אילו דברי העכבר מקארטשין ומה שהשבתי לו לפני שבוע.
"לייגן אן עיקול אויף אן אייגענעם פארמעגן, פין מורא אז א צווייטע זאל נישט קענען קומען מאכן פאר דיר היזיקים איז 100% אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, אין אזוי ווי משה קעסלער ושותפיו האבן געוואלט טוהן מעשים וואס קען ברענגען ניזיקים צו די בעלי בתים פינ'ם קעמפ, ממילא איז זעהר רעכט וואס זיי האבן געטוהן."
דאס מיינט: אזוי ווי מ'מעג גיין צו בית דין ארויסנעמין אן עיקול מעג מען אויך גיין לערכאות!
"אין דאס וואס די פרעגסט פארוואס מ'איז נישט געגאנגען אין דין תורה? איז די תירוץ זייער פשוט, ווייל אויב משה קעססלער ושותפיו האלטן אז די קעמפ'ס איז זייער'ס, זאלן זיי רופן יעקל פירער אין דין תורה! פארוואס לויפן זיי מאכן אומלעגאלע וואוטס אין צווינגען פאר יעקל פירער ושאר חברי הבאורד לויפן זיך באשיצן מיט א TRO? ווי איז די בי"ד?"
דאס מיינט: אויב באבוב האלט אז די קעמפ'ס זענין זייערס מוזען זיי רופין יעקל פירער צו דין תורה אבער ווען דער "אבד"ק" האלט אז די קעמפ'ס זענין זיינע מעג ער גיין לערכאות!
"לאמיר זיך נישט נער'ן, משה קעסלער שיקט "בלעק מעיל" פאר די עלטערן פין קעמפ גילה מיט'ן מעסעדז כאילו יעקל פירער זאגט זיך אפ פין זיין לאנג יעריגער אמט אין כאילו ער גייט מאכן נייע וואוטס פאר א נייע באורד, שפעטער איז מען מודיע אז די וואוטס וועלן פארקומען אין די כולל פין 48 סטריט אונטער זייערע הערשאפט, ווי זיי קענען ארויסשטיפן "אומגעבעטענע געסט"."
דאס מיינט: אז צו הערין דעת אנ"ש באבוב אויף נכסי באבוב איז נישט ריכטיג און ווייטער צו רופען אן אסיפה על עניני באבוב בבניני קהל באבוב איז אויך נישט ריכטיג!
"דאס איז זיכער, אז מיט די וואוטס וואלטן זיי געלאפן צו די פאליס און געשריגן אז די נייע באורד איז באלעבאס אין צוגעברענגט צו דעם אז דער פאליס זאל פארשפארן די קעמפ ביז א דזאדז זאל באשליסן ווער צו איז די לעגאלע באורד."
דאס מיינט: אז דעת הקהל טאר נישט זיין דער מכריע אויף נכסי הקהל נאר יחידים גנבים זאלין מכריע זיין!
"איז ממילא גאנץ פארשטענדליך וואס האט צוגעברענגט פאר די עכטע באורד צו לויפן לייגן א TRO כדי צו פארמיידן זייערע פינסטערע כוונות."
דאס מיינט: זיי ווייסען קלאר אז דעת הקהל איז נישט מיט זיי און זייער איינציגע האפענאונג איז זיך משתלט זיין על נכסי קהל מיט מעשים וואס זענין נגד דעת תורה, און אויך נאר אויף דערווייל.
"און יעצט אז ס'איז געלונגען שרייסטו "ערכאות"---
זאג נאר וואס ערכאות? ווען ערכאות? א TRO הייסט שוין אויכעט ערכאות?"
דאס מיינט: אז דעת תורה איז בכלל נישט תופס מקום. כאילו דער פראבלעם איז נישט ערכאות נאר אז ס'איז געלונגען.
וואס ערכאות? ליבערטי נ"י!
ווען ערכאות? פעבראערי 9!
יא א TRO וואס מ'נעמט ארויס שלא ברשות בית דין הייסט ערכאות!
זייט דעמאלט האט ער מוסר מודעה גיווען אז ער לאכט פון מיר, דריי מאל!
אויך האט ער מיר מודיע גיווען אז איך בין משוגע.
אבער, אחרי ככלות הכל בלייבין מיינע שאלות אן א תשובה!
תוקן על ידי - שארמאש - 03/03/2006 18:01:33