היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פאפירן פון זאליס פאר סטעי, פאריגן פרייטיג

פאפירן פון זאליס פאר סטעי, פאריגן פרייטיג

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1810213

כל_העולם » 17/2/2006 18:00

איינער פון אונזערע געטרייע חברים האט אונז געשיקט אין אי-מעיל פאפירן אין ווערט פון איבער הונדערט טויזנט דאלער! און ער האט געבעטן צו טיילן פארן עולם דערפון...

די פאפירן האט סקאט מאלען אריינגעגעבן פאריגע וואך אין אפעלאט, מיט אלע טענות פארוואס די זאליס זאלן באקומען א סטעי.

קרעדיט: פאקטיש.

[אדאנק די אויפמערקזאמקייט פון עטליכע חברים, האבן מיר געטוישט דעם לינק. ותשוח"ח להם]

http://d44.yousendit.com/E/2Z2YWHCT3IGUW10D3YKHQ75RXM/renamed_Mollen_Appeal_2_10_061.pdf


תוקן על ידי - כל_העולם - 19/02/2006 21:58:05

בא_ללמד » 17/2/2006 18:06

ווען מען קוקט אדורך די פאפירן, זעט מען אז עס איז נישט פאראן קיין טענה וואס איז נישט דערמאנט געווארן אויף היידפארק אדער ערגעץ אנדערשוואו וואס ווערט נישט דארט אויפגעברענגט. אין מיינע אויגן איז נישטא מער קיין שום תירוץ וואס די זאליס זאלן קענען אויפברענגען קומענדיגע וואך וואס זאל זיי שטעלן אין א שטערקערע פאזיציע צו באקומען א סטעי. חוץ אויב עס איז אמת וואס מאלען שרייבט אז די אהרונים האבן צוגעזאגט אז זיי גייען גארנישט טון, וואס ווער נאך ווי ער ווייסט וויפיל אמת ליגט דערין...

די שאלה איז נאר, וויפיל געלט ווייניגער די זשופניק ברידער וועלן האבן ביז קומענדיגע וואך...

פארשטייט זיך אז צוערשט דארף מען זען אויב עס גייט זיי היינט געלונגען צו באקומען די סטעי.

אלעסאמת » 17/2/2006 18:08

ישר כח פאקטיש

מבני_בניו » 17/2/2006 18:19

שקויעך פאקטיש [בילד – נישט אפגעהיט]
ברענג נאך, זיי מהנה די עולם דא.

מקוה_איד » 17/2/2006 18:27

בא_ללמד, ווען אונזערע לויערס האבן געזאגט אז "NOTHING IS GOING TO HAPPEN", מיינט דאס נישט איז אונז געב מיר אויף די פירערשאפט, און אונז גיי מיר גארנישט טון צו פירן די קהלה, זיי קענען נישט פארלאנגען אזא זאך, אדרבא, נאר אויף אונז ליגט די פליכט אנצופירן מיט די קהלה ווירטשאפט, מיר זענען דאך לעת עתה די לעגאלע בעלי בתים,

וואס דען? זיי האבן נאר קעמפלעינט אז אונז גיי מיר "שאדן" מאכן פאר די קאנגרעגעישן, אפשפארן די מצה בעקערי, ארויסווארפן רז"ל פון ראדני, צונעמען פון רבי'ן זיין הויז, אויף דעם האבן מיר קלאר געענפערט אז "NOTHING IS GOING TO HAPPEN", אלעס גייט זיך פירן על מי מנוחות, פונקט ווי נעכטן און אייערנעכטן אונטער די פירערשאפט פון בערל פר"מ.

וועגן דעם האבן זיי געהאפט אז דורכן וואך וועט זיך מאכן עפעס א געדראטשקע, אין אזוי קענען לויפן אז "YOU SEE! I TOLD ITS GONNA BE MAYHEM", אבער ווי געשמועסט איז זיי עס נישט געלונגען.

אייןסאטמאר » 17/2/2006 18:31

עס קען נישט זיין אז פאקטיש האט עס אריין געשיקט, ווייל עס ווערט קיינמאל נישט דערמאנט די ווארט פאקטיש, און עס האט נישט קיין איין פאקט נאר פוסטע דמיונות.

