ווי אלע סימנים צייגן, האבן אלע גרויסע זאלי שרייבער באקומען א באפעל פון די הויכע פענסטער צו אייננעמען א מויל מיט וואסער, און מאכן א ריזיגע פתח ש.
אין די לעצטע פאר וואכן האבן אזעלכע שרייבער ווי קע.זשעי.פייערמאן, פאליש, איחודמעמבר, עקשטיין, איינגענומען א הויכשרייענדע שטילשווייגעניש, און לפחות געטוישט דעם ניק, וואס האט שוין מעורר געווען קשיות אפילו ביי די נידריג-ראנגיגע זאלי שרייבער וואו זיי זענען פארשוואונדן.
ואחרון הכביד דאס וואס אין די לעצטע וואך, זינט עס איז געווארן ערנסט היציג אין סאטמאר, הערט מען כמעט נישט דארט קיין מוק, אפילו יוסף90 שרייבט אויך נאר אין אנדערע פארומ'ס, און ווידער נאר אין עברית.
אין די זעלבע צייט האט זיך מיטאמאל אנגעהויבן א פארפלייצונג פון נייע זאלי שרייבער דא אין אונזער פארום, וואס כאטש יעדער איז וועלקאם, איז עס אבער פארט מעורר חשד מיט די שטוינענדע צייט-פלאן.
מיין מיינונג איז אז נאכן ליידן א מעכטיגן דורכפאל אין נישט קענען דערשטיקן דעם קול פון די אהרונים אויף היידפארק, האבן זיי באשלאסן אז זיי גייען נעמען א פארקערטן מיטל:
זיי גייען לאזן זייער פארום אפשטארבן, און ביז געציילטע וואכן/חדשים וועט מען מיטאמאל הערן א וויי געשריי אויף די אידישע גאס: אינטערנעט/אהרונים עליך ישראל !!!
כידוע שטענדיג ווען זיי מוזן ראטעווען זייער עולם פון צוזאמענפאל נעמען זיי זיך שרייען אז די אהרונים זענען שקצים, און דער בעסטער מיטל וואס זיי האבן געטראפן איז געווען שטענדיג צו שרייען אז די אהרונים האבן ממש ערפינדן דעם אינטערנעט צוזאמען מיט גאור...
מעגליך אז עס בלויז די פרוכט פון א געזונטע פאנטאזיע, אבער אין מיינע אויגן זעט זיך דער דאזיגער ציל.