היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אלע לעגאלע סטראטעגיעס פון די זאליס

אלע לעגאלע סטראטעגיעס פון די זאליס

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1806723

בא_ללמד » 15/2/2006 02:53

דא אין דעם אשכול וועט מען אויסשמועסן אלע לעגאלע סטראטעגיעס וואס די זאליס קענען און וועלן פרובירן צו טון אין פארצווייפלטע יאוש פרואוון, ווי אויך סתם לעגאלע מאנעוורעס וועלכע קענען ראטעווען די זאליס אין די עלפטע שעה.

#1

די ערשטע זאך וואס זיי גייען פרובירן צו טון איז ווי פארשטענדליך צו ארבעטן אויף די אפעלאט ריכטער צו באקומען א סטעי קומענדיגע וואך ביז נאך דעם אורטייל פון אפעלאט געריכט.

בא_ללמד » 15/2/2006 03:01

#2

די צווייטע הערט מען אין די פארגאנגענע פאר טעג פון יעדן זאלי, מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, אז זיי גייען אויסשפילן די אהרונים.

זיי גייען אנהייבן א נייע קלאגע אין ברוקלין געריכט - מיט די תורה וואס לאזט נישט גיין צו ערכאות וועט מען זיך שוין אדורכקומען א צווייט מאל - מיט די טענה אז רז"ל האט יא קלאר ארויסגעווארפן ר' בערל פון אמט, און ער האט די זעלבע רעכטן ווי דער רבי וויבאלד דער רבי האט אויף אים געשריבן "ידו כידי".

דער אויפטו דערפון איז, אז וויבאלד דער געריכט אין ברוקלין איז שטארק גענויגט פאר זייערע קאנטאקטן, ווי באקאנט, וועלן זיי קענען דורך יענעם ריכטער באקומען א טי.אר.או. אקעגן ר' בערל, וואס וועט אפהאלטן די אהרונים פון אריינגיין אין ראדני.

עס איז אומקלאר אויב אין דער זעלבער צייט וועלן זיי אנגיין מיט די קלאגע אין אפעלאט געריכט, די סברא זאגט אז יא.

די לעכער דערין זענען אבער זייער שטארקע: 1) זיי מוזן אנקומען צו א ריכטער וועלכער פארשטייט זיך מיט זיי אויפן ווינק. 2) זיי האבן שוין אריינגעגעבן די טענה ביי ראזענוואסער, און ער האט עס אפגעווארפן. 3) עס איז בכלל נישט זיכער אויב אין יעצטיגן פאל באדייט א טי.אר.או. אז די זאליס זענען בעה"ב, לכאורה לויט ראזענוואסער מיינט דאס גאר אז די אהרונים זענען בעה"ב !

פאטאקי08 » 15/2/2006 03:02

זיי גייען רופן רויזענוואסער צום רבין און דער רבי גייט זאגן אז ......
בערל פר"מ  ...................



................


האט א כח בית דין
ווי אזוי ער האט זיך אין די לעצטערע יארן אויסגעדריקט במעמעד פון צענדליגער עדות
אנגעהויבן  פון חול המועד פסח נ"ט ווען ער האט אויפגענומען זיין זון הגה"צ דער קרית יואל'ער רב אלץ רב פון גאנץ סאטמאר און דערנאך סיון נט און כמה וכמה פעמים און פארקערט איז נישטא קיין איין עדות חוץ א א הוק אפ
וואס איז פעסגעשטעלט 1 און 2 און 3 און 4 און5 מאל אלץ פאלטש

1 באראש
2 רויזענוואסער חו"ה סוכות
3 ביים טרייען צום באקומען א עמורשזדנסי סטעי
4 רויזענוואסער 2/10/06
5 ביים טרייען צום באקומען א עמורשזדנסי סטעי


ונזכה ונחיה אז דער רבי זאל קענען זאגן נאכאנאל אז רבי בערל פר"מ האט א כח בית דין !!
ימים על ימי מלך תוסיף!!

בא_ללמד » 15/2/2006 03:06

#3

הערט מען שוין לאנג פון יענעם לאגער, אז זיי ארבעטן אז דער אפעלאט געריכט זאל ארויסשרייבן קלאר אין זייער אורטייל, אז באראש איז גערעכט און דער רבי איז בעה"ב, און דאס מיינט אז יענקל כהנא איז פרעזידענט.