און פארוואס איז עס ווערט הינדערט טויזענט דאלאר?

בא_ללמד » 17/2/2006 18:34

מקוה איד.

איך האב געמיינט צו זאגן, אויב מיר וועלן אננעמען די ווערטער אינעם זין וואס מאלען האט זיי גענוצט.

איין סאטמאר.

איך שטעל זיך פאר אז דו האסט זיך פאררעכנט און געשריבן בטעות מיט א אנדערע ניק, קענסט עס נאך אויסמעקן...

hotwire » 17/2/2006 18:39

מקוה איד, דאס איז האב איך שוין געשריבען אין א אנדערע אשכול

העטעכפעטעך » 17/2/2006 18:41

די הונדערט טויזענט דולר ווערט פעיפערס מיינט צי זאגן אז $100,000 האבן די זאליס באצאלט פאר סקאט מאלען אהער צי שטעלן די נערישע פיל מיט שקרים אין כזבים פאנטאזיעשע פעיפערס.

hotwire » 17/2/2006 18:53

שכויח פאקטיש, פאקטיש דאכט זעך אז עס איז געווען נאך פאפירען יענעם פרייטאג, קענסטו יענץ אויך פאוסטען?


האבין די לויערס פין יצחק ראזענבערג עפעס גענטפערט אין פעיפער, אויף דעם, אויב יא ביטע פאוסטען,

קענסטו אויך פאוסטען די נעכטיגע פעיפערס פון סקאט מאולען, ווי איך זעה האסטו פאקטיש נעכטען איבערגעשריבען פין דארט.


פאקטיש קומט דיר א גרויסע ישר כח, און א פאקטישע גוט שבת.

בא_ללמד » 17/2/2006 19:00

די איבריגע פאפירן זענען געווען די "עקזיביטס", וואס טייטש די נספחים וואס ווערט צוגעלייגט אלס באווייזן אד"ג, ווי דער אורטייל פון ראזענוואסער, די הירינג פון נאוועמבער 30, די בריוו פון רז"ל און די דיינים, די בריוו פון רבי'ן אא"וו.

אונזערע לויער'ס האבן צייט אריינצוגעבן פאפירן ביז נעקסטע וואך דאנערשטיג, און לויטן חשבון דארפן זיי צוריק אריינגעבן אן ענטפער, און א טאג צוויי דערנאך קומט דער אורטייל.

ד.ה. אז לכאורה וועט מען נישט וויסן די רעזולטאטן בעפאר א וואך צוויי נאך די הירינג.

kj_village » 17/2/2006 19:01

פאקטיש
[בילד – נישט אפגעהיט]יישר כח

מקוה_איד » 17/2/2006 19:01

איים סארי - האט-ווייער, ביסט גערעכט, סיז דיין סברה געווען ארגינעל.

דאס איז א דירעקטן רעזאלט פון האבן 10 אשכולות פון די זעלבע נושא,

טייערע חברים, פליז נישט עפענען מער אשכולות וועגן די סטעי,

קוקטס וואס עס גייט פאר! אויב איינער וויל וויסן נייעס וועגן די סטעי איז ער געצווינגען צו ארומלויפן צו 6 אשכולות.

איך האב נישט קיין צייט צו קאנסאלידעיטן די אשכולות איך גיי בלויז אפשפארן אלע חוץ די ערשטע.

כאף יעדער פארשטייט

כל_העולם » 17/2/2006 19:17

נישט שרייבן דא קיין נייעס וועגן די סטעי בכלל.

ראדני152 » 17/2/2006 19:26

דאס וואס דער בלאט שרייבט אז עס האט געקאסט 130,000,00 איז א פלענע שקר, ס'האט טאקע געקאסט א פאר דאלער אבער נישט אזוי סך, און די ארויני לויער האט אויך געקאסט אסך געלט

hotwire » 17/2/2006 21:01

דארף דאס זיין א היבש ביסל עקסזיביטס, בכל אופן קענסטו פאוסטען די גאנצע פעקל, ויאכל ענוים וישבעו.