עפעס גייט שוין ווידער פאר ביי די תימנער משפחה?!
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס גייט שוין ווידער פאר אויף ליזענסק?
וואס גייט שוין ווידער פאר אויף ליזענסק?
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1808134
יעצט גערעדט צו איינעם אויף ליזענסק ס'איז שא שטיל גארנישט גייט נישט פאר דארט,
די רשעים פון סוכנות, דורך די פרוי מעודה, האבן ארויסגענומען א "ארדער אוו פראטעקשאן" אקעגן ר' יוסף נהרי, דורך וואס די פרוי מעודה האט איבערגערעדט די פרוי נהרי, וואס ווייסט אליין נישט פונקט וואס זי וויל, אז זי זאל מיטשפילן.
דער באלאגאן די פארגאנגענע וואך איז געווען בעיקר א סקאנדאל וואס די פרוי מעודה האט אנגעדרייט אקעגן ר' יוסף פארן האבן די "חוצפה" צו רעדן צו זיין ווייב טראץ די ארדער אוו פראטעקשאן.
פאריגע וואך פרייטיג האט די פאליציי ארויסגעגעבן א ארעסט ווארענט אויף ר' יוסף, ער האט זיך אבער באהאלטן "טמיר ונעלם".
אינצווישן איז ר' משה לייב וויטריאל אריין אין בילד, און ער האט איבערצייגט די פאליציי צו נעמען א "אינטערפרעטאר", ד.ה. א פאליציאנט וואס קען אידיש, וועלכער האט גערעדט צו די פרוי נהרי, און זיך איבערצייגט אז זי האט נישט קיין אנונג וואס דא גייט פאר, און אז זי וויל פשוט צוריק האבן איר מאן, וועמען די קר"י עסקנים האבן צוגעכאפט פון איר...
היינט איז ר' יוסף אראפ אין פאליציי סטאנציע מיט א לויער, וואו מ'האט אים ארויסגעלאזט פריי אן קיין בעיל. און מ'האפט אז אלעס וועט אי"ה ערלעדיגט ווערן על צד היותר טוב.
יעצט קומט פאר א קבלת פנים פאר ר' יוסף, וועלכער קען שוין ענדליך געהעריג אהיימקומען צו זיין אייגענע היים.