היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יעקב יצחק גאלד כאפט פראסקעס... פון פראדעל.

יעקב יצחק גאלד כאפט פראסקעס... פון פראדעל.

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1805992

זשוליאני08 » 14/2/2006 17:11

דער "דיפלאמאט" יעקב יצחק גאלד האט אנגעצויגן דעם משוגענעם פראדעל אין פלארידע, ביז פראדעל'ס נערווען האט געפלאצט און אראפגעלאזט גאלד'ן צוויי פראסקעס אז די גלעזער און קאפל איז אים געפלויגן.

וואס האט גאלד געוואלט פון פראדעל...? האט ער אים מסביר געווען אז מ'מוז פארהאנדלען מיט די ארונים, ווייל אז נישט וועט דער רבי מוזן ליגן אין קווינס קעמפ.

אבי נישט צווישן אידן...

ראדני152 » 14/2/2006 17:28

הייסט די ביסט מודה אז דע פראבלעם איז נאר מיט די בית החיים?

זשוליאני08 » 14/2/2006 17:39

דיין שוטה וויינט נאך אדער מ'האט אים שוין געגעבן א צומי און א באטי.

פאקטיש » 14/2/2006 17:41

פאקטיש "ראדני 152" אז די וועסט ליינען די פאפירן וואס סקאט מאלען האט אריינגעגעבן פרייטאג וועסטו פאקטיש זעהן אז מען רעדט נאר פון בית החיים

ראדני152 » 14/2/2006 17:43

ווייסט איינער פאר וואס זשוליאני08 שעלט, איך האב געמיינט אז א געווינער שעלט נישט,

ראדני152 » 14/2/2006 17:47

פאקטיש האבן ענקער לויער געטאנט אז מ'זאל נישט געבן א סטעי, ווייל די פסק איז נאר אויפן בית החיים,

hotwire » 14/2/2006 18:04

ווייל דער פסק איז טאקע נאר אויף די בית החיים, דאס אז בערל פר"מ איז ראש הקהל איז א מציאות, ווי די דזאדזש ריפט עס fact finding, האבין די לויערס פין בערל פר"מ וכו' געטאנעהט אויב TRO איז נאר אויף די פסק אבער אויף פעקט פיינדינג פין דזאדזש איז נישט שייך צי געבען א TRO, פונקט ווי מ'קען נישט געבען א TRO אז יעצט איז טאג.


קאפיש!!!!!!!!!!

האטבטחון » 14/2/2006 18:32

hotwire און אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי, אז דער פסק איז טאקע נאר אויף די בית החיים, דאס אז בערל פר"מ איז ראש הקהל איז א מציאות, ווי די דזאדזש ריפט עס fact finding, איז יעצט אזוי ראזענוואסער האט נאר געזאגט וואס ער האלט אבער ער האט נישט געפאסקענט נאר אויפן בית החיים דאס מיינט ער האט ענק גארנישט דערליווערט

abi_gezint » 14/2/2006 18:36

Hotwire זיי דיך מודה

verbeenich » 14/2/2006 18:41

איך הער אז יעקב יצחק איז אין שפיטאל ער דארף גרויס רחמים פון די פעטש.

איינער ווייסט אפשר זיין מאמעס נאמען?

hotwire » 14/2/2006 18:41

כ'האב נישט קיין כח צי ענקערע משוגעתען, Finding of facts איז נישט קיין פסק, ס'איז מציאות, די יסודות פין פאר דעם פסק, אין לויט דעם מציאות וואס דער דזאדזש האט געפינען פסק'נט זיין פסק איבער דעם בית החיים, ווייל די גאנצע אריגינעלער קעיס איז איבער די בית החיים, נישט איבער בערל פר"מ.


ממילא וואס מ'קען אפיעלען, איז די פסק געווענליך 99 % אפיעלט מען נישט קיין Findings of fatct, מ'קען אויב מ'וויל נאר על פי רוב (כמעט 100%) ווערט עס נישט אנגענומען

אומדירעקט » 14/2/2006 18:41

טאקע אזוי, גארנישט דעליווערט! מיר איז נאר וואונדערליך פארוואס "ר' זלמן לייב" האט בכלל אזא קאמפלעיקס...

