51

פאקטיש לעגאל דארף מען בעטן 2.00 דאלער פאר נאוטעריייזן, און נאך 0.75 פאר יעדן אונטערשריפט מער ווי איינס

ראדני152 » 19/2/2006 20:17

ס'איז א סאך שוואכער ווי א קעמישענער אויף דיד

אלעסאמת » 19/2/2006 21:03

באקומען און אישי

_______________ monroe06 ~~~~~~~~~~~ The Camps are in Ulster County Maybe some are in Sullivan

~~~~~~~~~~~

פאקטיש » 19/2/2006 21:19

אלע זענען אין 'אלסטער' קאונטי, בחורים קעמפ זענען ביי דעם גרעניץ פון סאליווען קאונטי

אלעסאמת » 19/2/2006 21:30

ווייסט איינער די פונקטליכע אדררעס פון די קעמפס?

פאקטיש » 19/2/2006 21:35

אלעס אמת לאז אפ פאקטיש , ווארט פאקטיש עטליכע טעג, כאפ פאקטיש נישט קיין הייסע לאקשן, דא אויף היידפארק וועסטו פאקטיש גארנישט אויפטאן, זיי מיר פאקטיש געזונט

העטעכפעטעך » 19/2/2006 23:13

איך קוק אזוי דורך דעם טרענספער דעקלערעשאן

איך זעה נישט די עטרת אברהם בילדונג
דעם רבינס דירה
די בילדונג אויף טרופ עוו.
די ביהמ"ד אויף מורטעל עוו.

ווייסט איינער צי די גנבים האבן במחתרת איבערגעשריבן עס אויף אנדערע נעמען???

ווער עס ווייסט ווי אזוי צי זוכען עס אין די שטאטישע ביכער , וואס איז OPEN רעקארדס זאל ביטע זיכען אין ארויף לייגן אויף הייד פארק.

(איך ווייס נישט ווי אזוי מען זיכט דאס)

יענקעלע11 » 19/2/2006 23:53

העטעך, אלעס איז דארט, אויסער מירטל עוועניו, וואס איז
לכאורה נישט אויף קהל יטב לב און נישט אויף UTA,

עטרת אברהם איז 615 ווייט עוועניו,
דעם רבינס הויז מיטן נייעם בית המדרש איז איין בלאק און לאט נומבער 540 בעדפארד עוועניו,
טרופ, איז 102 בארטלעט סטריט,
 

שפיטצער06 » 19/2/2006 23:57

יענקעל וויפיל ווערט האט די דעקלערעשן?

העלפ_פליז » 19/2/2006 23:59

איך פארשטיי נישט
ווי אזוי קען זיין אז אלע בילדינגס פון UTA אריינגערעכענט 82
איז איבערגעשריבן געווארן
איך האב געמיינט אז די פסק איז געווען נאר אויף קהל און נישט UTA?
למשל פארוועם באלאנג העיווארד סט. העריסאן סט. טרופ?
וואס איז 238 מארסי?

יענקעלע11 » 20/2/2006 00:04

א דעקלערעשאן איז א התראה,
אז מען קען נישט פארקויפן אדער נעמען א מארטגעטש
אויף די פראפערטיס,
ווען א מען מאכט א טייטל סוירטש וועט ארויף
קומען אז די דאזיגע פראפערטיס,
זענען אינטער א דיספיוט,
ווער עס איז בעל הבית,
און אן א קארט ארדער קען מען דאס
נישט אראפ נעמען,

שפיטצער06 » 20/2/2006 01:05

יענקעל וואס דארף ר' בערל טאן עס זאל זיין אינגאנצען זיינס, אז נאר ער זאל קענען טאן מיט די בנינים וואס ער וויל, איז עס יעצט שוין אזוי?

יענקעלע11 » 20/2/2006 01:29

אלע בנינים וואס זענען פארשריבן אויפן נאמען CONG. YETEV LEV,
איז רבי בערל פריעדמאן שליט"א שוין בעל הבית,
מיטן פסק פונעם הויעכגעשעצטן ריכטער ראזענוואסער הי"ה,
זעלבסטפאשטענדליך נאר אויב די זאלונים זענען נישט
סוקסעספול מיט זייער אפיעל,
 וועגן UTA, דארף מען נאך א קארט ארדער, אבער...
התייצבו וראו את ישועת השם,
זיי הערן שוין אונזערע פיס טריט...

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 20/02/2006 1:29:10

הדף_בטעינה » 20/2/2006 02:48

פורים בערעל האט א טשענס צו זיצן פארן זאגן אז UTA איז זיינס

האטבטחון » 20/2/2006 17:42

ווער עס וויל וויסען ווי שוואך א דעקלערשאן איז, זאל וויסען אז איין בילדינג וואס איז דא אויסגערעכנט באלאנגט פאר א פרייוועט מענטש