וויצען: איבער די שעררי' די לעצטע וואך
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1806683
ביטע שרייבן נאר וויצן איבער די שעררי' די לעצטע וואך און מיט א שמייכל.
וויץ 1) די זאליס זאגן אז זיי גייען מאכן אן איוועסטיגעשען ווי אזוי ריכטער ראזענוואסער האט זיך געקענט אריימישן אין ברוקלין בשעת זיין קארט האוז איז אין אראנדש קאנטי....
וויץ 2) אויך גייען זיי מאכן אן איוועסטיגעשען ווי אזוי ריכטער ריכטער עדעמס פון ברוקלין... האט זיך געקענט אריינמישן אינעם פסק פון ראזענוואסער וואס איז פון אראנטש קאנטי...
וויץ 3) די זאליס גייען מאכן א נייעם בית החיים אין קווינס קעמפ, און זיי האבן שוין איינער רוטנער וואס איז גרייט מקדש צו זיין די בית החיים, ער האט געזאגט די מינוט די אהרונים קומען אויף ראדני, רייסט ער זיך אויף.
וויץ 4) זלמן לייב ביי זיינע וויינערדיגע העצערישע דרשות די לעצטע צוויי טעג, האט זיך פארענפערט פארוואס גאנץ אלול, ימי החנוכה הערט מען נישט קיין אידיש ווארט פון אים, און יעצט פלוצלינג איז ער דא, ווייל די וואך איז קבלת התורה און צוילב די ביטערע גזירה וואס האט פאסירט גייט ער זיך שוין יעצט זעצן לערנען...
די גרעסטע וויץ איז די ארוינים האבן 23 פעיפערס, און סאטמאר האט ראדני,
איך האב נאר וואס פארענדיגט צו הערן די דרשה פון רעב (לפי תקנות הפורום) זאלמאן לייב,
און איך קען נישט דיסיידן ווער עס איז זיסער אלתר משה אדער זלמן לייב,
דער מענטש האט נעבעך געקריגן א נערוו אטאקע, ער האט 27 מאל געזאגט
דערר רעבעעעע זעחיסו יאגיין אלייני, (ווי גלייך מיר ווערן זייער עקסיידט פון דעם)
12 מאל האט ער געזאגט אז ער איז דער מארע דאסרע,
און ער בעט זיך נעבעך ביים ציבור מען זאל עם חלילה נישט לאזן פאלן, און אז דער רבי זי"ע האט עם געשטעלט און ער איז דער שליח פונעם משלח, און דער רבי אויבן בגנזי מרומים בעט זיך ביי זיינע קינדער מען זאל ראטעווען דעם טשיף, ער איז ביזי מיט שוואכע בעלי בתים, מיט המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ער איז מבזה זיין טאטן פאר נעמען ר' בערל פריעדמאן פאר ראש הקהל כאטשיג יעדער (אויסער איך און נאך אפאר טויזענט מענטשן) ווייסן וואס דערר רעבעעעע זעחיסו יאגיין אלייני האט געזאגט אויף עם, ער וויינט נעבעך ווי א בין אויף זיין ביטערן מצב,
בקיצור רבותי, טאמער האט איר א עקסטערע האלבע שעה און איר ווילט לאכן א גיטס, דאן
רופט:212-990-6409 , איך פארשפרעך אייך אז איר וועט הנאה האבן און איר וועט מיר דאנקבאר זיין.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 15/02/2006 1:54:20
הערט גיט אויס די דרשה פון רז"ל אין איר וועט זיך איבערצייגן אז ער האט פארלאנגט אויפצושטעלן א "היכל ראזענוואסער"... צוליב די לעצטיגע צרות
יוסף90 [בילד – נישט אפגעהיט] |
[בילד – נישט אפגעהיט] |
נכון שהשופט ראזנווסר (שופט מקומי ומחוזי) ממחוז אראנז קאונטי סיבך את הענינים כאשר הכניס את ההליכים לתסבוכת משפטית.
אבל לא תהיינה לדבר כל השפעה בשטח בברוקלין ניו-יארק מבחינה משפטית.