אבער לויט די אומשטענדן פעלט אויס פאר זיי אז דער אפעלאט זאל ארויסקומען נאך די וואך, איידער עס קומט פאר דער הירינג פונעם סטעי, וואס אויב עס ווערט - בע"ה - אפגעווארפן און די אהרונים גייען אריין אין ראדני, דאן וועט זיי שוין נישט קיין סאך העלפן דער אורטייל פון אפעלאט געריכט, ווייל די אהרונים וועלן שוין יעצט זיין די וועלכע פארלאנגען א סטעי.

אדער קענען זיי פרובירן אפצושטופן די הירינג פארן סטעי - לויט ווי מ'שמועסט קענען זיי עס אפשטופן מיט א וואך.

פון די צווייטע זייט איז מעגליך אז דער אפעלאט קען געזעצליך נישט שרייבן אז יענקל כהנא איז פרעזידענט, וויבאלד ראזענוואסער האט שוין קלאר געזאגט פארקערט, און מ'האט קיינמאל נישט אריינגעגעבן ביי זיי קיין טענות אקעגן ראזענוואסער, וואס זאל זיי בארעכטיגן צו אפווארפן זיין באשטעטיגונג.

אלעסאמת » 15/2/2006 03:07

איך האב געהערט קראנט פון איינע פון די זאלי'ס קעפ, אז זייער פלאן יעצט איז אז זיי גייען אראפ ברענגען אלע דיינים, און רבנים, און ר' זאלמן, פארן דזשאדש און זיי וועלן זאגן אז עס איז נאך נישט, געווען און די אידישע היסטערי אז א דזשאדש זאל זיך אריין מישן און א קהילה,

בא_ללמד » 15/2/2006 03:08

#4

זיי גייען עפענען א פרישע קעיס אין ברוקלין אז דער רבי האט פריש ארויסגעווארפן ר' בערל פרידמאן, און זיי גייען אראפרופן יענעם ריכטער צום רבי'ן, וואס נאך א זילבערנע כוס של אליהו וכו'... וועט יענער טאקע באשטעטיגן אז ער האט אליין געהערט פון רבי'ן אז ר' בערל איז ארויסגעווארפן. ווי אויך וועט ער באשטעטיגן אז דער רבי איז געזונט און שטארק.

העלפ_פליז » 15/2/2006 03:11

זיי גייען זאגן אז רויזענוואסער איז קאראפטעט

אלעסאמת » 15/2/2006 03:11

ווי אויך פלאנען זיי עס צו מאכן פאר א רעלידשעס אישא, און אריין גיין און פעדערל קארט, וואס נעמעט יארן,

בא_ללמד » 15/2/2006 03:17

#5

א שפאגל נייע טעאריע.

די זאליס גייען ארבעטן אוין אפעלאט געריכט זיי זאלן געבן א זיג פאר די אהרונים !

עס לוינט זיי אז דער אפעלאט זאל אפווארפן דעם אורטייל פון באראש, און דערקלערן אז דער רבי איז נישט בעה"ב אין די קהילה. אבער אויב אזוי ווערן צוריק נתעורר די אלע מאושאנ'ס און קראס מאושאנ'ס וואס באראש האט אפגעווארפן אויפן סמך אז דער רבי איז בעה"ב, און די אלע מאושאנ'ס דארפן געלייזט ווערן.

וועט דער אפעלאט באשליסן אז די מאושאנ'ס ווערן צוריקגעשיקט צום נידעריגן געריכט.

נארמאל וואלט דאס געדארפט צוריק צו באראש, אבער אין יעצטיגן פאל וועט דאס אנקומען צו דעם ריכטער וועלכער האט ערזעצט באראש און אלע זיינע קעיסעס, וואס לויט ווי מ'שמועסט איז שוין יענער היינט רייכער מיט א פערטל מיליאן דאלער פון א יאר צוריק...

יענער אונטערגעקויפטער ריכטער וועט מאכן א "פעקט פיינדינג" אז יענקל כהנא איז לעגיטים פרעזידענט, און ווי באקאנט איז זייער שווער צו געווינען א "פעקט פיינדינג" אפיעל.

אזויפיל וועט עס זיכער אויפטון אז עס וועט דערווייל אפהאלטן די אהרונים פון אריינגיין אין ראדני, ווייל אז באראש פאלט אוועק פאלט ראזענוואסער זיכער אוועק.

עס איז דא איין זייער שטארקער חסרון דערביי, אז דער הויפט תירוץ וואס די זאליס האבן גענוצט חוץ דעם רבי'ן איז געווען אז יענקל כהנא איז געווען קא-פרעזידענט אינאיינעם מיט ר' בערל פרידמאן, אבער למעשה האט ראזענוואסער שוין אפגעווארפן די טענה אין זיין אורטייל.