תוקן על ידי - כל_העולם - 14/02/2006 21:42:23

abi_gezint » 14/2/2006 18:41

נישטא ווער ס'זאל לאכן פונעם גרויסן בעל בטחון קען זיין ביסט א גרויסער בעל בטחון אבער ביסט קורץ געבינדען

verbeenich » 14/2/2006 18:51

יא יא אבער פאקטן קען מען נאר טרעפען נאך א יושר'דיגען טרייעל, אין נישט פון א summary judgment

אויב די פאקט איז נאר געשען ווייל איך(ראזענוואסער) זע אזוי אהן דעם וואס דער אנדערע צד קען עס טשעלענזשען דורך א טרייעל איז די פאקט אזוי גיט ווי די פאקט אז ר' בערל איז יעצט פרעזידענט, אין מ'קען עס יא אפילען.

hotwire » 14/2/2006 19:00

ועל כגון דא כבר נאמר: wishfull thinking

verbeenich » 14/2/2006 19:11

ווען מען האט נישט עפעס אנדערש צו ענטפערען.

verbeenich » 14/2/2006 19:14

ועל כגון דא כבר נאמר: ונזכה ונחיה ונראה.

האטבטחון » 14/2/2006 19:18

די רעדט'ס נישט צו דער זאך, ווייל ראזענוואסער זאגט נאר אז ער האלט אזוי, ער פאסקענט נישט נאר אויפן בית החיים, אויף צוויי זאכן זאגט ער וואס ער האלט און ער פאסקענט נישט אויף דעם, איינס, אז די רבי איז נישט בעה"ב צוויי, אז בערעל איז בעה"ב,

פארשטאנטא?

פאקטיש » 14/2/2006 19:36

פאקטיש דארף האטבטחון האבן בטחון

ליינט וואס סקאט מאלען האט פאקטיש אריינגעגעבן, וואס
'סקאט מאלען' האלט אז ראזענוואסער האט
געגעבן פאר די אהרונים

Second, for a variety of reasons, Movants are in danger of suffering immediate irreparable injury if a stay does not issue. It is no exaggeration to say that at this moment the stability of the Congregation and its numerous charitable, religious, educational and social functions around which the lives tens of thousands of devoted and loyal Satmar followers revolve. The stability is more precarious than it has ever been in the Congregation's fifty-seven year history.  There is a clear and present danger that the Friedman Dissidents will spark another violent riot in the Congregations main synagogue by seeking once again to forcibly seize the premises. Physical violence, threats, vandalism and intimidation and disruption of religious services accompanied the last such effort. They did it before and they will do it again, if given the opportunity.  The Friedman Dissidents are likely to seize control over the Grand Rebbe's personal residence, the revered leader of the Congregation since 1979 whom they have denigrated as a mere employee thereof.  A takeover over the Satmar school system by Berl Friedman could have severe impact on tens of thousands of school children whose teachers are at risk of being summarily replaced, merely because of their allegiance to Rabbi Zalmen Leib Teitelbaum. Likewise, children from families who are loyal to Rabbi Zalmen Leib Teitelbaum are at risk of being expelled.  As the transfer of the Cemetery Property shows, Berl Friedman has no hesitancy to transfer extremely valuable property of the Congregation without Supreme Court approval or notice to the Attorney General. The value of the real estate at risk is conservatively estimated at over $100 million. Similarly, there will be nothing to prevent Berl Friedman from looting the Congregation's multiple bank accounts, with considerable liquid assets.  Unless stayed. The assets of the Congregation will fall into the hands of not only Berl Friedman, but also federal convict Isaac Rosenberg, who has pled guilty to bankruptcy fraud, submitting false financial information under penalty of perjury, and who was reported to having engaged in money laundering. One can only shudder at the thought that such a scoundrel would be unilaterally installed at the apex of the Congregation's lay leadership.  Approximately 6,000 members of the Congregation have intentionally paid dues to the Congregation and specifically not Berl Friedman's shadow congregation are on the verge of watching Berl Friedman seize and divert their contributions.  The famed Satmar Matzah factory which has recently entered its period of peak activity in the months leading up to the Passover holiday is at risk of being overtaken by Berl Friedman, who might hire his friends and supports without regard to the fact that this would interrupt the operations of the Matzah factory.
>תוקן על ידי - פאקטיש - 14/02/2006 19:37:47 תוקן על ידי - פאקטיש - 14/02/2006 19:40:00

verbeenich » 14/2/2006 19:38

ער קען נישט פסקענען אויפן ביה"ח אהן האלטן די צוויי פאקטן!