כי כל פסק דינו של השופט באראש אשר העניק את הסמכות לידי רבינו מסאטמאר שליט"א, ולידי ראה"ק ר' יעקב כהנא הנתמך ע"י הגה"צ רבי זלמן לייב שליט"א, תלוי ועומד לפני ערכאת הערעור של בית משפט הגבוה של ניו יארק, וזו האחרון קבע שעד להכרעת הערעור הסמכיות הבלעדיות נשארות בידי הראש הקהלה ר' יעקב כהנא.
כך שכל פסיקה של שופט - ובוודאי ממחוז אחר - אין לו כל השפעה על מחוז ברוקלין ניו-יארק.
ומה גם שגם עורכי הדין של כת תובעי הערכאות (האהרונים) הודה לפני השופט ביום שישי שאין כל סיבה להוציא "צו עיכוב ביצוע" על הפסיקה של השופט ראזנווסר, כי היא קאי רק על מחוז מאנארא ולא על ברוקלין ניו-יארק.
כך שאין סיבה לחגוג מצידם
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1800108האט בטחון ביסט 100% גערעכט סאטמאר האט ראדני [בילד – נישט אפגעהיט]
ס'איז א נחת צו ליינען וויאזוי יוסף90 טרייסט זיך מיט חלשות
ווייסט איינער אפשר וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט אויף בערל פר"מ???????????????
וואס האט ער געזאגט?
ער זאל זיין ראש הקהל?
ער זאל זיין פון קהל?
אז ער איז א צדיק?
אז ער איז א תלמיד חכם מחבר ספרים?
וואס???????????????????????????
איז דא א טעיפ פון די צווייטע דרשה פון די מרה דאסרה פון די קהלה?
איך ווייס נאר פון איין טעיפ פון א מרה שחורה
צוויי ברודער'ס האבן פארלוירן זייער ביהמ"ד אין איין טאג. ר' זלמן מיט ר' ליפא.. דער עולם שטייט געשפאנט ווען גייט ליפא זיך אויפשטעלן רעדן?..
ער שרייעט און וויינט אז מ'זאל קובע זיין עתים לתורה דוקא אין דעם ביהמ"ד, ער כאפט נישט אז די גאנצע סכסוך איז נאר אויפן ביה"ח... (פרעגט יוסף90).
עס הייסט אז די דאמיקראטען גייען נעמען טויזענטער חתימות פון זייערע מענטשען אז זיי ווילן נישט בוש זאל זיין פרעזידענט, און ער איז א שגץ און ארויסגעווארפן פון לאנד...
איך הער אז סאיז די ערשטע מאל וואס הגזל וויינט אום שובבי"ם...
It's coming out 2 new tapes
Zali Fleet
Zali Muft
ראזענוואסער גייט אפיעלן זלמן לייב'ס פסק...
פארוואס האט נישט ח.א.ס. אזא אשכול וויצען: איבער די שעררי' די לעצטע וואך ?...
ביים חמשה עשר/נעילת החג/סעודת המפסקת, טיש אין ראדני, האט מען אריינגעברענגט א ריזיגער טאץ מיט כלערליי פירות, ר' זלמן לייב האט געטיילט שריים,
דער ערשטער האט דער רב געגעבן פארן ראש הקהל בתשאות חן, א שיינע גרויסע פייג.
(קרעדיט: קושקע, ער האט געזאגט ענלעכס)
ר' זלמן איז געגאנגן צו א בעל מקובל און געברעטשעט און געקאכט וואס גייט דא זיין מיט אים, דער מקובל האט אים גענטפערט איך זעה נישט פאר דיר קיין עצה חוץ דיר צוצוגעבן נאך א נאמען: אלָעזר (לאזער)!
פארצייל די גאנצע מעשה. די זאליס זענען געלאפן צו ר' לייבוש לייזער זאל זיי ראטעווען (דאס איז אמת), אויף דעם זאגט מען אז ר' לייבוש האט געזאגט אז ער קען אים מאכן א שינוי השם אויף לאזער...
רבי לייבוש שליט"א האט זיי אנגעווינטשן אז דער רבונו של עולם זאל העלפן
אז דער אמת זאל ארויף שווימען,
די זאלונים זענען ארויס פון עם, אין געזאגט IT'S OVER.