אבער אז דער ריכטער איז בא"גרינט" איז דאך נישט שייך, ער וועט זיך סותר זיין מיט ראזענוואסער, אדער וועט ער טרעפן אן אנדערן דריידל.

האטבטחון » 15/2/2006 03:20

אינז האבן פיינע פלענער ענק וועלן קיינמאל נישט וויסן ביז עס וועט קימען דערצו,

kligeryid » 15/2/2006 03:24

 ... yes u allways do have good plans   thats y u did not ask a clerfic

kligeryid » 15/2/2006 03:25

on barach ruling

האטבטחון » 15/2/2006 03:32

איין טעות און 7 יאר, איז גארנישט קעגן איין גיטס, און 7 יאר,

ראדני152 » 15/2/2006 03:35

לאכטס אלע א גיטס, דער גרעסטע ארויני בא ללמד, הייבט שוין אן אויף געבען אויף ראדני, הא הא הא הא הא

kligeryid » 15/2/2006 03:44

so whats with the croos appele thats also a win   just asking

העלפ_פליז » 15/2/2006 03:48

פארוואס דארף מען א עמורזדשענסי סטעי ?
מען האט דאך געווינען?

ווער געדענקט נאך די קראס אפיעל?

ראדני152 » 15/2/2006 03:51

נישט דאס הייסט א קליגער איד, ווייל עס איז קעגן די תורה דיין גאנצע פארטיי, די הייסט א קליגער גוי,

מבני_בניו » 15/2/2006 05:01

איך האב נעכטן גערעט צו א זאלי וואס איז גוט אינוואלווד, זאגט ער מיר אז די לעצטע אפשען גייט זיין אז זיי גייען בעטן וואלן, און מגייט זיי מוזן נאכגעבן, און מגייט נישט קענען ארויסווארפן די אלע מעמבערס וואס האבן געצאלט מעמבערשיפ די לעצטע זעקס יאר. און ער טענהט אז מיט אלע זייערע מעמבערס קענען די אהרונים קיינמאל נישט געווינען קיין וואלן אין וויליאמסבורג, ווייל זיי האבן 60 פראצענט פון סאטמאר אין וומ"ס...

מקוה_איד » 15/2/2006 05:41

וואס די זאליס סטרעטעגיעס זענען, האבעך נישט קיין אהנונג, איך גיי נישט ספעקיולעטן, איך ווייס נאר איין זאך אז דער מצב ביי זיי איז זייער שמאל און איך זעה נישט צופיל אפשענס פאר זיי

מיין אפיניען איז אז די אפעלעט דשאדשעס האבן ליב א פסק וואס האט "קלעריטי", דאס מיינט, זיי וועלן זיך פרובירן צו פארמיידן צו אפווארפן א פסק וואס מאכט קלאר די געזעץ און מ'זעהט קלאר ווער דער געווינער איז, וואס דאס האט זייער געפעהלט ביי די באראש פסק.

ממילא, האלט איך אז די אפעלעט קארט וועט נאר הנאה האבן צו זעהן דעם ראזענוואסער פסק, נאך די באראש פסק.

אזויפיל וועל איך אויך זאגן וואס איך האלט די אהרונים'ס סטראטעגיע זאלן יעצט זיין:
(ווי איך זעה, טוען זיי דאס, און איך האב באמת הנאה)

1. מ'זאל נישט אנהייבן גראד מיט קיין שום דראמאטישע פובליק זאכן, ווי למשל אריינמארשירן קיין ראדני ווי א רעוואלוציע, דאס קען נאר אריינשפילן אין זייער הענט ווי מ'האט געזעהן שמיני עצרת. סיז א זאך וואס עס ברענט נישט, און נאר סטופיד.

2. מ'זאל ארבעטן נאר אויף די לעגאלע אין אפציעלע בעלות, ווי למשל די בענק אקאונטס, די אפיסעס, די ביכער און אזוי ווייטער.