abi_gezint » 14/2/2006 19:50

סקאט מאללען וויינט, דער מרא דאתרא וויינט און די זאלונים זענען מונטער און פרייליך עולם הפוך ראיתי

האטבטחון » 14/2/2006 20:09

יא פאקטיש זעה איך יעצט אז די ביסט גערעכט,

בא_ללמד » 14/2/2006 22:28

פאקטיש האלט איך אז מאלען זוכט דא סתם איבערצוטרייבן און אנהיצן די ריכטער, און דערפאר מאלט ער אראפ א בילד וואס איז אפילו איבער די מעגליכקייטן פון ר' בערל אויפן מאמענט.

וואס, צב"ש, קען ר' בערל טון אין די מוסדות ? ווי קען ער ארויסווארפן איינגעשטעלטע און קינדער ווען קיינער האט אים - דערווייל - נישט געגעבן די לעגאלע רעכטן דערפאר ?

איז פאראן איינער וואס חלומ'ט אז מ'גייט שוין היי יאר אפשטעלן די מצה בעקעריי אינמיטן די ארבעט ?

ועוד כהנה וכהנה.

מיר איז די מערסטע געפאלן ווי ער "ציטערט" פון די מעגליכקייט אז די קהילה גייט אנקומען אין די הענט פון ר' יצחק ראזענבערג...

ער ווייסט אויך פון וועמען זיי דארפן די מערסטע מורא האבן...

מקוה_איד » 14/2/2006 23:06

בא_ללמד, איך מוז דיך קארעקטירן א ביסל, צו פארשטיין געבן וואס דער מאלען שרייבט וועגן יצחק ראזענבערג.

ווען איינער פארלאנגט א סטעי, איז אלעס אויפן סמך אז לו יצויר דער אפעלעט וועט אויסדרייען דער פסק, וועט זיך ארויסשטעלן אז די גאנצע צייט ביזן פסק וועלן אומלעגיטימע מענטשן פירן די קארפארעישן, 

יעצט ליגט א פליכט אויף די אפעלענטס, צו אויפווייזן פארן קארט אז עס וועט זיין אן אומערזעצבארע שאדן פאר די קאנגרעגעישן אויב די אומליגעטימע מענטשן וועלן פירן די קארפארעישן ביזן פסק. סיז פשוט לאגיש אז סיז א "ריזיקע" צו איבערגעבן די אחריות פון א קאמפעני פאר א "קאנוויקטעד פעלאן", אז איינער האט א היסטערי פון טאן קרימינאלע זאכן, ברויך מען חושש זיין אז ער וועט עס נאכאמאל טאן, 

אבער ווי לאנג ער איז לעגיטים דער בעה"ב און די מעמבערס האבן איהם אריינגעוואוט, קען מען דאך גארנישט טאן,

אויב אבער סיז דא א מעגליכקייט אז דער אפעלעט וועט אויסדרייען דעם פסק, קען אפשר ארויסקומען אן אומערזעצבארע שאדן ווען א קרימינאלער פירט די קארפארעישן.

דאס איז די גאנצער פוינט פון מאללען, און איך פארשטיי עס גוט.

די איבעריגע טענות פון מאללען, זענען געהארגעטע שטותים, ווייל די מציאות איז אז בערל פר"מ מיט א גרויס חלק פון זיין באורד זענען אין קהל כמעט 40 יאר, זיי זענען נישט קיין נייע מענטשן און די קהלה, און סיז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז זיי וועלן שאדן מאכן פאר די קהלה

תוקן על ידי - מקוה_איד - 14/02/2006 23:08:49

באראש » 15/2/2006 01:21

משה גבאי איז שוין לאנג ברוגז אויף ר' יעקב יצחק ווייל ער דאוענט און לערנט יעדן טאג אין 13 הופער.

יעצט האט עס געפלאצט ווען יעקב יצחק האט גענומען בלוט פון משה גבאי אויף די גרויסע געווינס פון די אהרונים, און ער האט אים אראפ געלזאט א פראסק צו געדענעקן.

גערעכט איז ער וויפיל וועט זיך משה דער בלוט לאזן טרינקען...