הערנדיג די פערלדיגע דברי פי חכם חן פון דעם וויליאמסבורגער שטריק איז מיר ספעציעל געפאלן דער אנגריף "שוואכע בעלי בתים" מיט וואס ער באצייכנט די מסירת נפש'דיגע ראשי קהלתינו הק' הי"ו וועלכע שטייען שוין צענדליגער יארן געטריי אויסצופירן די הייליגע שליחות'ער פון זיין גרויסן טאטן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א השי"ת יאריך ימיו ושנותיו בנעימים.
איך מיין אז עס וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צו אנאליזירן און צו דערנישטערן פון וואספארא סארט בעלי בתים זיין א.ג. "קהל" באשטייט, ווי "שטארק" זיינע בעלי בתים זענען... וד"ל... אבער בעפאר דעם דארף באטאנט ווערן אז א גרויסע טייל ראשי קהלתינו הק' הי"ו זענען סאך גרעסערע לומדי תורה פון דעם וויליאמסבורגער שטריק! קיינער פון אונזערע ראשי הקהלה האבן זיך נישט אויפגעהאדעוועט אונטער'ן אויפזוכט פון דעם טרויעריג-בארימטן משכיל און כופר זשיגאן, אזוי ווי דער א.ג. "טשיף ראביי" האט זיך געפירט, און קיינער פון זיי האט זיך נישט אפן געקריגט מיט זייער אייגענעם פאטער אזויווי אונזער בעל "נועם המדות", וואס ווי באקאנט איז דאס געגאנגען אזוי ווייט אז איינמאל האט אחיו הגדול כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א מקרית יואל געדארפט פועל'ן ביים רבי'ן שליט"א אז ער זאל זיך באטייליגן ביי די חתונה פון איינע פון די קינדער פון דעם בועט באביו!
הרה"ח המפורסם מוה"ר ישכר דוב פריעדמאן שליט"א איז א מחבר ספרים יקרים ונחמדים, א תלמוד חכם עצום און איז פארטרויט געווארן מיט גאר האקעלע שליחות'ער דורך כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע ומ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דער תלמוד פון זשיגאן וואס קען ניטאמאל נאכזאגן א פסוק חומש געהעריג וואס א זעקס יעריג חדר יונגל ווייסט שוין, וועט אונז קומען פארציילן וואס עס איז א "דעת תורה"...
אדרבה, ווער עס ווייסט פון וואס עס באשטייען זייערע ראשי הקהלה און פארוואס זיי זענען נישט קיין א.ג. "שוואכע בעלי בתים" זאלן אפירקומען פארציילן הורתם ולידתם בקדושה.