3. מ'זאל קלאר שטעלן אז מ'גייט ח"ו נישט ארויסווארפן ר' זלמן לייב פון ראדני, ער איז רב דארט, און מצדינו קען ער דארט בלייבן ווי לאנג ער וויל, קיינער וועט איהם נישט טשעפענען, אבער ער זאל זיין רב פונקט ווי ר' בעריש איז רב און ב.פ. און ר' אהרן אין קר"י, און קלאר נישט א "טשיף ראביי" אויף די צענטראלע קהלה אדער עפעס א צוקנופטיגער "יורש", נאר א רב אונטער קהל יטב לב אונטער די פירערשאפט פון ר' בערל פר"מ. און ער קען זיין דארט רב פונקט ווי אלע אנדערע רבנים פון קהל יטב לב.

4. ראדני מעג זיין בנשיאות ר' זלמן לייב, אבער די אהרונים זאלן פירן די ווירטשאפט, מאכן דארט מסיבות ווען אימער ס'שמעקט זיי, אזוי לאנג אז עס שטערט נישט ר' זלמן לייב'ס סדר היום. דאס מיינט איין טאג וועט ר' זלמן לייב פירן א טיש, דעם נעקסטן טאג ר' אהרן.

5. פארשטייט זיך ר' זלמן לייב וועט קיינמאל נישט איינגיין אויף אזאנס, און ער וועט מעצמו זיך אפ-פיצן.

6. האפענטליך וועט פון די גאנצע זאך זיך אויס ארבעטן עפעס א שטיקל שלום, ביידע צדדים וועלן אנערקענען דעם אנדערן ביידע וועלן זיין סאטמארע רבי'ס, מעט זיך צוטיילן מיט די בנינים, און דער עיקר אז משפחת רבינו זאלן זיך מאחד זיין כשנים בתיקונם, און רבינו שליט"א וועט שעפן נחת דקדושה מיוצאי חלציו כימי קדם!

מי יתן והי!

פארשטייט זיך די אלע אויוונדערמאנטע זאכן איז נאר אויב אלעס גייט 100% פראצענט פאר די אהרונים, וואס מ'דארף נאך אסאך האפן אז ס'זאל זיך אזוי אויסארבעטן.

אויב די אהרונים פלאפן נאכאמאל, ווי למשל אז ס'געלונגט פאר די זאליס צו באקומען א סטעי, האלט איך אז די אהרונים זאלן אויפהייבן די ווייסע שמאטע! סעט זיין זייער פעינפול אבער מ'קען דאך נישט טאן מער וויפיל מ'קען, האפענטליך וועט עס נישט פאסירן.

בא_ללמד » 15/2/2006 05:54

מקוה איד.

דברי פי חכם חן ושפתים יושק.

קאמענטארן זענען איבריג.

דער אשכול איז געעפנט געווארן פאר בלויזע שפעקולאציע, וואס איך גלייך זייער ווען עס קומט צו געריכטליכע געשעפטן. ווי אויך איז כדאי דער עולם זאל וויסן אז דער שפיל איז ווייט פון פאראיבער.

איין זאך בין איך בשום אופן נישט איינשטימיג, מיר זענען נישט אריין אין געריכט פאר "פלעזשור", ניטאמאל צו באקומען דעם רכוש, מיר זענען אריין פאר איין איינציגע סיבה: ראטעווען דעם כבוד פון קהל יטב לב ד'סאטמאר, און איר הייליגן גרינדער !!!

מיר האבן זיך נישט אליין אויסגעוועלט די דאזיגע אפציע, מיר זענען אריינגעצווינגען געווארן אין געריכט מיט אלע מעגליכע מיטלען, און מיר וועלן בע"ה דארט בלייבן ביז די גליקליכע ענדע אי"ה !

און אפילו אויב ח"ו מיר וועלן דורכפאלן ביז צו די ענדע, וועלן מיר קענען אויפהייבן די הענט צום הימל מיט א ריינעם געוויסן, מיר וועלן זיך קענען טרעפן מיט אבינו רועינו הקוה"ט זי"ע ביי תחיית המתים מיט א ריין הארץ, אז מיר האבן געטון ווייט איבער אונזערע מעגליכקייטן צו ראטעווען זיין כבוד און זיין הארעוואניע, אבער דער "נורא עלילה" האט אנדערש געוואלט.

ווי עס קוקט אויס וועט אבער בע"ה נישט קומען דערצו, די תפילות פון טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט האבן שוין אנגעהויבן צייגן זייערע פירות, און זיי וועלן אונז בע"ה פירן ביז דעם ענדגילטיגן פייערליכן נצחון ! תוקן על ידי - בא_ללמד - 15/02/2006 5:53:49

קושקע » 15/2/2006 06:15

מקוה_איד[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'מאכט סענס וואס די זאגסט ווי אזוי מ'זאל זיך אומגיין מיטן צ'יף ראביי.

