היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » חיים שאולזאן איז פעסט אקטיוו

חיים שאולזאן איז פעסט אקטיוו

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1809082

יאגעלע » 16/2/2006 21:34

ווער געדענקט נאך די גוטע צייטן ווען ער האט געשטורעמט די וועלט און יעדער האט געציטערט פון אים?

ווען גרויסע קנאקערס האבן זיך אכטונג געגעבן נישט צו טון שיגץ שטיק ווייל חיים וועט זיי פארשפרייטן?

נאך שטארקע טעראר וואס די שומרים האבן אויף אים געלייגט ווייל ער האט מגלה געווען זייערע מעשים טובים, האבן זיי געטון דאס אומגלויבליכע און צוגעשפארט זיין מויל.

קיינער האט נישט געגלייבט אבער חיים איז דא מיט א פרישקייט און בעט א פעפעריג פרייז דערפאר.

פאר גאנצע דריי דאלער קען מען עס באקומען אין די נוס סטענדס. און אוך אויף די פאסט.

כאטש היינט איז דאך דא א היידפארק וואס טוט בערך די זשאב, איז אבער גוט אז ער האט ענדליך נאך א פאר יאר זיך גענומען שיסן אין גרויסן.





תוקן על ידי - יאגעלע - 16/02/2006 21:45:34

bush2008 » 16/2/2006 21:52

what is the name of his new paper?

הצלה2006 » 17/2/2006 02:32

ער האט קיינמאל נישט אויפגעהערט ארויס צי געבן זיין צייטונג, נאר עס איז געווען אוועיליבל נאר אויפן פאסט.