איך הער די ארוינים זענען געלאפן צו ר' שמואל בנימין קרויס בעטן ער זאל זיי אריין לאזן אין ראדני,
עס איז דא די פסק פון ראזענוואסער און אידיש, די לצים זאגן אז ראזענוואסער האט עס באקומען און אידיש און עס איבער געדריקט אויף ענגליש,
so wath?
always we won
די לאנדאנער ארוינים זענן פאריגע אריין צו רב קרויס, אין געפרעגט ווען זיי גייען שוין אריין גיין קיין ראדני,
האט ער געגעבן א עפען אויף א,
ראזענוואסער פסק,
אין געזאגט:
שוין די וואך !
אין הפלא ופלא,
אזוי איז טאקע געוועהן!
עס האט נאר אויס געקיקט ווי זאליס, אבער עכט איז דאס געוועהן ארוינים.
נו, די מאכסט חוזק פין א צדיק?!
איך דערצייל א מעשה שהיה. וואס ווילט איר פין מיר?
יעצט געהערט פון איינעם.
די הירינג גייט זיין קומעדיגע דאנערשטאג לסדר
שש שנים יעבוד ובשביעית יצא לחפשי
מ'שמועסט אז זלמן לייב גייט מתיר זיין דעם עירוב !!!!
ער האט שוין געזען דעם צורת הפתח....
מיידלעך שטערן שעלט די וואך אין איד אז אונז זעמיר "סיסרא'ס". זאגט מיר איינער אז ער וויל נישט בשום אופן די אהרונים זאלן אריינגיין אין ראדני, "סיסרא'ס" האט ער נישט אזא פראבלעם...
זלמן לייב זאגט אז ער האט אין טרייסט אז ער פליעט ארויס פון ראדני.
ווייל מער וועלן די אהרונים נישט הערן זיינע דרשות מיט זיינע פסוקים, און מען וועט אים שוין נישט נאכלויפען מיט זיינע עם הארצות'דיגע פסוקים...
איך הער אז עמיצער האט געזאגט פאר אברהם בער יאקאבאוויטש אז ער זאל אנגרייטן די מירטל ביהמ"ד פאר רז"ל אין פאל ער פליהט ארויס פון ראדני.
האט אברהם בער געענטפערט, "ער האט מער שאנסן צו באקומען ראדני ווי צו באקומען מירטל"...
[דאס איז נישט קיין וויץ, עס איז דער ריינער אמת...]
testing
איך האב יעצט געהערט די צווייטע העלפט זשאוק פון וואס ווארהייט האט געשריבן אז זלמן לייב גייט מתיר זיין דעם עירוב ווייל ער האט שוין געזען דעם צורת הפתח
האב איך געהערט אז מ'האט פארציילט פאר זלמן לייב די זשאוק, אבער.... ער האט נישט געכאפט...
א קלויזענבורגער האט זיך מיר אפגערעדט: א שאד ר' אהרן רעדט שוין נישט אזוי ווי אמאל, יעצט ווען ר' זלמן לייב האט אנגעהויבן זיך עפענען זיין מויל, און האלטן דרשות קעגן מענטשען.
ס'וואלט געווען געשמאק ווען ר' אהרן וואלט צוריק גענטפערט און ביידע וואלטן גערעדט איינער אויפן צווייטן, ביי גענעראל פארזאמלונגס יעדע נאכט.
קוקט אויס דעי [משה] מדבר מתוך גרונו. שטייט אלץ אויף א צווייט פלאץ.
סיז דא א ווערטל, אז אין אמעריקע זיצט מען נישט אין תפיסה ווייל מ'גנב'עט, מ'זיצט ווייל מ'ווערט געכאפט.
לענינו,
שוין 4 יאר וואס "דער בערל פר"מ" איז בערכאות און מ'האט נישט געהערט אזעלעכע דרשות פון רז"ל, יעצט ווען ער איז גרייט הארצן גערן ארויסציגיין באוואשט מען איהם ווי א סוטה.
ווייל גיין בערכאות איז נישט אזא עולה, די פארברעך איז אז מ'געווינט!
חי' שרה איז אריין צו שלום לאנדא אין רעסטאראנט אין באשטעלט א סאפער צו סטעי our two go פרעגט ער?
צו סטעי האב איך שוין גענוג געהאט געט מיר two go...