אז ער איז גאר דער חי' און אגרעסער, מ'האט איהם געמאכט פאר א לאקאלער רב, הארצן גערן, בערל פר"מ האט אפי' אונטערגעשריבן דעם קונסוס.

 גייט דער שווינדלער דעם נעקסטן טאג, ערקלערט זיך דער סאקסעסער פונעם "גרענד ראביי", און ווארפט ארויס דעם ראש הקהל.

איך האלט עני דשאדש וועט דאס פארשטיין. און זיך נישט מישן אינעם פייט צווישן בערל פרידמאן מיטן צי'ף.

איך בין נייגעריק צו די אהרונים גייען נעמען דעם סטראטעגיע, אדער די שפעקולירסט נאר.

מבני_בניו » 15/2/2006 16:57

ר' בערל פרידמאן און ר' יצחק ראזענבערג זענען געפארן קיין פלארידא.
TAKING THEIR TIME

יענקעלע11 » 15/2/2006 17:20

מקוה איד,
זייער גיט!!!        באט...

מיט סעיף דריי און סעיף 4 בין איך אביסל מחולק מיט דיר, איך האלט אויך אז מען זאל נישט ארויס ווארפן ר' זלמן לייב'ן, (ער וועט לכאורה אליין אוועק לויפן), באט, ער איז נישט רב, ער קען זיצן אויבן אן, אויב ער וויל, אבער נישט אלץ רב, אויף צו ווערן עמטלעך רב אין ראדני, האט ער אסאך האום וואורק צו מאכן, אויב וויל ער זיי אזא רב אין ראדני אזוי ווי רבי בעריש איז אין 53, זאל ער אריין געבן א ביטע צו קהל, און גיין מפייס זיין זיין ברודער און אונזערע ראשי הקהלה, דאן וועט קהל מחליט זיין צו מען נעמט עם אויף, דאס איז קלאר אז די מיינונג פון אונזערע ראשי הקהלה איז, אז ער איז נישט דער עמטליכער רב, די גאנצע חתימות אויף דעם קאנסוס איז געמאכט געווארן בכפי' און נישט ברצון, און עס איז כחספא בעלמא,


סעיף 4, איז לגמרי נישט רעאליסטיק, בקיצור, אויב וויל ר' זלמן לייב לעבן מיט אונז באהבה ושלום וריעות, בין איך בטוח אז מען קען דאס אויסארבייטן, ביידע זייטן זענען שוין מיד פון די דאזיגע מחלוקה, אבער ער איז דער וואס דארף דאס בעטן, און איבערצייגן אז ער איז ערנסט גרייט, מיט צו ארבייטן להרים קרן חסידות סאטמאר, וקרן התורה בישראל, מי יתן והי'.

kj_village » 15/2/2006 20:47

מקווה איד פיין געזאגט
אבער נעם אין אכט אז א שלום וועט נישט זיין אזוי שנעל,
ווייל די אלע זאלי חסידים וועלן קיינמאל נישט מיט שטיין מיט ז"ל אויב ער גיט עפעס נאך פאר זיין עלטערע ברידער
זיי האבן פיינט דעם עלטערן ברידער מער וויפיל די האסט פיינט להבדיל  היטלער,
זיי ציטערן פין דעם עלטערן ברידער זיי וויסען אז ער איז א ריכטיגער רב

ממילא אפילו ז"ל וועט נאר אמאל חלמען אז ער זאל "עפעס" נאכגעבן פארן זיין עלטערע ברידער
וועט ער גלייך זען אז אויב ער גיט נאר "עפעס" נאך, מיינט עס אז ער בלייבט אליינס אן חסידם
ווייל זיינע חסידים וועלן עם איבערלאזן זיי וועלן עס עם קיינמאל נישט מוחל זיין
זייער גאנצע מיט שטיין מיט עם איז נאר, ווייל זיי האבן פיינט אהרן!!
-----
אבער דאס וואס די שרייבסט

אויב די אהרונים פלאפן נאכאמאל, ווי למשל אז ס'געלונגט פאר די זאליס צו באקומען א סטעי, האלט איך אז די אהרונים זאלן אויפהייבן די ווייסע שמאטע! סעט זיין זייער פעינפול אבער מ'קען דאך נישט טאן מער וויפיל מ'קען, האפענטליך וועט עס נישט פאסירן.

