היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היינט: 16'טע יארצייט - הרה"ח ר' יחזקא' וו"ב הי"ד

היינט: 16'טע יארצייט - הרה"ח ר' יחזקא' וו"ב הי"ד

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1807853

מקוה_איד » 15/2/2006 22:33

ווער האט זכרונות פון די אומגליק,

מ'זאגט אז אויסער רבינו זי"ע, האט ער האט געהאט די גרעסטע לוי' אין סאטמאר.

איך געדענק נאך ווי היינט זיין לוי', איך בין געווען אין ביהמ"ד, ווען מ'האט אריינגעברענגט די ארון, האט זיך אפגעשפילט אן ענליכער סצענע ווי ביי די לוי' פון רבינו זי"ע, די גאנצע ביהמ"ד האט אויסגעפלאצט און א הויכע געוויין, ר' סנדר דייטש האט דער ערשטער מספיד געווען.

דער עולם איז געווען שרעקליך אויפגעשוידערט.

איך געדענק די פאר טעג וואס ער האט נעבעך גע'גוססט, (סיז געווען איבער א שבת) האט מען געהאלטן אין איין אריינרופן אין שפיטאל, יעדער איז געווען זייער באזארגט.

אלנספאל, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

אייןסאטמאר » 15/2/2006 22:45

אויך איז די יארצייט פון הרבנית הצדיקת חי' מייזליש ע"ה, טאכטער פון יבלח"ט רבינו שליט"א.

איז אינטערסאנט צו שפאקולירן וואס זיי וואלטן געזאגט, און געהאנדעלט אינעם יעצטיגן מצב?.


ת.נ.צ.ב.ה.