פארשטיי איך נישט,
אפילו נאר פאר א סטעי זאל מען שוין אויפגעבען????
תוקן על ידי - kj_village - 15/02/2006 20:46:49

אלעסאמת » 17/2/2006 02:20

היינט האט מען געזעהן איין פלאן מיט די פאלטשע בריוו

בא_ללמד » 20/2/2006 02:00

לויט ווי איך הער לייגן זיי יעצט זייער עיקר האפענונג אויף זייער פארלאנג אז מ'זאל צוזאמשמעלצן דעם אפיעל פארלאנג מיט דעם אפעלאט געריכט אויפן אורטייל פון באראש, וואס קוקט אויס צו זיין זייער איינציגע ערנסטע האפענונג צו באקומען עפעס.

אונטער די איצטיגע אומשטענדן, אויב קומט דער אפעלאט געריכט ארויס מיט אן אורטייל, סיי וואס זיי זאלן נאר זאגן וועט עס נאר פארפעסטיגן דעם שטעלונג פון די אהרונים.

ראזענוואסער האט אזוי אויסגעשטעלט זיין אורטייל, אז דער רבי איז נישטא מאיזה סיבה, און אויב דער רבי קען נישט אריינרעדן, יהי' מאיזה סיבה שיהי', איז אויטאמאטיש ר' בערל פרידמאן דער פרעזידענט. דאס באדייט אז סיי דער אפעלאט זאגט אז דער רבי איז בעה"ב, סיי זיי זאגן אז דער רבי איז נישט בעה"ב, קומט מען אלעמאל צוריק צום שטאפל אז דער רבי האט נישט געזאגט - צי ווייל ער איז געבינדן לעגאל נישט צו זאגן, אדער ווייל ער איז געפאנגען ביי די חיות טורפות וואס לאזן אים נישט זאגן - און דאן איז לויט ראזענוואסער'ס געפינסן ר' בערל פרעזידענט.

און ווי באקאנט איז כמעט אוממעגליך צו געווינען ביים אפעלאט א געפינס פון פאקטן דורכן נידעריגערן געריכט.

אבער אויב דער קעיס ווערט צוזאמגעשמאלצן מיט די גרויסע אפעלאט, וואו די ריכטער וועלן אננעמען - אויב די זאליס האבן טאקע דעם צוטריט וואס זיי זאגן אז זיי האבן - אז דער רבי איז יא בעה"ב, און גלייכצייטיג וועלן זיי אויך האבן די רעכטן איבערצוקוקן ראזענוואסער'ס אורטייל, וועלן זיי שוין קענען אריינשמוגלען ווערטער וואס זאל בעקיפין איבערגעבן צוריק קהל יטב לב פאר די זאליס.

א ווייטער מציאות, אבער אין א געריכט סיסטעם ווי דאס וואס מיר טוען בייוואוינען איז אלסדינג א אפציע...

yones69 » 20/2/2006 02:56



די אהרונים זאלן מאכן ביי א קהל'ס מיטונג נאך א רב אין ראדני צוויי רבנים, איינס ר' זלמן לייב און ר' יוסף בראך, לערנען קענען זיי די זעלבע.


און ר' יוסף זאל אויך דאווענען אויף א שטענדער לעבן זלמן לייב מיטן טלית און מיט די גאנצע פיטשווקעס, איין וואך וועט ר' יוסף באקומען ששי און איין וואך זלמן לייב, שלש סעדות זאלן זיי פירן אינאיינעם און זיך אויסמישען די שיריים אזוי ווי עס איז געווען מנהג ספינקא נאך ר' הערשלעס הסתלקות, ה' מלך וועט ר' יוסף זאגן, און שמע ישראל וועט זלמן לייב זאגן מיט צוגעמאכטע אויגן ווייל דעמאלס וועט ער שוין ארויספליען...


און תורה זאגן פעלט נישט אויס ווייל ביידע קענען נישט...

אומדירעקט » 20/2/2006 16:31

yones69 ס'געפעלט מיר זייער דיין מהלך!! אבער קריטיק מוז איך דיר אויך זאגן, מיש נישט קיין אשכולות, דיין תגובה באלאנגט ביי "וויצן: איבער די שערורי' פאריגע וואך"!! [בילד – נישט אפגעהיט]

13Hooper » 21/2/2006 07:49

אין נישט פארגעסען אז די זאליס זאגען אלעמאל
 צדקתך צדק ב מנחה[בילד – נישט אפגעהיט]

volvi06 » 22/2/2006 20:21

somebody told me now that they won and the clerk combined both cases as the zalis asked does anybody know if its true